ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
קודם שלום עליכם איך בין שוין לאנג נישט דא געווען...
די ווינטער איז שוין דא מיט איר פילן פעסטקייט, די קעלט פאנגט שוין אן צו דרינגען אין די ביינער, און איך האב זיך ווידער געטראפן מיט מיין יאר יערליכע פראבלעם, נעמליך מיינע מאנטלען שרינקען......
יא יא! אזויווי דו הערסט! יעדע יאר ביים ארויס נעמען מיין מאנטל פון שראפע, וואו עס ליגט דארטן פארפראקט איבערן זומער דערזעה איך זיך מיט א שרעקליכן פאקט!
די מאנטל האט מיר עפעס געשרינקן במשך'ן זומער... איך פרוביר עס אן און סעגייט נישט.... די אויבערשטע קנעפל איז נאך מיט חסדים, אבער די צווייטע און דריטע זענען ממש א פחד......... קוים בצרות וואס עס מאכט זיך צו, אבער מען קען דאך נישט אזוי ארום גיין....
אמאל פלעג איך זיך איינרעדן אז דשי ענד דשי איז שולדיג, סעפעס מאכן זיי אזאנע מינע פאני קאוטס וואס שרינקען???
דאס פארגאנגענע יאר האב איך מחליט געווען משנה צו זיין און גיין קויפן סמאנטל ביי G&B און אזוי וועל איך אפשר קענן נוצן דאס מאנטל פאר נאך א יאר, אבער סמיינטעץ???
ארויס נעמענדיג היי יאר דאס גאנצער געפעק פונעם ווינטערדיגן סעזאן, האב איך זיך אוודאי צוגעכאפט צום מאנטל, איך טוה עס אן און שמער סניש ראזענבערגער און דער קנעפעלע האלט זיך נישט ביים צומאכן....
אזוי ווי זי האט געזעהן אז מיין קאוט פיט שוין נישט, און עס שטעלט זיך נישט אפ ביי דעם, נאר וכן תעשה לבעקיטשתו ולרעקלתו ולקיטלתו ולכל אשר לטשאלענטתו...... ממילא מוז מען זיך אין די האנט נעמען און אנהייבן א שטרענגע דיעטע...........
און יא טייערע חבירים............
בין איך ארויף אויף א דיעטע.......
חוץ פון דעם וואס איך האב שוין ב"ה פארלוירן א שיינע פאר פונט, און איך האף נאך אי"ה צו פארלירן נאך, עס איך געזונטער (נישט ווייניגער) און איך פיל זיך אסאך בעסער וואוסענדיג אז איך בין אין מיין קאנטראל!!
האף איך נאר אז עס וועט זיך נישט אנזעהן אויפן טשאלענט................
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
איך שפאנציר זיך אזוי אין די וויליאמסבורגע גאסן, די מחשבות לויפן אין קאפ, עס פליט פון אמעריקא גלייך קיין ארץ ישראל, און פון דארט מיט א נאן סטאפ קיין רוסלאנד, איך קלער אזוי פון די ווינטער פארמעסט אויף אייוועלט, וואס וועל איך טון נאכן געוואונען די פארמעסט? איך מוז זיך אוודאי אנגרייטן א מאסיווע דרשה צום איינשווערונגס צערעמאניע אלס ראשעקאעל........
און וואס טראכט א איד ווען ער האט א איבעריגע מינוט? גיימיר צוריק אין די ביזנעס אביסל, כקלער אזוי אז טאמער וועט זרח מיר באצאלן די 1.5 וואס ער איז מיר שולדיג און איך וועל עס גראד אינוועסטן ביי שמערלען און ארויסנעמען דערפון דאפלט ריווח און איך וועל עס גלייך אפשיקן קיין אינדיע אויסצוקויפן די קאמפאטישאן, וועל איך אוודאי קענען פארדאפלען די ביזנעס, נישט אזוי?
אזוי שפאציר איך אריין איך ביהמ"ד, דאס קאפ פארזינקען אין מיינע געדאנקען, און איך גיב זיך א כאפ אויף ווען איך הער פון איינע פון די שטיבאליך ווי איינער שרייט אויס 'מעריב מעריב' איך כאפ דאס נשמה מיט מיין היט און איך וויל אהין גיין, אבער מען דארף צו ערשט אויסטון סמאנטל.
אויפן וועג אויסצוטוהן סמאנטל טרעף איך א גרופע חבירים וידידים שמועסן, איך גיב זיך א שטעל צו און לייג צו א ווארט, און איך הייב אן אויסצוטוהן מיין מאנטל..........
און איך טרעף זיך מיט א זעקל אין די הענט...........
די בושות פאנגען אן צו שטייגן ביז די העכסטע שטאפלען...........
די חבירים באמערקן אז עפעס ווערט טשאלענט רויט היינט, און איינער רופט זיך אן הויעך 'וואס ליגט דארט אינעם גרויסן זעקל?'
און איך טראג אפ פון דארט........
כקלער ביי מיר, וויאזוי וואנדערט אריין א גרויסע גארבעדש בעג ביי מיר אין די האנט?
ביז כאפ איך מיר ביים פיס אז מיין בנה ביתך האט פון מיר געבעטן מיט גרויס הכנעה אז ווען איך גיי אראפ צו מעריב זאל איך אוודאי מיט נעמען די גארבעדש, און איך ברוב tv האב איך צוגעשטימט, און איך האב אפשפאצירט האלב וויליאמסבורג מיט א גרויסע גארבעדש זעקל............
און סענדיגט זיך נישט דא...... איך האב נאך אזוי אריין שפאצירט אין פאפא....... און צו מיין מזל האבן אלע מיינע ידידים געמוזט למען השעמפאו שטיין ביין טיר כדי מיטצוהאלטן דאס?
און וואזשע פונקטליך זאל איך יעצט טון?
זאל איך ארום לויפן נאכאמאל די גאנצע וועג צוויי מאל אן די גארבעדש בעג און אריין קומען אין ביהמ"ד צוויי מאל אן דעם כדי צו איבער צייגן פאר יעדעם אז באמת ממקורי גיי איך נישט מיט קיין גארבעדש בעג?
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ס'דערמאנט מיר פון מיין חבר, היפש א פארטראכטער [מילד גערעדט] האט צומאל אויפן וועג ארויס פון הויז געשמועסט מיט מיר אויפן טעלעפאון, און אזוי ממש א סקונדע בעפאר ער צוגעמאכט די טיר הונטער זיך האב איך געהרט ווי די בת-קול זיינע האט ארויסגעלאסט א כרוז, און שוין, איך שמועס ווייטער מיט איהם.. און באם.. קראך.. זעץץץ... שטיל..
איך קאל איהם צוריק נאכאמאל און נאכאמאל ואין קול ואין עונה.. שוין ביניך געווארן זייער באזרגט ווער ווייסט אפשר פארכאפט אין א טעראר אטאקע ?!???!?.. מיט איין אטעם רוף איך אן זיין אידענע זאל טשעקן אינדערויסן צו עפעס קומט פאר.. זי קוקוט ארויס פון פענצטער.. זי זעט גארנישט...
איך האב איר נישט געוואלט אנשרעקן, האב איך תיכף אליינס גענומען שריט אראפגעלאפן די 3 שטאק, און ויסעו איך גיי איהם אויפזוכן, איך האב אנגשטעלט מיין טעלעפאון אויף 911 על כל צרה שלא תבוא זאל איך תיכף קענען דרוקן טאל"ק...
איך פאר שטייטלעך אויפן גאדער און איך קוק שטרענג און פארזיכט מזרח מעלה צפון דרום.. נאך א גאס נאך א גאס.. און נישטמער נישטווייניגער מיין חבר וואקט געמיטלעך אויפן גאס, איך סלאו אראפ, און איך זעה אז דער אינגארמען איז טיעף פארזינקען אין א מהרש"א [לכאורה] מיט איינעם אויפן טעלעפאון, די הענט צוגעקלעבט צום אויער און ער רעדט הויעך ווי ביים טאטען אין וויינגארטן, ס'ווערט מיר גוט אין אלע אדערן, ס'געווען היפש טונקעל סא איך האב געמוזט פארן אביסעלע נענטער צו איהם קענען פארהאלטן רויט-האנטיג,
איך מאך מיין קאר אויף פארק -איך בין שוין יעצט געווען זייער נייגעריג וואס דא גייט פאר- איך קום ארויס און בשעת'ן עפענען די טיר פון מיין קאר הער איך ווי ער זאגט מיר "פארשטייסט חושב איך זעה ביסט אביסעל שטיל די לעצטע פאר מינוט, אבער ס'אגוטע סימן, קלוגע מענטשן פארשטייען מיר אויפן ווינק" איך מיין איך פאל אראפ.. ער רעדט נאך צומיר??? וואס גייט דא פאר??..
איך נעם גאטס איך וואק צו צו איהם און... ער האלט א גרויסע שווארצע גארביטש בעג ביים אויער און ער דבר'עט...
ווי איך האב שפעטער צאמגעשטעלט איז די מעשה געווען אזוי: זיין ווייב האט איהם געבעטן אויפן וועג ארויס אז ער זאל ארויסטראגן די גארביטש, און ער אידאך געווען פארטוען אינעם שמועס איז נישט כאפענדיג האט ער אריינגעווארפן די סעלפאון אין קאנטעינער און מיטן גארביטש בעג ממשיך געווען זיין וועג אין ביהמ"ד..

יוש טשאלענטעל פלצתי בפלץ איום ונורא לכטי ונפלתי איך האף אז די גייסט ווייטער אאן ווייל איך האב אראפגעטראסקעט פונעם בענקל און איך ראל מיר דא אויפן פאדאלאגע אזש ס'איז א שרעק אבער אז ס'איז אזוי איז דאך שוין נפל ת... חדד סכינא, ווארט נישט שיס אריין נאך אביסל זאפטיגע סחורה
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן.און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
חושב מחשבות... האט געשריבן:
ס'דערמאנט מיר פון מיין חבר, היפש א פארטראכטער [מילד גערעדט] האט צומאל אויפן וועג ארויס פון הויז געשמועסט מיט מיר אויפן טעלעפאון, און אזוי ממש א סקונדע בעפאר ער צוגעמאכט די טיר הונטער זיך האב איך געהרט ווי די בת-קול זיינע האט ארויסגעלאסט א כרוז, און שוין, איך שמועס ווייטער מיט איהם.. און באם.. קראך.. זעץץץ... שטיל..
איך קאל איהם צוריק נאכאמאל און נאכאמאל ואין קול ואין עונה.. שוין ביניך געווארן זייער באזרגט ווער ווייסט אפשר פארכאפט אין א טעראר אטאקע ?!???!?.. מיט איין אטעם רוף איך אן זיין אידענע זאל טשעקן אינדערויסן צו עפעס קומט פאר.. זי קוקוט ארויס פון פענצטער.. זי זעט גארנישט...
איך האב איר נישט געוואלט אנשרעקן, האב איך תיכף אליינס גענומען שריט אראפגעלאפן די 3 שטאק, און ויסעו איך גיי איהם אויפזוכן, איך האב אנגשטעלט מיין טעלעפאון אויף 911 על כל צרה שלא תבוא זאל איך תיכף קענען דרוקן טאל"ק...
איך פאר שטייטלעך אויפן גאדער און איך קוק שטרענג און פארזיכט מזרח מעלה צפון דרום.. נאך א גאס נאך א גאס.. און נישטמער נישטווייניגער מיין חבר וואקט געמיטלעך אויפן גאס, איך סלאו אראפ, און איך זעה אז דער אינגארמען איז טיעף פארזינקען אין א מהרש"א [לכאורה] מיט איינעם אויפן טעלעפאון, די הענט צוגעקלעבט צום אויער און ער רעדט הויעך ווי ביים טאטען אין וויינגארטן, ס'ווערט מיר גוט אין אלע אדערן, ס'געווען היפש טונקעל סא איך האב געמוזט פארן אביסעלע נענטער צו איהם קענען פארהאלטן רויט-האנטיג,
איך מאך מיין קאר אויף פארק -איך בין שוין יעצט געווען זייער נייגעריג וואס דא גייט פאר- איך קום ארויס און בשעת'ן עפענען די טיר פון מיין קאר הער איך ווי ער זאגט מיר "פארשטייסט חושב איך זעה ביסט אביסעל שטיל די לעצטע פאר מינוט, אבער ס'אגוטע סימן, קלוגע מענטשן פארשטייען מיר אויפן ווינק" איך מיין איך פאל אראפ.. ער רעדט נאך צומיר??? וואס גייט דא פאר??..
איך נעם גאטס איך וואק צו צו איהם און... ער האלט א גרויסע שווארצע גארביטש בעג ביים אויער און ער דבר'עט...
ווי איך האב שפעטער צאמגעשטעלט איז די מעשה געווען אזוי: זיין ווייב האט איהם געבעטן אויפן וועג ארויס אז ער זאל ארויסטראגן די גארביטש, און ער אידאך געווען פארטוען אינעם שמועס איז נישט כאפענדיג האט ער אריינגעווארפן די סעלפאון אין קאנטעינער און מיטן גארביטש בעג ממשיך געווען זיין וועג אין ביהמ"ד..
אנטשילדיגס פארן מארעך זיין אין די וועלט אריין