מיין בליק אויף דעם בית המדרש
ערשטנס וואלט איך זיך געטוישט ניק צי משמש נישט שמש וואס פילע מיינען אז איך מיין די זין, אבער איך בין א משמש אין א שול,
נעקסט איבער א קווה שטיבל שטייט שוין אסאך סא וועל איך דעס סקיפן,
איך וועל נעמען אפאר אנדערע זאכן פון די בית המדרש, וועל איך אנהייבן מיט איין ארטיקל אז די עולם וועט וועלן וועל איך שרייבן נאך,
זאכן וואס דער עולם לאזט איבער אין שול,
אזוי ווי א שול איז א פאבליק פלאץ אין ס'קימט אריין א גרויסער עולם ווערט אויך אריינגעברענגט זייער אסאך חפצים, טו''ת בייטלעך, שירעמס, פרישטיק וואס די אשת חיל האט מיט געגעבן, סטאם בעגס מיט וועש, ספרים, סעל פאן טשארטערס, זייף אין שנמפא.....
איז יעדע שול האט זייער סיסטעם פון פטר ווערן פון די חפצים... למשל ביי די מיקווה שטייט יעדע וואך זונטיק טיט מען אויס ליידיגן די בעגס, שטייטצעך אז יעדע וואך פארגעסן די זעלבע פאר מענטשן צי באהאלטן זיין בעג אין מאכן א גאנצע איבערקערעניש ווי זייער בעג איז אהון געקומען... כאילו ס'איז די ערשטע מאל.. אין שרייען אויף דער שמש!!!
יעצט מיט טו''ת איז אביסל מער קאמפליצירט מען קען דאך נישט ארויסווארפן קיין טו''ת סא נעמט מען עס צוזאמען פון אלע טישן פון אלע שטיבלעך אין מפאקט עס אויף איין פלאץ.... יא יא ווארט נאר ווארט ביז די חברה קומען אן שפעט שטייטצעך מיאגט אריין און שיל מ'זיכט עס דארט ווי מ'האט עס נעכטן איבער געלאזט אין ס'איז דאך נישט דארט הייבט זיך אן א גאנצע קעיס ווי ליגט מיין טו''ת און משרייט אויף דער שמש!!!
ב''ה מיט די שירעמס איז א ביסל גרינגער דעס זיכט מען נאר ווען עס רעגנט די נעקסטע מאל סא כאפט נישט די שמש אזוי סאך...
אין מיט די פרישטיק'ס פון די אשת חיל דיעס לאזט מען בכוונה אין שול... וואס דארף ער יאגורט אדער סלייס טשיז... ער קען דאך קויפן א דעניש אין גראסערי..
הכלל אז די גוי קלינט , די גבאי רופט אויס די עליות , אין מ'דארף נישט וועקן ביים פענסטער , טא צו וואס ברויך מען די שמש ??!!