rutledge האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:יש מזל האט געשריבן: וויפיל מ'הערט און מ'ליינט פון די צווייטע וועלט קריג פאנגט מען הערשט אהן משיג צו זיין אז מ'ווייסט נאכנישט קיין טיפה מן הים וואס ס'איז אלץ דורכגעגאנגען אויף אחבנ"י אין די ביטערע טעג, און אויכעט..... וויפיל מ'וועט קיינמאהל שוין נישט געוואויר ווערן, עד יקיצו וירננו שוכני עפר ב"ב.
וויפיל מ'לערנט אין די טעג אין די פסוקי נ"ך (ירמי' איכה) און אין די גמ' ומדרשים וואס אידן האבן געליטן בימי החורבן, קומט עס נישט צו די צרות יגון ואנחה וואס ס'איז אריבער אויף אונז אין די ימי הזעם, אויך ווערט אביסעלע פארשטענדליך דעס לשון פון הרה"ק מסאטמאר זלה"ה בתחילת הקדמת הויוא"מ "כי בעוה"ר בשנים האחרונות סבלנו צרות רבות ומרורות כלענה, אשר לא היתה כזאת לישראל מאז היתה לגוי".
און ווי כאב געהערט פלעגט דער רבי ז"ל טאקע אריינבליקן ת"ב נאכמיטאג אינעם מן המצר, קען עס איינער באשטעטיגען?
זייער שווער צו זאגן אזא מימרא, די צרות וואס איז געווען ביים חורבן איז געווען ממש עד אין לשער,
אבער למשל די הינגער ביים חורבן איז געווען אסאך ערגער.
לא שמעתי ביים צווייטען וועלט מלחמה מען זאל ממש שכטן די איינציגסטע בן יחיד כדי צו עסן עפעס א מאכל, ביים וועלט מלחמה האט מען כאטש געגעבן א רעפטל ברויט א טאג מיט אביסעל זאפט הנקרא זופ א טאג משא"כ ביים חורבן האט מען דאס אויך נישט געהאט, נישט געווען פאר יארן קיין דבר מאכל צו עסן אדער נאסע זאך צו טרינקען, מען האט געגעסן האלץ וכדו',,
עס איז דא זאכן וואס ביים חורבן איז געווען ערגער, און עס איז דא זאכן וואס ביים וועלט מלחמה איז געווען ערגער, זייער שועור צו קאמפערן.
אבער איין זאך וואס איז געווען הדבר שוה אז ביידע וואלט מען געקענט פארהאנדלען נאר די בריונום / ציונום האבן נישט געלאזט.
,
דער בן יחיד איז ביים מלחמה שוין נישט געלעבט אבער מענטשן פלייש האט מען ליידער געגעסן אויב געדענק איך גוט שרייבט דאס ר'
ישעי קארנבלי כמובן אז די וואס האבן געגעסן רעדן נישט דערפון און מסכת גיטין איז ארויסגעקומען פאר די וועלט קריג so וועגן דעם ווייסטי נישט
עסן [טויטע] מענטשען פלייש איז איין זאך, שעכטען זיין בן יחיד כדי צו עסן מענטשען פלייש איז א צווייטע זאך, [און רוב מאל האט מען עס נישט געקענט אליין עסן ווייל ביז ווי וואס ווען האבן עס אנדערע מענטשען צוגענומען.
נאך אמאל מיין פוינט איז איין חילוק אין לאגער האט מען געגעבן איין רעפטעל ברויט א טאג מיט א טעלער זופ, און ביי די וועלט מלחמה איז גארנישט געווען, "גארנישט" אפילו די ברויט אין טעלער וואסער אויך נישט, עס איז געווען אין יוצא ואין נכנס, נישט קיין וואסער און נישט קיין גראז צו עסן, ועל זה אמר הכתוב טוב חללי חרב מחללי רעב, די יסורים פון די הינגער ביים חורבן בית קדשינו איז געווען אסאך מער ווי ביים חורבן אייראפע, ביים חורבן ביית קדשינו האט מען ספעציעל געבראטען פלייש ביים חומה אז די גאסן זאלן גוט שמעקן פון פלייש כדי די אידען זאלן האבן אסאך מער יסורים וכד', די זעלבע זאך די צווינגען עובר צו זיין די ערגסטע עבירות איז געווען אסאך מער ביים צווייטען חורבן ווי ביי די מלחמה,
פון די אנדערע זייט איז בי די מלחמה געווען אנדערע זאכן אסאך ערגער, למשל פון ווי מען איז געקומען, ביים חורבן בית קדשינו איז מען למעשה געקומען פון א בית המקדש, פון א דור וואס איז געווען א כוח בית דין [אין הכי נמי מען האט געמאכט פורים פון זיי אבער עס איז געווען א כוח צדיקים פאר ווער עס האט געוואלט באמת]
משא"כ ביים קריג וואס מען האט געהאלטן נאך כמעט 2 טויזענט יאר אין גלות, נאך די ערשטע וועלט מלחמה וואס ווער עס ווייסט וואספארא חורבן עס האט געמאכט אין אידישקייט,
וואס ליידער אין בית אשר אין שם מת, די נפש פון כלל ישראל איז געווען אזוי שוואך אז אפילו אנעם קריג וואלט נישט געווען קיין דרך הטבע אז כלל ישראל זאל ווייטער קענען אנגיין.
נאך דעם איז אויך א נפקא מינה און וועלכע געגנט מען רעדט צו אין פוילן וואס מען רעדט פון 5/6 יאר וואס איז שוין מער ווי ביים חורבן, אדער מען רעדט פון אונגארן וואס מען רעדט פון אנדערעהאלבען יאר וואס איז ווייניגער ווי די תוקף החורבן.