אויב כ'האב גוט געהערט האבן די חרדי'שע פאליטישענס אריינגעגיבן א געזונטע פארציע מוסר פאר די פרעסע פאר די וועג וויזוי זיי דעקן די נייעס אנטבלאנגט די אידישע קאמיוניטי. זיי האבן אביסל מר ווייניגער אפען מרמז געווען אז זיי זענען שולדיג אין די אטאקעס נאכדעם וואס זיי פינטלען ארויס ביי א נייעס אז די רעדע איז פון אידן און די אלגעמיינע פארשוינען פון גאס נעמען עס שוין צום נעקסטן שטאפל..
Coming December 1st for Verrazzano-Narrows Bridge Customers: Split tolling will begin at the Verrazzano-Narrows Bridge on December 1, 2020. The current toll amount collected crossing into Staten Island will be split in half for collection Brooklyn-bound, as well as Staten Island-bound. For details on this and other helpful information please visit the "Verrazzano-Narrows Bridge Split Tolling" pagehttps://new.mta.info/vnb-split-tolling.
Safe travels and thank you for using the Verrazzano-Narrows Bridge!
אגודת ישראל ד'אמעריקא אפעלירט די 'טי אר או' פארלאנג קעגן גאווערנאר קאומא צום סופרים קאורט
ניו יארק - נאכן פארלירן דעם קאמף אז די פעדעראלע געריכטן זאלן ארויף שטעלן א טי אר או און עמוירזשענסי סטעי אויף די פארלאנגען פונעם גאווערנאר, נעמט אצינד די אגודה די דראסטישע שריט צו אפעלירן צום סופרים קאורט ווי מען האפט פאר א מעגליך מער גינסטיגע אורטייל. די קעיס איז די זעלבע וועלכע די אגודה האט געפיילט דעם פארגאנגענעם יום ד' דחוה"מ סוכות אפצושטעלן די רעגולאציעס פונעם גאווערנאר אויף די אידישע רויטע זאנעס, און איז אפגעווארפן געווארן דורכן געריכט הושענא רבה נאכמיטאג. אגודת ישראל האט שפעטער אפעלירט דעם אורטייל אבער די פעדעראלע אפעלאט געריכט האט דאס אויך אפגעווארפן. אצינד האפט מען די סופרים קאורט זאל עס יא נאכגעבן טראץ דעם וואס די שאנסן דערצו זענעןשווערליך.
די אגודה זאגט אז עס זענען נאך דא שולן וועלכע זענען איצט אפעקטירט ביי די רעגולאציעס און מען קען נישט וויסן וואס וועט זיין אין דעם עתיד און דערפאר לוינט נאך אלס אונטער צו נעמען דעם לעגאלן קאמף. די אגודה לויערס ווייזן אן אז די געריכטן האבן נאכנישט אויסגעהערט די קעיס און האבן בלויז געאורטיילט אויף די עמוירזשענסי פארלאנג וואס גיבט האפענונג אז מען קען נאך ערגעץ דערגרייכן מיט די אנקלאגע.
אין לך דבר העומד בפני הרצון, עס איז נישט דא קיין זאך און די וועלט, וואס קען דיר אפהאלטן פון האבן א רצון.