איך בין איבערגעשלאפן יארן צירוק אין לעיק פלעסיד, איך האב נישט געזעהן עס זאל זיין וואס צי זעהן דארט אבער באופן כללי איז די אנדיראנדעקס געגענט זייער שיין ווי למשל ווייט פעיס מאונטען וכו'
צ"ל אדירנדאק איך בין שוין עטליכע מאל איבערגעשלאפן אין א האטעל אין סאראטאגע הארט אויפן וועג צו קענעדע אבער קיין עקספיריענס קען איך דיר נישט מיטטיילן וויבאלד סאיז נישט געווען מער ווי אן אויווערנייט סטעי, דא איז א פראמאושאן קאוד (מען קען נישט בוקן אין עדווענס מיט די קאוד)
Comfort Inn & Suites (Just off I-87 Exit 15) Use Promotion Code # LJTS 17 Old Gick Road, Saratoga Springs, NY, US, 12866 (in front of Wal-Mart that’s open 24 Hrs. & sells Fruits & Veg.) Phone: (518) 587-6244
האקט וועגן מנין, מאנטריאל ישיבה איז אויך דארט אין געגנט
there is two mountains near lake George, the closer one is Gore Mountain about 40 minutes away, whiteface mounatin is about an hour and 20 min. drive pls check out their attractions before you go since i dont think there is much to do there except of hiking and mountain biking, the six flags amusement park is combined with a water park so its not for us,
בארג- שיינע וויוס. Prospect Mountain Summit Prospect Mountain Hwy, Lake Luzerne, NY 12846, United States +1 518-668-5198 https://goo.gl/maps/W4hkFceJyTnkYCa16
א אינטערעסאנטע זאא פאר אינגערע קינדער (נענטער צי אלבאני) Adirondack Animal Land 3554 NY-30, Gloversville, NY 12078, United States +1 518-883-5748 https://goo.gl/maps/5u7XnY32U76qMgSG9
הערליכע שפאצירען צווישען ביימער און וואסערפאלן (און נאך) (שטיקעל מהלך אויף נארט) Ausable Chasm 2144 U.S. 9, Ausable Chasm, NY 12911, United States +1 518-834-7454 https://goo.gl/maps/gGpjj422p5uMb7RE6
ס'דא עטליכע פלעצער אין לעיק דזשארדש (אויך אין ארומיגע געגענטער) מיט באמפינג קארס/ גא-קארטס.
מער אין די אלבאני געגענט איז דא עטליכע שיינע פארק און לעיקס.
דא וואס גייען צי די סאראטאוגע הארס ריעסיס (דאס איז נישט פאר יעדעם).
The Chabad minyan is very cute on a open field with a tent with only the top part with no walls.
Revolution rail needs reservationsand is usually being sold out a week in advance, so I couldn't go there, but people say its very interesting.
High falls Gorgeis very interesting (costs $15PP) but takes only about 1.5 hours so I continued 1 mile ahead to whiteface mountain there is aGondolatill top, costs $25 PP, and then continued toWhiteface mountain castle, you ride with the car till the top then you walk up a lot of steps/stones till the top which is over 29 stories to go and reaches to over 5000 ft high(costs $20PP)
Howe Caverns also needs prior reservationsand was sold out, there is in the same area another cave called secret caverns also very interesting, going down steps 100 ft below ground into narrow caverns till reaches a 100 ft high waterfall https://www.secretcaverns.com/ Enjoy
לעיק זשארזש ניו יארק- צרוקערנדיג זיך פונעם דאטשע שטעטל אין די הויכע אנדריאנדיק בערג לעיק זשארדש והגלילות וויל איך באשרייבן אביסל די ימי ביקור אז די רבים השואלים זאלן וויסן ווי אזוי צו צוגיין אויב מען וויל אהין פארן.
די דרייוו פון מאנסי און קר"י איז א גראדע און געשמאקע, מען פארט אראפ די טרואוועי אויפן וועג קיין מאנטריאל, בערך א שעה נאך אלבעני. די הייוועי איז כמעט ליידיג און מען קען פארן מיט א געשמאק.
לעיק זשארזש איז א גרויסע לעיק, 32 מייל אין די לענג, אין ברייט כמעט 3 מייל ביים ברייט'סטן פונקט ,און קרוב צו צוויי הונדרעט פיס טיעף ביים טיעפסטן פונקט. די לעיק איז באוויסט פאר איר אויג פארכאפענדע וויאו'ס און פאנאראמעס, זייענדיג ארום גענומען מיט הויכע בערג און קריסטאל בלויע וואסער. אויף איין זייט איז די אנדריאנדיק סטעיט פארק וואס באלאנגט צום ניו יארקער שטאט וואס איז אפגעהיטן פאר נאטורליכע צוועקן און איז גרויס קרוב צו צעהן טויזענט סקווער מייל. אויף די אנדערע זייט זענען פארהאן הערליכע פארצייטישע מענשאן'ס פון הונדרעט יאר און מער צו זאמען מיט נייערע הערליכע הייזער, מערסטענס פון זיי מיט א שיינע באוט האויז מיט א שיפל.
די מענשאן'ס האבן באלאנגט צו די פרעמינאנ'סטע אמעריקאנע גבירים פון די פריעדיגע יאר הונדרעט, פון די באקאנטע נעמען אריינגערעכנט רוזעוועלט'ס, ווענדערבילט, ראקעפעלער און סאך מער. די ראוד ווי די מענשאנ'ס שטייען ווערט אנגערופן מיליאנער'ס שורה. און געט מורא'דיג צו צי דער העליכע פאנאראמע. מערסטענס פון די הייזער זענען געבויט געווארן פון שטייין אויסגעהאקט פון די דערנעבענדע בערג.
עס זענען פארהאן איבער דריי הונדרעט אינזלען אויף די לעיק, מערסטענס פון זיי זענען אום באוואוינט און באלאנגען צו די סטעיט גאווערמענט אלס א חלק פונעם דערנעביגן אדריאנדעק סטעיט פארק. עס זענען דא אינזלען און אלע סייזעס און פארעמס. די סטעיט פארדינגט קעמפינג סלאטס אויף די אינזלען פאר אפאר דאללער א טאג. צווישען די אינזלען איז אויך פארהאן געציילטע קליינטשיגע אינזלען מיט נאר איין קעמפינג סלאט. באלאנגענדיג צו די גאווערמענט קאסט עס נישט מער א נאכט, נאר מען דארף עס רעזערווירן חדשים בעפאר. די איינציגסטע וועג אנצוקומען צום אינזעל איז מיט א שיף.
נישט אומזיסט ווערט לעיק זשארזש אנגערופן די מלכה פון אמעריקאנע לעיקס.
די עיקר ישוב פון נעבן די לעיק איז אין לעיק זשארדזש ווילעדזש. עס זענען דארטן פארהאן פילע האטעלן ארום און אויפן וואסער. מערסטענס פון די האטעלן זענען אלטע מאטעלן אדער בעד ענד ברעקפעסט וואס באלאנגן על פי רוב צו פריוואטע מענטשען, נישט צו קיין האטעל ברענד. מערסטענס פון זיי זענען אלט און אום געשמאק.
עס זענען דא צוויי דריי נארמאלע האטעלן און די עצם ווילעזש. אבער די איינציגסטע שיינע און איך וואלט נאר יענץ רעקאמענדירט איז די קאורט יארד ביי מעריאט. עס איז א שפאגעל שיינע נייע בנין פון זעקס שטאק מיט גענוג און נאך פארקינג. עס איז פלאצירט און די הארץ פון לעיק זארזש ווילעדזש פון ווי מען קען וואקען צו א שיינע פאר אטראקציעס און פארקס. די בנין איז ניי מיט באקוועמע בעטן און שיינע צימערן, מיט א מעגליכקייט פאר א וויאו צום וואסער. ווי אויך איז דא א הערליכע ראוף טאפ מיט בענקלעך פון ווי מען קען זעהן די וואסער. עס איז אבער היבש טייערער ווי די אנדערע האטעלן און געגנט און ספעציעל און די הייסטע זומער סעזאנען.