מה בין שי"ר מפראג לרצ"ה חיות מזאלקאווא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

מה בין שי"ר מפראג לרצ"ה חיות מזאלקאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

ר' שלמה יהודה הכהן ראפאפורט, נולד בפולין בשנת תק"נ. חתנו של הקצוה"ח ז"ל זי"ע. בשנת תקצ"ז נתקבל לאב"ד טורנפול, בשנת ת"ר נתקבל לאב"ד פראג ושימש שם ברבנות עד פטירתו בשנת תרכ"ח.

בשנות נעיריו כשהיה דר בפולין, היה נחשב כחצי משכיל והיה מתנגד לחסידים. אח"כ כשנעשה אב"ד פראג שכבר היה עיר עם כמה מתחדשים, לחם נגדם ונגד המשכילים והרעפאמער באשכנז.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברוקלין האט געשריבן: שלמה יהודה הכהן רפאפורט, נולד בפולין בשנת תק"נ.
בשנות נעוריו כשהיה דר בגאליציע, היה נחשב כחצי משכיל

מראשי המשכילים בגאליציע, תירגם שירים אייראפאים וכתב תולדות קורות ישראל, בשנת תקע"ו ניתן בחרם - עם שלש חביריו המשכילים: בנימין צבי גאטקיש, יצחק צבי ערטער ויהודה ליב פאסטאר - ע"י הישועות יעקב, בשנת תקצ"ז נתקבל בהשפעת המשכיל יוסף פערללאב"ד טורנפול, ובשנת ת"ר נתקבל לאב"ד פראג דאז.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שי"ר איז פארבליבען נחשב אלס איינע פון די ראשי המשכילים וועלכע זענען געבליבען ארטאדאקסיש וואס איז כמובן געווען א גרעסערען חורבן.

עס איז אינטערעסאנט אנצומערקען די ווערטער פון מהרש"ק בתשובותיו אודות רמ"ד וחיבוריו איז דאס וואס יענער פרעגט אים הלמאי די ערליכע זענען אזוי שארף דערקעגן ער איז דאך געווען מתלמידי היעב"ץ, זאגט דער גאון ר' שלמה קלוגער צווישען אנדערע אז דאס איז קיין ראי' נישט, אמער וויפיל רשעים כהיום זענען תלמידים פונעם נודע ביהודא, ליידער אזוי איז עס געווען די ראשי המשכילים זענען דייקא געווען תלמידי חכמים אבער חכמים היו להרע.
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

הרב פארשלאפען והרב מילער, איך הער וואס איר זאגסט; גם ר' שלמה קליגער מבראד יצא כנגדו בתוקף, (שי"ר שהה איזה זמן בבראד).

מאידך גיסא איז דא בריווען פין עם נגד הריפארמער מהשנים כשהיה אב"ד פראג. גם הלך עם חתימת זקן ארוך... גם ידוע שהחת"ס זי"ע העריכו אותו במקצת (עי' מזה ב"תולדות משפחת ראזענטאהל").

ער איז געווען א נאנטער חבר עם המהר"ץ חיות זצ"ל, שפעטער איז דער מהר"ץ חיות געגאנגען מער רעכטס אין שי"ר איז געגאנגען מער לינקס. למעשה האב איך א "פילינג" אז מ'האט עם נישט געהאלטען ווי רמ"ד וכ"ש נישט ווי אהרן חארינער ח"ו.
לעצט פארראכטן דורך ברוקלין אום מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 2:51 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אוסף תמונות של שי"ר בבלוג אן די מעין ליין

הרב מברוקלין, איז דען נישט גענוג דאס אז דער ישועות יעקב האט אים מחרים געווען? אדער אז ער איז געווען א תלמיד פון קרוכמל און א חבר מיט די גרעסטע משכילים בדורו?
אטעטשמענטס
200px-Solomon_Judah_Rapoport.jpg
200px-Solomon_Judah_Rapoport.jpg (24.13 KiB) געזען 3905 מאל
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

איך הער. למעשה ווערט שי"ר ארפגעברענגט אמאל אמאל אפילו אין היימישע פלעצער, איינמאל אפילו אין די סאטמערע "עולת החודש" תשל"ח בענין הגולם מפראג (ששי"ר "טען" שלא היה ולא נברא). קיק דא
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

הגאון ר' אברהם ברודא (פין די גרעסטע ראש ישיבות אין זיין צייט, גם היערות דבש למד בישיבתו) איז נישט פין בראד?

אויך ר' שלמה קליגער איז געווען רב? אין בראד.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ביקסאד האט געשריבן: מה בין המהר"ץ חיות לשי"ר ?

שי"ר איז געווען אן ערשט קלאסיגע משכיל!
להבדיל:
מהר"ץ חיות איז בכלל נישט געווען קיין משכיל (ס"ה אביסל מער מאדערן ווי די חסידים יענע צייט).
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

ביי אונז חרדים איז אזוי אנגענומען, אבער דאס איז זייער נישט קלאר וואס דו טענה'סט ר' איטשע.
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע:ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

מאטקע , איטשע , ר' יענקעלע מ'פשעווארסק האט אויף אים געזאגט משכיל מער ברויך מיר נישט
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שיעלע, דאס איז דאך אלס בעלז אויס, ואין מזה ראי' כלל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

די בעלזער קפידה איז נישט געווען מכוח זיין משכילות.
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע:ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

וואזע איז געווען די בעלזע קפידה?
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

מכוח זיין מחלוקת מיט מרן השר שלום.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מאטקע האט געשריבן: ביי אונז חרדים איז אזוי אנגענומען, אבער דאס איז זייער נישט קלאר וואס דו טענה'סט ר' איטשע.

די שאלה איז וואו איז דאס "אונז חרדים"!
מען לערנט מהר"ץ חיות אין גרויסן אין רוב חסידישע ישיבות, דער מהר"ץ חיות איז געווען קלאר אנגענומען ביי "אלע" היימישע גדולי ישראל בשעתו, ווי דער ישועת יעקב וכדומה, ער איז זיך ס"ה נישט אויסגעקומען מיט חסידים.
אוי! נאך א זאך, דאכט זיך ער איז געווען אביסל א שוטודירטע אויך, נא! דער ערוך לנר איז געווען היבש מער שטודירט ווי עם....
להבדיל! שי"ר איז געווען א משכיל'ישע אויסווארף...
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אין נחשוני - רעזמיוועש בוך אויף דעם חתם סופר איז דא גאר אנ' אינטערעסאנטע קאפיטעל וועגען מהר"ץ חיות
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איטשע האט געשריבן: אוי! נאך א זאך, דאכט זיך ער איז געווען אביסל א שוטודירטע אויך, נא! דער ערוך לנר איז געווען היבש מער שטודירט ווי עם....

קיין דמיון נישט, סיי במקום און סיי בזמן. דער ערוך לנר וואלט קיינמאל קיין רב נישט געווארן (בגרמני') אן שטודירן.

מהרצ"ח איז געווען א חדשן, ער האט זיך נישט געשראקן אויפצוטוהן נייע זאכן, אבער די ראשונים זענען געווען ביי אים הייליג און טייער מיט וואס ער האט זיך גערעכנט. משא"כ שי"ר, שי"ר איז געווען א ריכטיגע משכיל, און מעגליך אפילו א מעסיגע רעפארמער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער הייליגער חת"ס דאכציך שרייבט זייער שיין איבער דעם מהרי"ץ חיות, איבער וועם מיר פארמאגן אן אשכול מיוחד:
viewtopic.php?p=224903#p224903
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3

האט איר ווי הג"ר שלמה קלוגער רופט עם בתואר "ידידי"!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

טיטולען מיינט נישט קיין סאך, דער חת"ס שרייבט אויך שיינע טיטלען אויף שי"ר כידוע.

אבער וואס דארפן מיר מער, מען זעהט וואספארא דורות די צוויי (להבדיל וכו') האבן איבערגעלאזט זעהט מען די חילוק...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: טיטולען מיינט נישט קיין סאך, דער חת"ס שרייבט אויך שיינע טיטלען אויף שי"ר כידוע.

אבער וואס דארפן מיר מער, מען זעהט וואספארא דורות די צוויי(להבדיל וכו') האבן איבערגעלאזט זעהט מען די חילוק...

וועלכע צוויי?

איר מעסט גדולים דורך זייערע דורות? וויי איז מיר
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

מיללער האט געשריבן:

דער עוללות אפרים שרייבט אויף א פלאץ, אז שלעכטע פרוכט ווייזט נאכנישט אז דער בוים איז נישט גוט, ווייל פון א גוטן בוים קען אויך וואקסן פארדארבענע פירות, משא"כ א בוים וואס איז נישט גוט, איז בהכרח אז ס'וועט וואקסן שלעכטע פרוכט.

כלפי מה הדברים אמורים? ווען מ'זעט ווי פון צדיקים קומען ארויס שלעכטע פירות, ווייזט דאס נאך גארנישט אויף זיי, מען דארף דן זיין לפי מהותו און נישט לויט די קינדער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לויט די תלמידים מעג מען מעסטן?

אייזיק מאיר ווייס ימ"ש, האט פארקויפט כי הי' תלמידו של שי"ר, הגם לויט לעססער איז עס א פאלנער שקר
אלעקסאנדער קאהוט צווישן אנדערע געדינט אלס סעקרעטאר ביי דעם קאנגרעס תרכ"ט אין אונגארן הי' תלמידו אא"וו
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

אודאי נישט, אסאך גדולים האבן געהאט תלמידים וואס האבן נישט געטויגט (דוגמא, עי' בכונת הלב פ' תצא מתלמיד הנו"ב שנשתמד ונעשה כומר) .

צו איז דען פון רבי'ן זי"ע נישט פארפאלן געווארן אסאך תלמידים נאך די קריג? זיכער אז יא, איך האב אמאל באגעגענט אזא איינעם פאר יארן צוריק, פארנדיג אויף א פליגער קיין ארץ ישראל, איז געזעצן נעבן מיר איינער וואס האט אויסגעזען ווי א פאלנער גוי, ער בליקט אזוי אריין אין דעם ספר וואס איך האב געקוקט, און זאגט מיר אויף ענגליש (נישט איבערצוזאגן עפ"ל), און נאכדעם זאגט ער מיר אויף אידיש "איך האב אויך אמאל געלערנט די זאכן" פרעג איך אים, וואו האסטו געלערנט, ענטפער ער "אין סאטמאר ביי ר' יואל'יש"!

אבער דער אמת איז אז געווענליך די צדיקי אמת און די אמת'ע גדולים האבן געהאט רובם ככולם ערליכע תלמידים און גוטע דורות, נאר דא דארט האט זיך פארוואלגערט אזעלכע וואס האבן נישט געטויגט, און די וואס זענען נישט געווען ערליך האבן בדרך כלל געהאט נישט גוטע דורות און נישט ערליכע תלמידים.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”