אילן במה אברכך? פירותיך מתוקין! כי האדם עץ השדה!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8028
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

אילן במה אברכך? פירותיך מתוקין! כי האדם עץ השדה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די משנה זאגט אין מס' ר"ה ארבעה ראשי שנים הם: ... באחד בשבט ראש השנה לאילנות, כדברי ב"ש. בית הלל אומרים בחמשה עשר בו.

לגבי וואס איז עס "ראש השנה" פאר די ביימער? איז מען זיי דן דעמאלטס? ניין! שבועות איז מען דן די פירות האילן.

נאר וואס דען, ס'איז א נפק"מ לגבי דיני ערלה, תרומות, ומעשרות, דער דין איז אז ווען מען גיט תרומות ומעשרות מוז מען אפשיידן פירות פון די יאר אויף פירות פון די יאר, און נישט אויף פירות פון פאריגע יאר. יעצט וועלכע זמן ווערט א נייע יאר, דאס איז חמשה עשר בשבט.

פארוואס פונקט חמשה עשר?

רש"י איז מסביר: "שכבר עבר רוב ימות הגשמים, שהוא זמן רביעה, ועלה השרף באילנות ונמצאו הפירות חונטים מעתה." איז וויבאלד יעצט פאנגט זיך אן די חנטת הפירות, און ביי ביימער גייט מען בתר חנטה, ממילא פאנגט זיך יעצט אן די נייע יאר.

ווי מ'זעט פון דעם אז חמשה עשר האט גארנישט צוטון מיט דן זיי די פירות וואס די בוים גיבט ארויס, און ס'איז נישט אזוי ווי ראש השנה לשנים וואס איז א יו"ט און מען איז אויך דן די מענטשען דעמאלטס.

אויב אזוי ברויך מען פארשטיין וואס איז די שמחה אין דעם טאג?

פארוואס עסן מיר פירות? וכל המרבה הרי זה משובח, וואס איז דער ענין דערביי?


אילן במה אברכך? פירותיך מתוקין!

די גמרא פארציילט אין מס' תענית ווען רב יצחק מיט רב נחמן האבן זיך געטראפן און זיי האבן גערעדט בדברי תורה. נאכדעם ווען זיי האבן זיך צושיידט האט רב נחמן געבעטען פון רבי יצחק: "יברכני, רבי"!
האט אים רב יצחק גענטעפערט:
"אמשול לך משל, למה הדבר דומה? לאדם שהיה הולך במדבר והיה רעב ועיף וצמא, ומצא אילן שפירותיו מתוקין, וצילו נאה, ואמת המים עוברת תחתיו. אכל מפירותיו, ושתה ממימיו וישב בצילו. וכשביקש לילך אמר: "אילן, אילן! במה אברכך?
אם אומר לך שיהו פירותיך מתוקין, הרי פירותיך מתוקין; שיהא צילך נאה, הרי צילך נאה; שתהא אמת המים עוברת תחתיך, הרי אמת המים עוברת תחתיך; אלא, יהי רצון, שכל נטיעות שנוטעין ממך יהיו כמותך".
אף אתה, במה אברכך?
אם בתורה, הרי (יש לך) תורה; אם בעושר, הרי עושר; אם בבנים, הרי בנים. אלא יהי רצון, שיהו צאצאי מעיך (ילדיך) כמותך".
לכאורה איז נישט פארשטענדליך די גמרא, די בוים דארף א ברכה צו וואקסן ווייטער און ארויסגעבן שיינע פירות, זי זאל אויסהאלטן אלע ווינטן רעגענס אא"וו, פארוואס זאגט ער איר אלעס איז גוט און ער בענטש איר נאר איבער אירע נטיעות?


כי האדם עץ השדה!

קען זיין אז דער ענין איז אזוי, אין די ספרים הקדושים שטייט אז ס'איז א שטיקל יו"ט ווייל "האדם הוא עץ השדה" א מענטש איז פארגליכן צו א פרוכט בוים.
וואס איז די שייכות?

די נאטור פון א מענטש איז אז ווען מ'רעספעקטירט אים, מ'קוקט אויף זיינע מעלות מיט א אמת'דיגקייט, מ'זאגט אים עס מזמן לזמן, מ'ווייזט אים ארויס אז מ'אנערקענט אין זיין אייגענארטיגע חשיבות, ברענגט דאס אז דער מענטש זאל טאקע זיין גוט, און ווייטער שטייגן, און זיך אויפארבייטן נאכמער, און ער טוט עס מרצונו הטוב.
די יסוד קען – און האט שוין – איבערגעדרייעט אסאך מענטשען פון שלעכט אויף גוט. ס'ארבייט וואונדערליך.

דאס איז אייגענטליך איינע פון די שטערקסטע יסודות וואס רבי נחמן מברסלב האט געלערנט (זעה ליקו"מ תו' רפ"ב): אז אפילו אין א רשע דארף מען אויך זוכען עפס גוטס זיך מתבונן זיין אין דעם, און דורך דעם קען מען אים טוישן און דערהייבן. מיט דעם זאגט ער פשט אין פסוק "וְעוֹד מְעַט וְאֵין רָשָׁע, וְהִתְבּוֹנַנְתָּ עַל מְקוֹמוֹ וְאֵינֶנּוּ", אז דורך דעם וואס מ'טרעפט אביסל גוט'ס אינעם רשע – וואס ער איז דאר נישט קיין רשע, וועסטו נאכדעם זיך מתבוננן זיין וועסטו זיין אז ער איז שוין נישט אויף דעם זעלבן פלאץ, ווייל דורך דעם וועס מ'טרעפט אין אים גוטע נקודות און מ'איז אים דן לכף זכות, ווערט ער באמת איבערגעדרייעט.

*


להבדיל אלף אלפי הבדלות דעיל קארנאגי שרייבט אין זייך וועלט באקאנטער ביכל "וויאזוי צו געווינען פריינט און באיינפלוסן מענטשען", אז מ'וויל א מענטש זאל טון וואס די ווילסט, ברויך מען אויפזוכן די גוטע זאכן וואס ער טוט און דאס רעספעקטירן און ארויסברענגן פאר יענעם, דאס מאכט אים ווילן טון זיין ארבייט נאך בעסער און אפטער. און אויף דער יסוד איז באזירט א גרויס חלק פון זיין ביכל.

און א קלאסישע מעשה פארציילט ער אז אמאל האבן עטליכע פרויען זיך גרופירט און זיי האבן געוואלט ארבייטן אויף זיך צו פארבעסערן זייערע מדות און ווערן בעסער, האבן זיי געבעטן זייערע מענער זאלן זיי זאגן זאכן וואס זיי דארפן זיך פארבעסערן, איין פרוי האט געבעטן פון איר מאן אז ער זאל איר זאגן זעקס זאכן וואס ער האלט אז זי זאל זיך פארבעסערן דערמיט כדי צו זיין א בעסערע ווייב. דער מאן האט געהאט אסאך זאכן וואס איר צו זאגן... אבער ער האט געקלערט ס'וועט העלפן אזוי ווי אייביג, האט ער באשלאסן א בעסערע געדאנק, ער האט געקויפט זעקס רויזן און דערביי געלייגט א צעטלע: "איך קען נישט טראכטן פון זעקס זאכן וועלכע איך האב וואלט געוואלט טוישן אין דיר, איך בין צופרידן מיט דיר ביז גאר פונקט ווי דו בוסט".
פארשטייט זיך אז דאס האט פיין געארבייט, די פרוי איז געווען גאר פרייליך און גערירט ביז טרערן, און דאס האט איר געמאכט זיך פארבעסערן אויף גאר א שטארקע פארנעם.

*


קען זיין אז די זעלבע איז ביי די גאנצע בריאה, קומט אויס אז ווען מ'וויל בענטשען א מענטש אדער זאך אז ס'זאל ווייטער ארויסעגעבן גוטע פירות, און זיך פארבעסערן איז די עצה דערפאר, אז מ'זאגט אים א גוט ווארט, מ'רעכענט אים אויס זיינע מעלות, מ'גיט אים אביסעלע "שרף", און דאן ווערט ער א נייע זאך, ער גיט ארויס ווייטער נייע זאפטיגע פירות.
מיט דעם פארשטייען מיר וואס דער האט געזאגט פארן בוים, מיט וואס זאל איך דיך בענטשען, דיינע פירות זענען זיס, דיין שאטען איז שיין וכו', מיט דעם אליינס, מיט די דברי חיזוק האט ער אים שוין געבענטש, און דאס וועט שוין העלפן אז ס'זאל ווייטער גיבן שיינע פירות, און זיך אנשטרענגן מרצונו הטוב אפילו ס'גייט נאך דורך א שטיקל ווינטער.

איז פארדעם קען זיין אז מיר עסן די אלע פירות, ארויסצווייזן ווי גוט די אלע פירות זענען, און צו מאכן א ברכה דערויף אין זיך פרייען דערמיט, אין מיט דעם טון מיר בענטשען די ביימער אז זיי זאלן ווייטער שפראצן און ארויסגעבן זייער פירות ביתר וביתר עז.

און דאס איז די שרף לאילנות, די חיזוק, גיבט זיי די כח ווייטער צו וואקסן, און דערנאך אפילו מ'דערקענט נישט גלייך די תוצאות, די ביימער זענען נאך ליידיג, אבער צובסילך פאנגט אן צו שפראצען בלעטלעך, און דערנאך וואקסט פון דעם די זאפטיגע פירות, אלעס האט זיך אנגהויבן ווען ס'האט באקומען די שרף, אום חמשה עשר בשבט, ממילא איז דעמאלטס די נייע יאר, דאן ווערט עס א נייע בוים מיט נייע פירות.

די זעלבע און נאכמער איז ביי א מענטש שדומה לעץ השדה, אין די טאג וואס די ביימער באקומען זייער חיזוק, איז די ריכטיגע עצה אז מ'זאל טון צו דער זאך און אריינגעגבן פאר די קינדער די ריכטיגע שרף, זאגן פאר זיי זייערע מעלות, אילן במה אברכך? פירותך מתוקין צלך נאה וכו', זאג פארן קינד אז דו ביזט גוט און זיס און שיין, און מיט דעם בענטש מען דעם קינד מיט זיך, ס'ווערט א נייע קינד א ר"ה ס'גיט ארויס נייע פירות. און אפילו מ'דערקענט עס נישט גלייך, אבער ס'זיכער אז ס'גיט אריין אינעם קינד די שרף, און ס'וועט שפעטער ברענגן בעז"ה גוטע פירות.

*


און מיט דעם קען מען אויך ערקלערן א אלטע מנהג אין אשכז, וואס ווערט געברענגט דורך ר' יוזפא דער שמש פון קהילת וורמייזא: "והוא יומא דמפגרי ביה רבנן המלמדים, ובפרט למקרי דרדקי, והוא יום משתה ושמחה למלמדים והתלמידים, ונוהגים לתת לתלמידים יין שרף ולשמוח עמם וכו' (מנהגים דק"ק וורמיישא עמ' רמ"ט). ואין הנערים באים לבית רבן ללמוד, והמלמד מחויב לתת לתלמידים ביציאתו מבית הכנסת בשחרית בחמשה עשר ובל"ג בעומר יין שרף ולק"ח טוב מכיסו, לא מכיס התלמידים, כי כן המנהג" (מנהגות וורמייזא). ובמנהגי נישואים (שם בספר מנהגים דק"ק וורמיישא) הוסיף שמחויבים לתת מתנה לבחורים ביום חמשה עשר בשבט.

וואס איז פשט פון דער מנהג? פארוואס דארפן די מלמדים פונקט הייבן געבן מתנות און גוט זאכן פאר די קינדער?

ווייל אין דעם טאג ווילן מיר זאגן פאר די קינדער אז דו ביסט גוט, די ביסט מצליח, היינט באקומען זיי לקח און בראנפען און מתנות פארן זיין גוט. דאס איז נאכדעם גורם אז ס'זאל ברענגן גוטע פירות.

*


און היינטיגע צייטן וואס ס'נעבך דאך אזויפיל פירות הנושרים, איז אנערקענונג און שעצונג און א אמת'דיג גוט ווארט פאר די קינדער פון די וויכטיגסטע זאכן וואס עלטערן קענען און דארפן געבן פאר זייער קינדער, ס'איז וויכטיגער פון גשמיות'דיגע עסן.
און מיט דעם וועט טאקט דער רבש"ע העלפן, אז ס'וועט זיין פרותיך מתוקים וכו' און כל נטיעות שנוטעין ממך יהיו כמותך, ושלא ייבש המעיין ושלא יקצץ האילן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיין געזאגט.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לכאורה האט געשריבן: פיין געזאגט.


ובדרך אגב א מזל טוב צו די 3000טע תגובה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געוואלדיג גוט!!

מזל טוב צו די העכערונג אין ראנג
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2922
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

שכח, נא שכל. א שטארקע רעיון, און גוט און קלאר ארפגעלייגט!
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

נהניתי.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8028
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח אלע באדאנקער'ס.

פאר א פאזיטעווע מענטש איז גאנץ גרינג צו זען די גוטס פון זיינע ארומיגע און פון זיינע קינדער, אבער פאר א נעגאטיוע מענטש איז עס ביטער שווער, איבערהויפט פאר זיינע ארומיגע וואס ער וויל שלימות פון זיי.

נאר וואס דען מ'ברויך ארבייטן דערויף.

וויאזוי?

איינע פון די וועגען איז ווי פאלגענד:

אמאל ביך איך געווען ביי א שיער פון הרב אלעזר פרידמאן פון קר"י, און ער האט דארט ארומגערעדט בערך די נקודות, און די וואונדערליכע רעזולטאטען דערפון, ער האט גערעדט פון אייגענע עקספירענס. און דארט האט ער ארויסגעברענגט ווי שטארק מ'דארף ארבייטן צוזאמען מיט די בני בית צו טרעפן אין יעדע קינד פאזיטעווע שטריכן, ער האט פארטיילט א צעטל מיט אסאך מעלות (טבעיות'דיגע, און פארשטייט זיך מעלות וואס דער קינד האט זיך אליינס ערווארבען), און געזאגט אז מ'זאל דא דורכגיין מיט די ב"ב און אויפזוכן דארט אויף יעדע קינד א מעלה אדער מעלות, און ארבייטן צוזאמען און אויפהייבן דעם קינד. [כ'האב נישט יעצט די צעטל ביי מיר, אויב איינער האט עס, וואלט געווען א תועלת אז ער זאל עס ארויפלייגן].

אזוי קען יעדער טון, מ'זעצט זיך אוועק מיט די ב"ב און מ'טראכט און מ'זוכט מעלות פון יעדע קינד, און מ'טוישט די פאוקאס אויף די מעלות, און בעז"ה וועט מען זען שינויים לטובה.

פארשטייט זיך אליינס, אז ס'העלפט נישט אויב איין מינוט הייבט מען און אין די קומענדיגע מינוט קלאפט מען דעם קינד. ממילא דארף מען זען אז מ'פאנגט צו ארבייטן אויף דעם אופן אז מ'זאל זיך איינהאלטן פון קריטיקירן און אראפרייסן דעם קינד.

איין שארפע פערזענליכע אראפרייס קען אוועקבלאזן 10 קאמפלימענטן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8028
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

מוסר זאגן נאר דורך אויפהייבן יענעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מענין האשכול האב איך געזען פאריגע וואך (דברים) א געוואלדיגע שטיקל של"ה הקדוש, לולי ראיתי לא האמנתי שמהשל"ה יצאו הדברים.

וז"ל השל"ה (פרשת דברים, בחלק דרך חיים תוכחת מוסר):

כשהוכיחם בדברי מוסר, סיפר מעלתם, 'הבו לכם אנשים חכמים ונבונים וידעים' כו'(דברים א, יג), הוא על דרך הפסוק (משלי ט, ח) 'אל תוכח לץ פן ישנאך הוכח לחכם ויאהבך'. הענין, כשאתה רוצה להוכיח את אחד, אל תאמר לו כך וכך אתה גרוע, כי אז ישנאך ולא ישמע לדבריך. וזהו שאמר 'אל תוכח לץ', שלא תוכח אותו בדרך זלזול לומר לו לץ אתה.

רק אדרבה תאמר לו חכם אתה, ואם כן חרפה היא לאיש כמוך לעשות כה וכה, זהו 'הוכח לחכם', כלומר, תעשהו לך לחכם, אז יאהבך וישמע לקול דבריך ויקבל מוסר.


דאס איז דברים חוצבים להבות אש!

מ'קען מוסיף זיין נאך מער פון דעם, די קאמפלימענעטן האט זיי משה געזאגט אפען "אנשים חכמים וכו'", ביי יעדעם געטראפן עפעס א מעלה און געזאגט פאר זיי ווי שטארק ער האלט פון זיי, אבער די מוסר האט ער נאר געזאגט ברמיזה.

לאמיר אריינטראכטן וויאזוי גייט עס צו ביי אונז דאס פארהאלטן א צווייטן דאס קינד אדער די ווייב אא"וו, כ'גיב עטליכע דוגמאות, איינס וויאזוי מ'גיט א שטעמפעל אפ יענעם מיט א לעבעל לרע, און איינס וואס מ'ווייזט ארויס גלייך די prejudice לרע וואס מ'האלט פון יענעם. מ'קען אנפילן בלעטער מיט דוגמאות...

"די בהמה ("שלעכטקייט" או כל שום וחניכא וואס יעדער איז רגיל) וואס דו ביסט קענסט דיך נישט איינהאלטן פון ....?!"

"שוין, כ'האב געוואוסט אז דו גייסט נישט קענען!"

וואס טוט מען אויף מיט אזלעכע מוסר רייד?

איין זאך "ישנאך"! יענער וועט דיך פיינט באקומען, און גארנישט מקבל זיין פון דיר. און ביך דאך א בהמה, משוגענער, שלעכטער, שגץ, באנדיט, וכו'. אדער די ווייסט דאך ממילא אז כ'גיי זיין שלעכט. סאו פארוואס עפעס זיך פארבעסערן, ער קלערט דאן נאר פון זיין נייע לעבעל, פון די נייע דזשאדשמענט אויף אים, און ער ווערט פארביסן דעראיבער.

וואס יא?

זאגט אים א גוט ווארט! מאך אים גוט אין דיינע אויגן! (אזוי ווי דער של"ה זאגט "תעשהו לך לחכם"), דאן וועט ער דיך ליב האבן בעומק הלב, און דערנאך ברענג אים ארויס וויאזוי קען אזא וואוילער און גוטע מענטש טון אזא נישט גוטע זאך.

הלוואי ווען אונז וואלט מיר נאר אזוי מוסר געזאגט פאר אונזערע קינדער, און אונזערע מלמדים ומורי דרך וואלטן אונז אזוי געהויבן בשעת'ן מוסר'ן.

"השיבה שופטינוכבראשונה!"
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

מענין לענין זאגט דער ברטנורא אויף די משנה הלל אומר, הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה:

וכיצד היה מקרב את הבריות לתורה, כשהיה יודע באדם שעבר עבירה היה מתחבר עמו ומראה לו פנים צהובות, והיה אותו אדם מתבייש ואומר אילו היה יודע צדיק זה מעשי הרעים כמה היה מתרחק ממני, ומתוך כך היה חוזר למוטב. הוא שהנביא מעיד עליו בשלום ובמישור הלך אתי ורבים השיב מעון

ווייז אים א פריינטליך פנים וועט ער דיך אויסהערן
סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאיזגוטבה »

הערליך ...
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע:אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

זייער שיין
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

געוואלדיגע ווערטער
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

נא שכל, כ׳דאנק אייך גאר שטארק פארן באשרייבן דעם נושא. ואילמלא איך וואלט ווען קענען געלערנט דעם סייט אידישע וועלט נאר צו ליינען דעם ארטיקל וואלט זיך אלעס געלוינט. דאס הייסט א ארטיקל און דאס הייסט געשריבן! אזאנס וואס מען זאל באמת קענען מיט נעמען אויף למעשה אויף חינוך הבנים והבנות.


אגב, האב איך געזעהן דעם אשכול צום ערשטען מאל אינמיטן דעם פאריגן זומער תשע״ז. נישט געהאט דעמאלטס די צייט אריין צו סיינען זיך באדאנקען. אבער איך געדענק נאך ווי יעצט ווי די טעם איז מיר צוגאנגען אין אלע ביינער ביים עס ליינען און יעצט נאכאמאל. איך וויל דיר נאר ווינטשען. אז כמותו ווי דעם ארטיקל ירבה ב׳אידישע וועלט', און כמותך אזוי ווי אזעלכע הייליגע שרייבער און יודן ווי אייך ירבו בישראל. וכל נטיעות שנוטין ממך יהיו כמותך!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8028
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח אלא בא'דאנקער'ס. ס'קלאר אז ס'גיט כח אויף ווייטער. כי האדם עץ השדה!

כ'קען זאגן נאכאמאל דורך פערזענליך אויספרובירן, אז זאגן אן אמת'דיג גוט ווארט פאר יענעם און אים האלטן חשוב צוליב די מעלות, ארבייט וואונדערליך אויף מענטשן, ס'גיט זיי כח זיך צו שטארקן אויף זייערע שוועריקייטן וואס טרייבט זיי צו זיין נישט גוט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
hi class
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע:שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

געוואלדיג כה לחי, א דאנק
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

א נחת צו הערן = ליינען
יישר כח
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹ א נִ שְׁאַר ז וּלַת דַּ לַּת עַ ם הָאָרֶץ"
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8028
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

צייט פאר פרישע ברכות... קאמפלימענטן ודי...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

@נא שכל, כ׳האב זיך שוין באדאנקט דא אויבן פאר דיר פאר דעם אשכול דיינע, דעם זיסען טעם און דעם לימוד ליגט מיר נאכאלטס אינעם מויל. און א יש״כ נאכאמאל, עוד מיט ואין רשע! ס׳דאך מורא׳דיג!

לאמיך דא מוסיף זיין א קורצע מעשה וואס כ׳האב לעצטענס געהערט פונעם מגיד משרים רבי אברהם מרדכי מלאך זז״ג, וואס איך קילער איז ממש די זעלבע נקידה וואס די ברענגען ארויס דא.

דערציילט ער אז נאך די מלחמה: די אידן פון פוילן וואס האבן אדורך געלעבט זענען נעבעך אדורך 6 ביטערע יארן פונעם מלחמה - אנדערש ווי די אנגארישע אידן וואס האבן נאר דערשפירט די ביטערען ברען פון דעם מלחמה פאר בלויז איין יאר, איז הכלל, געקומען קיין ארץ ישראל נאך די מלחמה א גער׳ע בחור׳ל, וואס נעבעך פון פוהל צרות פון אדורך גיין דעם קריג געווארן גאר שוואך אין אידישקייט. ביז מען האט געהערט אז ער איז א חתן געווארן נעבעך צו א גויטע רח״ל. הכלל, זענען די חברים זיינע געקומען דאס דערציילן פארן באוויסטען משגיח פון גער רבי גודל אייזן. האט רבי גודל האט געלאזט ריפן דעם בחור. די בחור איז אריבער געקומען צו רבי גודל און רבי גודל האט סתם אזוי אנגעפאנגען שמיעסן מיט שי בחור איבער די זכרונות זיינע פון ווי אזוי ס׳איז געווען מיט די גער׳ע רבי די שפת אמת פארן קריג און אזוי ווייטער פוהלע זכרונות פון די ישיבה יארן זיינע פארן קריג אין ישיבות גער בפרט און בכלל, אזוי איז ער געקומען אפאר מאל שמיעסן מיטן משגיח רבי גודל, אזוי נאך אפאר מאל שמיעסן מיט איהם, זאגט איינמאל דער בחור צו רבי גודל׳ן, איך ווייס נישט צו איר ווייסט אבער אט אט וועל איך נישט מער מיט דיר קענען קומען שמיעסן מער, ווייל איך גיי חתונה האבן אט בקרוב מיט דעם און דעם גויטע רח״ל, אין דעם אין דעם פלאץ. זאגט איהם רבי גודל אזוי? איך מיין אז די זאלסט עס איבער קלערן ווייל איך קלער אז ס׳פאסט נישט אזא זאך פאר אזא חשובה בחור ווי די ביזט, פון ״ישיבות שפת אמת״ זאל חתונה האבן מיט א גויטע, ״ס׳פאסט פשוט נישט פאר אזא חשובה בחור ווי דיר!״ ווינדער איבער ווינדער די סוף פון די מעשה איז אז דער בחור האט זיך צוריק געכאפט אין נישט חתונה געהאט מיט די גויטע און שפעטער אויף געשטעלט א הערליכע אידישע שטוב אין ירושלים עה״ק און האט היינט צו טאגס ווייטערדיגע לעכטיגע אידישע דורות.

רבי אברהם מרדכי דערציילט נאך די מעשה און זאגט נאך בשם א געוויסע מחנך אין ארץ ישראל, איך געדענק נישט אויף די מינוט דעם נאמען, זאגט יענער מחנך אז ער האט פון די מעשה לערנען געקענט די כח פון זאגן די פאזעטיווע געציקערטע ווערטער וואס ארבייט אפי׳ ביי א אוועק געפארענער קינד נעבעך מען זאל נישט וויסן, די הייליגע ווערטער ״ס׳פאסט פשוט נישט פאר דיר״ דאס מיינט צו זאגן: די ביזט העכער פון דעם! און א יעדע אידישע קינד האט אין זיך דעם פלאקער אין כח אריין געבויעט איז זיך אז: איך בין א ״בן מלך״ און ס׳פאסט נישט פאר א בן מלך פאר אזא חשובער קינד ווי מיך וואס קומט פון די chosen nation צו טוהן אזוי צו אזוי, ס׳פאסט פשוט נישט פאר מיך!

אני הקטן האב אבער אויך געזעהן אין די מעשה אויכעט די נקודה ארויס געברענגט דא פריער פון אונזער חשובער ידיד המכונה @נא שכל, פונעם של״ה הקדוש אז אנשטאט זאגן פאר דעם בחור די שייגעץ איינער! אזא גרויסע עבירה פלאנט׳סטו צו טוהן? די וועסט קיינמאל נישט ארויס גיין פון גהינום! די וועסט פלאקערען פאר אייביג! די רשע! וכדו.. אנשטאט דעם האט איהם די באוויסטע משגיח רבי גודל געראטעוועט און געזאגט די פאזעטיווע זיסע ליבלעכע ווערטער, און דווקה נאכן שמיעסן מיט איהם אפאר מאל און איהם דערמאנען ווער ער איז ״באמת״ פאר וואס ער איז נעבעך אריבער די צרות וואס ער איז נעבעך אריבער, האט ער איהם געזאגט: די ביזט דאך מער פון דעם! ס׳פאסט דאך נישט פאר דיר צו טוהן אזא זאך! אט אזוי קען מען עפעס אריין שיינען נאך דעם וואס מען טוט יענעם אויפהייבן! נישט פארקערט. זי״ע.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2724
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אילן במה אברכך? פירותיך מתוקין! כי האדם עץ השדה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

ארויף
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: אילן במה אברכך? פירותיך מתוקין! כי האדם עץ השדה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

געשמאק צו ליינען!
יישר כח!
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: אילן במה אברכך? פירותיך מתוקין! כי האדם עץ השדה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

ארויף
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3890
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: אילן במה אברכך? פירותיך מתוקין! כי האדם עץ השדה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

;l;p-
פאר ביידע
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8028
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

יסוד זה בחתם סופר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די וואך פרשת תצוה האב איך אויפגעפאסט, אז די זעלבע יסוד וואס מיר שרייבן דא אין דעם אשכול - אז דורכדעם וואס מען זאגט פאר א מענטש זיינע מעלות ומדות טובות ווערט ער טאקע אזוי - שטייט שוין אין די הייליגע ווערטער פון רבן של ישראל מרנא החתם סופרזי"ע, מיוסד על דברי חובת הלבבות. ושמחתי על זה כעל כל הון...

וז"ל קדשו:

[align=center] ואתה תדבר אל כל חכמי לב אשר מלאתיו רוח חכמה(שמות כח ג). ירצה כמ"ש חובת הלבבות (בהקדמה), שבלבות האנשים חכמה נטועה, אם יבוא מי שיעוררם על זה, יוציא המטמון ההוא, ויגלה לעין כל, ואם לאו, יהי' נעלם, כגרגיר הזרוע שאם יעדר ויחרוש יצמח ואם לאו ירקב.
והכי נמי אמר השי"ת למרע"ה, להיות כי הוא ית' מלא אותם חכמת לב, וצריכים למי שיעורר אותם ויודיעם זה, כדי להוציא חכמתם התקוע בכח אל הפועל, לזה אמר ואתה תדבר אל כל חכמי לב, ומה תדבר אליהם: אשר מלאתיו רוח חכמה, זה בעצמו הוא הדבור אשר תדבר ותודיעם - "שהם מלאים רוח חכמה", ועי"ז בזאת ההודעה ועשו את בגדי אהרן, כי יעוררו להוציאם אל הפועל.
[/align]


דאס איז דאך מורא'דיגע ווערטער, סיי דער חובת הלבבות און סיי דער חת"ס, וויאזוי צו הייבן און ארויפברענגן קינדער, בני בית, מיטארבייטער וכו'.

איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן בשם א געוויסע גדול, אז ער זעט פילע מציבות אין בית מדרש, די מציבות זענען נישט פון קיין טויטע מענטשען נאר אויף לעבעדיגע:
פ"נ: בחור אלמוני, ת"ח מופלג, למדן וצדיק, עם כל כשרונתיו הברוכים וכו'. תנצב"ה.
דהיינו ס'דא מענטשען וואס זענען גאר געלונגען און האבן באהאלטן אין זיך געוואלדיגע כשרונות, און ווען זיי וואלטן ווען אויסגענוצט זייערע מעלות וואלטן זיי אנגעקומען גאר ווייט, אבער ליידער האבן זיי נישט מצליח געווען, און זיי זענען געבליבן באגראבן פאר א גאנץ לעבן, דורך לעבן א רעלאטיווע ליידיגע לעבן.

נו איז דאך די מליאן דאלער שאלה, וויאזוי קען מען מאטיווערן א מענטש אז ער זאל אליינס נוצן זיינע באהאלטענע כשרונות? וויאזוי קען מען העלפן ארויסברענגען די כשרונות און מעלות מכח אל הפועל? וויאזוי קען מען מאכן "תחיית המתים" בזמן הזה?

יעצט ווייס מיר שוין די תשובה!

רעדן אזויווי משה רבינו ע"ה! מיט זאגען גוטע ווערטער פאר יענעם!

זאג אים זיינע געוואלדיגע מעלות, און טו אים אויסרימען דערמיט. זוך עס אויף אין די טיפעניש פון זיין נפש, ער האט זיכער עפעס מעלות, און זאג אים עס, האלט זיך נישט צוריק! און די טבע איז אז דאס מאכט אז דער מענטש זאל צוביסלך אנהייבן אליינס אויפצופאסן זיינע מעלות, און אנערקענען אין זיי, און דערנאך זיך אליינס אנשטרענגן זיי צו נוצן אויף מערסטן וואס שייך, און אזוי וועט ער שטייגן העכער און העכער, "ועשו את בגדי אהרן", ער וועט זוכה זיין צו אויפטון מיט זיינע כשרונות וואס ער קען, בעזרת השם יתברך.

ומכלל הן אתה שומע לאו!

ווען מ'זעט קינדער אדער די בני בית וכו' טוען א נישט ריכטיגע זאך, האק נישט אונטער דעם "פערזאן", באגראב נישט זיינע מעלות!!! מען דארף מעורר זיין אויף די "זאך" וואס ער האט געטון, אבער דער מענטש לאז גאנץ. מיטן זאגן פארן קינד דו משוגענער, דו בהמה, דו קלאץ, דו חכם עתיק, דו, דו, וכו' וכו' (יעדער זאל אליינס קלערן זיינע אויסדרוקען וואס מ'זאגט ווען מ'איז אין כעס), מיט דעם מאכט מען נישט אז דער קינד זאל מער נישט טון נישט גוטס, נאר פארקערט, מ'האט דאך אים געלעבעלט אלס בהמה... ווערט ער ביי זוך אזוי, און אזוי וועט ער זיך אויפירן. משא"כ אויב וועט מען אים אויפהייבן, נאר מעורר זיין אויף די עצם זאך וואס ער האט געטון, אז ס'פאסט נישט פאר אזא חשוב'ע מענטש, ווער ער זיך בעז"ה קענען גרינגער צוריקהאלטן פון טון וואס מען דארף נישט, און נהפך ווערן לטוב. אכי"ר.

א לעכטיגן שבת, און פרייליכן חודש אדר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בבליפא
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 11:31 am
לאקאציע:אויפן ריקליינער...

Re: יסוד זה בחתם סופר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבליפא »

נא_שכל האט געשריבן: די וואך פרשת תצוה האב איך אויפגעפאסט, אז די זעלבע יסוד וואס מיר שרייבן דא אין דעם אשכול - אז דורכדעם וואס מען זאגט פאר א מענטש זיינע מעלות ומדות טובות ווערט ער טאקע אזוי - שטייט שוין אין די הייליגע ווערטער פון רבן של ישראל מרנא החתם סופרזי"ע, מיוסד על דברי חובת הלבבות. ושמחתי על זה כעל כל הון...

וז"ל קדשו:

[align=center] ואתה תדבר אל כל חכמי לב אשר מלאתיו רוח חכמה(שמות כח ג). ירצה כמ"ש חובת הלבבות (בהקדמה), שבלבות האנשים חכמה נטועה, אם יבוא מי שיעוררם על זה, יוציא המטמון ההוא, ויגלה לעין כל, ואם לאו, יהי' נעלם, כגרגיר הזרוע שאם יעדר ויחרוש יצמח ואם לאו ירקב.
והכי נמי אמר השי"ת למרע"ה, להיות כי הוא ית' מלא אותם חכמת לב, וצריכים למי שיעורר אותם ויודיעם זה, כדי להוציא חכמתם התקוע בכח אל הפועל, לזה אמר ואתה תדבר אל כל חכמי לב, ומה תדבר אליהם: אשר מלאתיו רוח חכמה, זה בעצמו הוא הדבור אשר תדבר ותודיעם - "שהם מלאים רוח חכמה", ועי"ז בזאת ההודעה ועשו את בגדי אהרן, כי יעוררו להוציאם אל הפועל.
[/align]


דאס איז דאך מורא'דיגע ווערטער, סיי דער חובת הלבבות און סיי דער חת"ס, וויאזוי צו הייבן און ארויפברענגן קינדער, בני בית, מיטארבייטער וכו'.

איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן בשם א געוויסע גדול, אז ער זעט פילע מציבות אין בית מדרש, די מציבות זענען נישט פון קיין טויטע מענטשען נאר אויף לעבעדיגע:
פ"נ: בחור אלמוני, ת"ח מופלג, למדן וצדיק, עם כל כשרונתיו הברוכים וכו'. תנצב"ה.
דהיינו ס'דא מענטשען וואס זענען גאר געלונגען און האבן באהאלטן אין זיך געוואלדיגע כשרונות, און ווען זיי וואלטן ווען אויסגענוצט זייערע מעלות וואלטן זיי אנגעקומען גאר ווייט, אבער ליידער האבן זיי נישט מצליח געווען, און זיי זענען געבליבן באגראבן פאר א גאנץ לעבן, דורך לעבן א רעלאטיווע ליידיגע לעבן.

נו איז דאך די מליאן דאלער שאלה, וויאזוי קען מען מאטיווערן א מענטש אז ער זאל אליינס נוצן זיינע באהאלטענע כשרונות? וויאזוי קען מען העלפן ארויסברענגען די כשרונות און מעלות מכח אל הפועל? וויאזוי קען מען מאכן "תחיית המתים" בזמן הזה?

יעצט ווייס מיר שוין די תשובה!

רעדן אזויווי משה רבינו ע"ה! מיט זאגען גוטע ווערטער פאר יענעם!

זאג אים זיינע געוואלדיגע מעלות, און טו אים אויסרימען דערמיט. זוך עס אויף אין די טיפעניש פון זיין נפש, ער האט זיכער עפעס מעלות, און זאג אים עס, האלט זיך נישט צוריק! און די טבע איז אז דאס מאכט אז דער מענטש זאל צוביסלך אנהייבן אליינס אויפצופאסן זיינע מעלות, און אנערקענען אין זיי, און דערנאך זיך אליינס אנשטרענגן זיי צו נוצן אויף מערסטן וואס שייך, און אזוי וועט ער שטייגן העכער און העכער, "ועשו את בגדי אהרן", ער וועט זוכה זיין צו אויפטון מיט זיינע כשרונות וואס ער קען, בעזרת השם יתברך.

ומכלל הן אתה שומע לאו!

ווען מ'זעט קינדער אדער די בני בית וכו' טוען א נישט ריכטיגע זאך, האק נישט אונטער דעם "פערזאן", באגראב נישט זיינע מעלות!!! מען דארף מעורר זיין אויף די "זאך" וואס ער האט געטון, אבער דער מענטש לאז גאנץ. מיטן זאגן פארן קינד דו משוגענער, דו בהמה, דו קלאץ, דו חכם עתיק, דו, דו, וכו' וכו' (יעדער זאל אליינס קלערן זיינע אויסדרוקען וואס מ'זאגט ווען מ'איז אין כעס), מיט דעם מאכט מען נישט אז דער קינד זאל מער נישט טון נישט גוטס, נאר פארקערט, מ'האט דאך אים געלעבעלט אלס בהמה... ווערט ער ביי זוך אזוי, און אזוי וועט ער זיך אויפירן. משא"כ אויב וועט מען אים אויפהייבן, נאר מעורר זיין אויף די עצם זאך וואס ער האט געטון, אז ס'פאסט נישט פאר אזא חשוב'ע מענטש, ווער ער זיך בעז"ה קענען גרינגער צוריקהאלטן פון טון וואס מען דארף נישט, און נהפך ווערן לטוב. אכי"ר.

א לעכטיגן שבת, און פרייליכן חודש אדר.





;l;p-גאר שטארק... און מחייב...
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8028
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נא_שכל האט געשריבן:
צייט פאר פרישע ברכות... קאמפלימענטן וד"ל...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”