קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
אנאליזן און דעבאטעס
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שמועסן און קאמענטארן אויפ'ן אשכול רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
פראיעקט דורך: אייוועלט אינפראסטראקטור טיעם
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
די ווייסט אז אוקריינע האט ערגעץ אפאר באליסטישע מיסילס וואס זיי האבען קום גענוצט,
זיי האבען דאכצעך ניין צען פליגערס וואס איז נאך געווען אין קרימיע,
ווען די רוסען זענען געשטאנען ביי די טיר פון די באזע אריינציקומען (באלבעק באזע דאכצעך) האבען זיך די פילאטען העלדיש אריינגעזעצט אין אפגעטראגען אריין און אוקריינע ערגעץ פאר זייער נאז און די קאמענדאס האבען געקריצט מיט די ציין,
זיי האבען גראדע קיינמאל נישט באקומען גענוג אנערקענונג פאר די שריט
זיי האבען דאכצעך ניין צען פליגערס וואס איז נאך געווען אין קרימיע,
ווען די רוסען זענען געשטאנען ביי די טיר פון די באזע אריינציקומען (באלבעק באזע דאכצעך) האבען זיך די פילאטען העלדיש אריינגעזעצט אין אפגעטראגען אריין און אוקריינע ערגעץ פאר זייער נאז און די קאמענדאס האבען געקריצט מיט די ציין,
זיי האבען גראדע קיינמאל נישט באקומען גענוג אנערקענונג פאר די שריט
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
WOW WOW די ינוקא פון סאטלין זצ"ל
- אטעטשמענטס
-
- PYA.jpg (909.35 KiB) געזען 1226 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
נקדימון האט געשריבן: א ווידעא צורקולירט ווי מען זעהט אנגעבליך אן אוקריינער זעלנער מיט שיץ קליידער שטעלט אוועק א מאלאטאוו קאקטעיל ביי א קינדער גארטן און דערנאך פאטאגראפירט ער די קינדער גארטן צו קענען באשולדיגן אז מען האט "געטראפן" אויפרייס מאטריאל וואס די רוסן האבן "אנגעבליך" אהינגעלייגט.
https://www.dropbox.com/s/kjuo78vu8ofrt ... 3.mp4?dl=0
---
עס קען פונקט אזוי זיין א פארשטעלטער רוס האט עס אהינגעשטעלט [און שטייצעך פאטאגראפירט די גאנצע צענע] צו דערנאך באשולדיגן אוקריינע מיט אויפמאכן מעשיות
גיי ווייס מיט די חברה...
און ווער האט פאטאגראפירט די גאנצע זאך?
- דאקטער רפאל
- שר האלף
- תגובות: 1144
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
פאלעסיידס האט געשריבן: און ווער האט פאטאגראפירט די גאנצע זאך?
ס'זעט אויס - אדער דארף עס צו אויסזען - ווי א לאקאלע איינוואוינער.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
- פונדערנאנט
- שר חמש מאות
- תגובות: 630
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
דאקטער רפאל האט געשריבן:פאלעסיידס האט געשריבן: און ווער האט פאטאגראפירט די גאנצע זאך?
ס'זעט אויס - אדער דארף עס צו אויסזען - ווי א לאקאלע איינוואוינער.
ס׳זזעהט אויס פראפעשענאל געכאפט פון אויבן
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
- דאקטער רפאל
- שר האלף
- תגובות: 1144
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
פונדערנאנט האט געשריבן: ס׳זזעהט אויס פראפעשענאל געכאפט פון אויבן
לאו דוקא, זעט אויס פון א טעלעפאון פון א הויעכע שטאק.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
- עפעס ווייסעך
- שר האלף
- תגובות: 1280
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
יעקב פריינד האט געשריבן: ווען די פייפליין וועט זיין פארטיג וועט שוין דעמאלטס אמעריקע נישט דארפן צוקומען צו אנדערע לענדערס אויל?
אמעריקע איז שוין טעכניש אויל אינדעפענדענט עטליכע יאר. (איך ווייס נישט וויאזוי סארבעט פארוואס מדארף נאכאלץ אימפארטן פון אנדערע לענדער)
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
פאלעסיידס האט געשריבן:!want to be good האט געשריבן:פאלעסיידס האט געשריבן: די Z גייט ווערען די נייע האקענקרייץ סימבאל ביי די נעא נאציס און רוסלאנד!
דהיינו?
אזוי ווי די הערסט, ווער סקען די קרעמלין זאגט אז זיי גייען עס מאכען פאר א נאצי-נאלע פראפאגאנדע טאל יעדער וועט מוזען גיין מיט אזאלכע Z העמעדלעך מגייט מאכען א Z סאלוט ביי רעכטע מארש'ס און אזוי ווייטער,
ווארט נאר אביסעל
סדא נאציס אין רוסלאנד?זיי וואונען דאך אלע אין אוקריינע…
דביה תחדי נפשא
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
חמרא טבא האט געשריבן:פאלעסיידס האט געשריבן:!want to be good האט געשריבן:פאלעסיידס האט געשריבן: די Z גייט ווערען די נייע האקענקרייץ סימבאל ביי די נעא נאציס און רוסלאנד!
דהיינו?
אזוי ווי די הערסט, ווער סקען די קרעמלין זאגט אז זיי גייען עס מאכען פאר א נאצי-נאלע פראפאגאנדע טאל יעדער וועט מוזען גיין מיט אזאלכע Z העמעדלעך מגייט מאכען א Z סאלוט ביי רעכטע מארש'ס און אזוי ווייטער,
ווארט נאר אביסעל
סדא נאציס אין רוסלאנד?זיי וואונען דאך אלע אין אוקריינע…
יא,
פוטין האט מודה געווען א שטיק צייט צוריק ווען מיליאנען מענטשען האבען פראטעסטירט קעגען אים (ווען קלינטאן איז געווען סעקרעטערי אויף סטעיט) אז די אלע זענען נאציס!
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 20230
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
Borrower האט געשריבן:ירקרקות האט געשריבן:Borrower האט געשריבן:א דאך האט געשריבן: א פרישע רויטערס אנקעטע ווייזט אז 74% אמעריקאנע שטיצן די געדאנק אז אמעריקע זאל איינשטעלן א נאו פליי זאון העכער אוקריינע.
אן פארשטיין די טעכנישע חלק דערפון - אז מגייט אראפשיסן רוסישע פליגער וואס פייפן אן די פארבאט
קומען דען די יעצטיגע באמבאדירונגען דורך די לופט? לויט וויפיל ס'זעט מיר אויס קומט עס מיינסטנס פון מיסיל ארויסשיסער אויף דער ערד.
אפשר קאן נקדימון ענטפערן
נקדימון האט געשריבן:
יא. די רוסישער עירפארס איז יעצט סך מער אקטיוו העכער די אוקריינער הימלען ווי אין די ערשטע עטליכע טעג.
שטייצעך זיי נעמען יעצט איין היפש גרעסערע עירקרעפט פארלוסטן.
מען קען ערווארטן זייער עירפארס זאלן ווערן נאכמער אקטיוו העכער אוקריינע ווי א טאג גייט פארביי.
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
פאלעסיידס האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:פאלעסיידס האט געשריבן:!want to be good האט געשריבן:פאלעסיידס האט געשריבן: די Z גייט ווערען די נייע האקענקרייץ סימבאל ביי די נעא נאציס און רוסלאנד!
דהיינו?
אזוי ווי די הערסט, ווער סקען די קרעמלין זאגט אז זיי גייען עס מאכען פאר א נאצי-נאלע פראפאגאנדע טאל יעדער וועט מוזען גיין מיט אזאלכע Z העמעדלעך מגייט מאכען א Z סאלוט ביי רעכטע מארש'ס און אזוי ווייטער,
ווארט נאר אביסעל
סדא נאציס אין רוסלאנד?זיי וואונען דאך אלע אין אוקריינע…
יא,
פוטין האט מודה געווען א שטיק צייט צוריק ווען מיליאנען מענטשען האבען פראטעסטירט קעגען אים (ווען קלינטאן איז געווען סעקרעטערי אויף סטעיט) אז די אלע זענען נאציס!
א פראקטישע עצה פאר נעקסט טיים די נאציס פראטעסטירען. באלאגערן די שטאט און באהאגלען מיט א טוץ קלאסטערלאך...
- יעקב פריינד
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7286
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
עפעס ווייסעך האט געשריבן:יעקב פריינד האט געשריבן: ווען די פייפליין וועט זיין פארטיג וועט שוין דעמאלטס אמעריקע נישט דארפן צוקומען צו אנדערע לענדערס אויל?
אמעריקע איז שוין טעכניש אויל אינדעפענדענט עטליכע יאר. (איך ווייס נישט וויאזוי סארבעט פארוואס מדארף נאכאלץ אימפארטן פון אנדערע לענדער)
יא יא דאס איז אויך מיין קשיא וואס פשט דא
- ר' דן
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10086
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
- לאקאציע:אימבאקאנט
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
ערגעץ האב איך געזעהן אז ביי די דייטשלאנד ימ''ש - פוילן אינוואזיע, איז געוויזן 25 טויזנט טויטע דייטשע סאלדאטן און עס האט גענימען עטליכע וואכן.
איז עס אמת? אויב נישט, וואס זענען די נאמבערס?
ייש''כ.
איז עס אמת? אויב נישט, וואס זענען די נאמבערס?
ייש''כ.
- שלמה הילדעסהיימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 16463
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
פאלעסיידס האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן: א ווידעא צורקולירט ווי מען זעהט אנגעבליך אן אוקריינער זעלנער מיט שיץ קליידער שטעלט אוועק א מאלאטאוו קאקטעיל ביי א קינדער גארטן און דערנאך פאטאגראפירט ער די קינדער גארטן צו קענען באשולדיגן אז מען האט "געטראפן" אויפרייס מאטריאל וואס די רוסן האבן "אנגעבליך" אהינגעלייגט.
https://www.dropbox.com/s/kjuo78vu8ofrt ... 3.mp4?dl=0
---
עס קען פונקט אזוי זיין א פארשטעלטער רוס האט עס אהינגעשטעלט [און שטייצעך פאטאגראפירט די גאנצע צענע] צו דערנאך באשולדיגן אוקריינע מיט אויפמאכן מעשיות
גיי ווייס מיט די חברה...
און ווער האט פאטאגראפירט די גאנצע זאך?
כ'פארשטיי נישט. די אוקראינער האבן געוואלט פרעימען די רוסן אין נוצן א פראוויזארישע וואפן וואס רוסן נוצן נישט אבער אוקראינער נוצן יא, אין די זעלבע צייט וואס רוסלאנד פירט דורך מאסן טעראר אטאקעס איבער גאנצן לאנד מיט טויזנט-פונטיגע באמבעס וואס זיי טראסקען פון זייערע פליגער?
ביידען האט אינדארסירט זיין וויצע פאר פרעזידענט - טראמפ האט געוואלט הרג'נען זיין
העריס ~ וואלץ 2024
רוסיש-אוקראינער קריג גלאָסאַר
וואס איז געשען מיט סיליקאן וואלי באנק
העריס ~ וואלץ 2024
רוסיש-אוקראינער קריג גלאָסאַר
וואס איז געשען מיט סיליקאן וואלי באנק
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
פאלעסיידס האט געשריבן: מרעדט דא פון א א געהעריגע סיסטעם מיט אלע קלאפערגעצייגען
זיי האבען דאך יעצט אויך געהאט אפאר צירוק געבליבענע מיגס און זיי שפילען מיט די רוסען קעטש יעדע נאכט מיט עס, זיי באהאלטען עס אין וועלדער און אין פארקינג גאראזשעס..
חינוך האט געזיגט!
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
שפיר קאמרת האט געשריבן: קען איינער ביטע מסביר זיין וואס מיינט אז רוסלאנד גייט ברויכן "דיפאלטן"?
אויב שוין געשריבן ביטע ציצייכענען אווי
נו @פאלעסיידס האסט א הסבר?
חינוך האט געזיגט!
- שלמה הילדעסהיימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 16463
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
יעקב פריינד האט געשריבן:עפעס ווייסעך האט געשריבן:יעקב פריינד האט געשריבן: ווען די פייפליין וועט זיין פארטיג וועט שוין דעמאלטס אמעריקע נישט דארפן צוקומען צו אנדערע לענדערס אויל?
אמעריקע איז שוין טעכניש אויל אינדעפענדענט עטליכע יאר. (איך ווייס נישט וויאזוי סארבעט פארוואס מדארף נאכאלץ אימפארטן פון אנדערע לענדער)
יא יא דאס איז אויך מיין קשיא וואס פשט דא
ס'איז נישט דא אזא זאך ווי אויל אינדעפענדענס אין א פרי מארקעט עקאנאמיע.
אויב א קונד אין בראזיל קען באקומען אמעריקאנער אויל פאר $99 א פעסל און סאודישע אויל פאר $100 א פעסל, גייט ער קויפן די אמעריקאנער אויל און עס איז גארנישט דא וואס אמעריקע קען טון דאס צו טוישן אין א פרייע מארקעט.
אויב אן אמעריקאנער קונד קען טרעפן רוסישע אויל פאר $90 ווען יעדער בעט $95 א פעסל, גייט ער קויפן אויל פון רוסלאנד.
אמעריקאנער אויל אימפארטן פון רוסלאנד אין די גוטע צייטן ווען אמעריקע איז געווען "ענערגיע אינדעפענדענט."
די איינציגסטע זעלבסטשטענדיגקייט איז זעלבסטשטענדיגקייט פוןאויל. גרינע ענערגיע (זון, ווינט, וואסער) איז נישט אנגעוויזן אויף סאודיע אראביע אדער פוטין און לענדער וואס פראדוצירן א גרעסערע טייל פון זייער ענערגיע געברויכן פון גרינע ענערגיע זענען ווייניגער אפעקטירט יעצט.
ביידען האט אינדארסירט זיין וויצע פאר פרעזידענט - טראמפ האט געוואלט הרג'נען זיין
העריס ~ וואלץ 2024
רוסיש-אוקראינער קריג גלאָסאַר
וואס איז געשען מיט סיליקאן וואלי באנק
העריס ~ וואלץ 2024
רוסיש-אוקראינער קריג גלאָסאַר
וואס איז געשען מיט סיליקאן וואלי באנק
- Rak Tov
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7892
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
- לאקאציע:דא
- פארבינד זיך:
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: כ'פארשטיי נישט. די אוקראינער האבן געוואלט פרעימען די רוסן אין נוצן א פראוויזארישע וואפן וואס רוסן נוצן נישט אבער אוקראינער נוצן יא, אין די זעלבע צייט וואס רוסלאנד פירט דורך מאסן טעראר אטאקעס איבער גאנצן לאנד מיט טויזנט-פונטיגע באמבעס וואס זיי טראסקען פון זייערע פליגער?
געטראכט די זעלבע, מאכט נישט קיין סענס דעיס
- ר' דן
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10086
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
- לאקאציע:אימבאקאנט
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
Rak Tov האט געשריבן:שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: כ'פארשטיי נישט. די אוקראינער האבן געוואלט פרעימען די רוסן אין נוצן א פראוויזארישע וואפן וואס רוסן נוצן נישט אבער אוקראינער נוצן יא, אין די זעלבע צייט וואס רוסלאנד פירט דורך מאסן טעראר אטאקעס איבער גאנצן לאנד מיט טויזנט-פונטיגע באמבעס וואס זיי טראסקען פון זייערע פליגער?
געטראכט די זעלבע, מאכט נישט קיין סענס דעיס
קיין שום ווערסיע מאכט נישט קיין סענס.
- ר' דן
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10086
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
- לאקאציע:אימבאקאנט
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
ר' דן האט געשריבן: ערגעץ האב איך געזעהן אז ביי די דייטשלאנד ימ''ש - פוילן אינוואזיע, איז געוויזן 25 טויזנט טויטע דייטשע סאלדאטן און עס האט גענימען עטליכע וואכן.
איז עס אמת? אויב נישט, וואס זענען די נאמבערס?
ייש''כ.
- ווייסע ברילן
- שר מאה
- תגובות: 104
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
וויקי זאגט אז עס האט גענומען פון סעפטעמבער 1 ביז אקטובער 6 און עס זענען געווען 17,269 טויטע דייטשע סאלדאטן
לינק https://en.m.wikipedia.org/wiki/Invasion_of_Poland
לינק https://en.m.wikipedia.org/wiki/Invasion_of_Poland
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
חמרא טבא האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאריאפאל איז ארומגענומען און די רוסן באמבאדירן העווי דארט... לבי אומר לי אז די שטאט גייט פאלן עני טיים סאאן...
נעכטן געליינט פון חברה בשם אוקראינע סורסעס אז עס פאלט אין 72-96 שעה..
נאך וואס מאריאפאל פאלט, וועלן היפש אסאך רוסישע טרופן וואס זענען דארט אראפ געבונדן ווערן באפרייט, און דאס - אינאיינעם מיט נאך עטליכע רוסישע דורכברעכן אין דעם מזרח, קען שטעלן אין געפאר אלע אוקראינע פאזיציעס פון כארקאוו ביז ניקאלייעוו.
העסט נישט גלייבן אבער אקארדינג צו אינטעל פון געוויסע לענדער איז שוין קיעוו געפאלן צום רוס מיט אזא גוטע וואך צוריק בעיסד אויף אזא 72-96 חשבון…
אינטעל פון אמעריקע פארן קריג, מיט די מיינונג פון אוקריינע סורסעס נעכטן, איז נישט ממש די זעלבע זאך.. און עס איז טאקע יתכן אז איר זענט גערעכט.
- אייגנארטיג
- שר האלף
- תגובות: 1202
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
ר' דן האט געשריבן:ר' דן האט געשריבן: ערגעץ האב איך געזעהן אז ביי די דייטשלאנד ימ''ש - פוילן אינוואזיע, איז געוויזן 25 טויזנט טויטע דייטשע סאלדאטן און עס האט גענימען עטליכע וואכן.
איז עס אמת? אויב נישט, וואס זענען די נאמבערס?
ייש''כ.
קרוב צו צוואנציג טויזנט טויטע דייטשן ימ''ש, דער פולער קריג האט געדויערט דריי וואכן אבער רוב שטעט זענען געפאלן אין די סאמע ערשטע פאר טעג. לדוגמא גאליציע האבן זיי שוין אריינמארשירט יענעם ערב שבת סליחות תרצ''ט, און די נעקסטע וואך האט זיך שוין אנגעהויבן אביסל רצוחות רח''ל
די פאלאקן ימ''ש האבן פארלוירן 66,000 זעלנער אין די טעג
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
יעקב פריינד האט געשריבן:עפעס ווייסעך האט געשריבן:א נייניקל האט געשריבן:Wow a1 האט געשריבן: אמעריקאנער אויל קאמפאניס זאגן אז זיי טוען וואס זיי קענען פראדוצירן מער אויל, אבער זאגן אז עס נעמט צייט.
איך האב זיי אן עצה....
נעמליך, עפענען די פייפליין פון אלאסקע (און אין די מיען טיים, געבן דזאבס פאר אמעריקאנער)
אויב דו רעדסט פון די קיסטאון פייפליין, דאן זייט וויסן אז בלויז 8 פערצענט איז שוין געבויעט געווארן, און סאיז געווען געסקעדזשועלט צו ווערן פארטיג עטליכע יאר ארום
ווען די פייפליין וועט זיין פארטיג וועט שוין דעמאלטס אמעריקע נישט דארפן צוקומען צו אנדערע לענדערס אויל?
אה, עס איז נישט קיין אלאסקע, נאר קיין קאנאדע. אמעריקע און קאנאדע אינאיינעם פראדוצירן יעצט אויך מער ווי זיי נוצן.
אויב אמעריקע פארבאט צו עקספארטירן אמעריקאנער אויל, דארף מען שוין כמעט נישט צוקומען צו אנדערע אויל רייט נאו אויך נישט.. (עטליעסט ווען דער אויל פארלאנג וועט בהכרח עטוואס פאלן צוליב די הויכע פרייזן.)
- ר' דן
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10086
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
- לאקאציע:אימבאקאנט
Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן
אייגנארטיג האט געשריבן:ר' דן האט געשריבן:ר' דן האט געשריבן: ערגעץ האב איך געזעהן אז ביי די דייטשלאנד ימ''ש - פוילן אינוואזיע, איז געוויזן 25 טויזנט טויטע דייטשע סאלדאטן און עס האט גענימען עטליכע וואכן.
איז עס אמת? אויב נישט, וואס זענען די נאמבערס?
ייש''כ.
קרוב צו צוואנציג טויזנט טויטע דייטשן, דער פולער קריג האט געדויערט דריי וואכן אבער רוב שטעט זענען געפאלן אין די סאמע ערשטע פאר טעג. לדוגמא גאליציע האבן זיי שוין אריינמארשירט יענעם ערב שבת סליחות תרצ''ט, און די נעקסטע וואך האט זיך שוין אנגעהויבן אביסל רצוחות רח''ל
דאס מיינט אז פוילן האט זיך יא עפעס צוריק געפייט?