Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט
מיר ביידע ווערן געטריבן לכאורה פון די זעלבע זאך, מיר זענען ברואים און מיר גלייכן די בריאה, זיין מקושר מיט די ארום איז א ענין פון זינגען שירה מיט די בריאה אזוי פיל איך עס, אבות אבותינו האבן זיך פארנומען מיט פארמינג און לעתיד לבא כנראה וועט עס אויכעט אזוי זיין, א 6'סטל תורה באשטייט פון סדר זרעים און נאך ווער ווייסט וויפיל איבער בהמות/קרבנות
די ווינדערליכקייט, קשר, אינדעפענדענס פון שלא יצטרכו זה לזה, בטחון און סתם הרחבת הדעת וואס די בריאה שטעלט מיט זיך פאר איז מבהיל על הרעיון
למעשה גערעדט האב איך נישט קאנסידערט פארמינג אלץ אן עכטער פרנסה קוואל, אוואדע נישט אין אונזערע טעג ווען מקאמפיט מיט ריזן אוטאמעיטעד מאשינערי אין רוב אינדוסטריעס וועלכע דריקן אראפ די פרייזן צו א מאקסימום, אדרבה איבערצייגט מיר אנדערש
אזוי צי אזוי זיי ממשיך, כגלייך זייער זייער די נושאים
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)