אליעזר לאנדא האט געשריבן:
דערר' יעקב אברהם ר"מ דקאוולאאיז כנראה ר' יעקב קלסינר ר"מ דקאוולא דער זיידע פון דער נועם מגדיםכמבואר כאןוחתם ג"כ על תורת חיים הנ"ל , נזכר ג"ככאןוכאן]
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
ח"ג[מציבת ר' יעקב אברהם הנ"ל, ר' דוד טעביל ב"ר יעקב יש לשער שהוא דוד הנעשכיזער]
דער ר' יעקב אברהם האט געהאט א זוהן רב אין סטאנסלאב [ערים ואמהות]
די פלא איז פיפאכיג, אז אין שמן הטוב צייכנט ער צו דעם שבחי ירושלים, און ער פארפעלט אט די טאכטער.
ראוולי' האט איהם מסתמא צומישט
אז מען רעדט שוין וועגען דערשמן הטובאיז כדי צו שרייבן, אז דאס וואס ער שטעלט צו ר' ליב בן המהר"ם מטיקטין מיט ר' ליב אב"ד הארקי וראב"ד ווילנא הנזכר בקריה נאמנהאות 54[מסתמא על סמך רבנות בנו] קען לכאורה נישט שטימען, ווייל דערמצודת דודוואס ער צייכנט צו כבר נדפס בשנת תצ"ו אין דער טיטלען דארט שטימט נישט ממש מיט וואס ר ליב שרייבט בשנת תפ"ט בהסכמתולדברי הבריתכי צעיר אנכי לימים וכו' עיי"ש, און דער ר' יהודה ליב מטיקטין [וואס דער בעל קריה נאמנה שטעלט שוין צאם]חתמ'טשוין אין ווילנא בשנת תפ"ז [ועוד יהודה און אריה זענען נישט דער זעלבע]
דער ר' שאול הורוויץ מירושלים איז כנראהר' שאול חיים הלוי הורוויץ ראב"ד דוברובנהדאווערט דערמאנט זיין יחוס פיהר דורות [ב"ר אברהם ב"ר אשר מקאסאווי ב"ר יעקב מ"מ בק"ק הוראדאנא], איז באקאנט מער ? דער בעל שי למורא דערמאנט טאקע אז זיין מאמע איז נכדת המהר"ם מטיקטיןדא דער יחוס פון אשת האור שמח איז באקאנט ? ווער איז דאס ר' ישעיה מטיקטין ?
אז איינער איז אינטערסירט נאך צו גיין דער תולדות פון ר' נטע הורוויץ אב"ד הורקי (ב"ר לייב בן במהר"ם מטיקטין) הנזכר כאן, קען מען טרעפען אסאך אין דערפנקס קהילת הורקי[בעיקר מעמוד 81 ואילך, אבער פריער אויך]
אין איינע פון די אוקשנס איז דא די ספר רשפי אש קר היקרים! רשפי אש להגה"ק מנעשכיז עותק של אחד מגדולי האדמורי"ם עם רישום בכתב יד: "הייתי בשמים ולא ראיתי חידוש כזה הספר!" עם חתימת רבי חיים האגער וקוויטל
יקר היקרים! רשפי אש להגה"ק מנעשכיז עותק של אחד מגדולי האדמורי"ם עם רישום בכתב יד: "הייתי בשמים ולא ראיתי חידוש כזה הספר!"
על דף הפורזץ יש קוויטל: "חיים בן יוכבד"
רישום: "זה הספר שייך להרב הצדיק המפורסם בוצינא קדישא חסידא ופרישא נזר ישראל רכבה"ג כקש"ת..."
"איך בין געווען אין הימל און איך האב נישט געזען אזא חידוש ספר ווי דאס איז. דברי הכותב המצפה לראות בכם כל טוב. הק' שזל וזה ר"ת זה שמי לעולם"
בספר נפשות חסידיו [עמוד ריב ואילך] ווייסט ער צו זאגען אז ראי"ה מטולסט [ב"ר מרדכי ב"ר יוסף מאוסטילא ב"ר מרדכי מנעשכיז] האט געהאט אכט טעכטער, נאר פון דריי ווייסט ער דער נעמען, דהיינו
א. מרתרחלאשת ר' מ"מ ה"ש מקשאנוב [בן ר' נפתלי משם] ב. מרתיוכבדאשת ר' מ"מ קאנער מסאניק [נכד ר' אברהם אביש משם] ג. מרתשיינדילאשת ר' פנחס חאדרוב [נכד התו"ח מקאסוב]
ד. ער ווייסט אויך אז ער איז געוועהן א מחותן א צווייטע מאל מיט צאנזער רב, דאס איז לכאורה דער טאכטער מרתבלומאאשת ר' יקותיאל ה"ש [ב"ר שמעלקא בן הקרייז'ר רב] ווי איך האב געשריבןדא
ה. ער שרייבט בת אחרת נישאה להרב דערברמדיגר נכד הרה"ק מבארדיטשוב, עס איז יעצט ארויף אויף JRI דער רעקארדס פון דער שטאט Solotwina טרעפט מען דארט בשנת תרפ"ט א [לעגאלע] חתונה פון איינער חיים שנולד בטלוסט בשנת תרמ"ג למאטיל DERBARMDYGIER ואשתומריםעלענבויגען[ושם האשה היא אסתר מלכה שנולדה בסקאלא בשנת תרל"ז לישראל שמואל וויינפעלד ואשתו באבא], דאס איז לכאורה דער פינפטער טאכטער פון טלוסט'ע רב וחתנו נכד הרה"ק מבארדיטשוב דער רעקארדנו' 8
ווייסט איינער ווער דער ר' מרדכי קען זיין ? לפי החשבון נולד לפני תרכ"ה אויך זעה איך אמלכה עלענבויגעןשנולדה בטלוסטשנפטרה בסטאנסלוב בשנת תרס"ב בגיל 26 [נולדה תרל"ד] אפשר איז דאס אויך א טאכטער ? [נו' 70] ער שרייבט אויך "עוד שלש בנות היו לו שהיו נשואות לבנש"ק מרוסיא" ווייסט איינער פרטים איבער זיי ?
...... ה. ער שרייבט בת אחרת נישאה להרב דערברמדיגר נכד הרה"ק מבארדיטשוב, עס איז יעצט ארויף אויף JRI דער רעקארדס פון דער שטאט Solotwina טרעפט מען דארט בשנת תרפ"ט א [לעגאלע] חתונה פון איינער חיים שנולד בטלוסט בשנת תרמ"ג למאטיל DERBARMDYGIER ואשתומריםעלענבויגען[ושם האשה היא אסתר מלכה שנולדה בסקאלא בשנת תרל"ז לישראל שמואל וויינפעלד ואשתו באבא], דאס איז לכאורה דער פינפטער טאכטער פון טלוסט'ע רב וחתנו נכד הרה"ק מבארדיטשוב דער רעקארדנו' 8
ווייסט איינער ווער דער ר' מרדכי קען זיין ? לפי החשבון נולד לפני תרכ"ה ....
יעצט טרעף איך אין סקאלא בשנת תר"ע דער זעלבע זיווג דארט שטייט שם האב Mordko LEWIJEWICZ ושם האם Maryam HERSCHKOWNA/DERBARYMKER חיים נולד ב Chocim (Rosja) 08-Apr-1882 [נו' 1] דער שטאט איז לכאורה חאטין ומסתמא שם האב הוא לוי [יצחק ?]
אויף JewishGen זעה איך בעיר Novoselitsa שאצל חאטין א גאנצע משפחה בשם DERBARIMDIKER [או DERBARMDINER] משנת תרל"א ואילך, ווער איז דאס ?
...... ה. ער שרייבט בת אחרת נישאה להרב דערברמדיגר נכד הרה"ק מבארדיטשוב, עס איז יעצט ארויף אויף JRI דער רעקארדס פון דער שטאט Solotwina טרעפט מען דארט בשנת תרפ"ט א [לעגאלע] חתונה פון איינער חיים שנולד בטלוסט בשנת תרמ"ג למאטיל DERBARMDYGIER ואשתומריםעלענבויגען[ושם האשה היא אסתר מלכה שנולדה בסקאלא בשנת תרל"ז לישראל שמואל וויינפעלד ואשתו באבא], דאס איז לכאורה דער פינפטער טאכטער פון טלוסט'ע רב וחתנו נכד הרה"ק מבארדיטשוב דער רעקארדנו' 8
ווייסט איינער ווער דער ר' מרדכי קען זיין ? לפי החשבון נולד לפני תרכ"ה ....
יעצט טרעף איך אין סקאלא בשנת תר"ע דער זעלבע זיווג דארט שטייט שם האב Mordko LEWIJEWICZ ושם האם Maryam HERSCHKOWNA/DERBARYMKER חיים נולד ב Chocim (Rosja) 08-Apr-1882 [נו' 1] דער שטאט איז לכאורה חאטין ומסתמא שם האב הוא לוי [יצחק ?]
אויף JewishGen זעה איך בעיר Novoselitsa שאצל חאטין א גאנצע משפחה בשם DERBARIMDIKER [או DERBARMDINER] משנת תרל"א ואילך, ווער איז דאס ?
ביי מיר איז פארשריבן: ר' לוי יצחק דערבארעמדיגער. נולד בשנת תרל"ג. נפטר בנאוואסעליץ כ"ח טבת תרפ"ט. על מצבתו נכתב: פ"נ איש ישר מו"ה לוי יצחק ב"ר זאב דערבארעמדיגער נכד הרב מבארדיטשוב כ"ח טבת תרפ"ט תנצב"ה. בן ר' זאב דערבארעמדיגער. נולד בשנת תר"ז. זוגתו חיה לבית מילמאן. בן ר' בעריש דערבארעמדיגער. נולד בשנת תקפ"ח. זוגתו שיינדל נולדה בשנת תק"צ. בן ר' זאב דערבארעמדיגער. נולד בשנת תקס"א. התגורר בעיר חאטין. נפטר בשנת תר"ד. זוגתו פייגא. בן רבי דוב בער. נולד בשנת תקל"ה בערך. זוגתו חנה. בן הקדושת לוי
ביי מיר איז פארשריבן: ר' לוי יצחק דערבארעמדיגער. נולד בשנת תרל"ג. נפטר בנאוואסעליץ כ"ח טבת תרפ"ט. על מצבתו נכתב: פ"נ איש ישר מו"ה לוי יצחק ב"ר זאב דערבארעמדיגער נכד הרב מבארדיטשוב כ"ח טבת תרפ"ט תנצב"ה. בן ר' זאב דערבארעמדיגער. נולד בשנת תר"ז. זוגתו חיה לבית מילמאן. בן ר' בעריש דערבארעמדיגער. נולד בשנת תקפ"ח. זוגתו שיינדל נולדה בשנת תק"צ. בן ר' זאב דערבארעמדיגער. נולד בשנת תקס"א. התגורר בעיר חאטין. נפטר בשנת תר"ד. זוגתו פייגא. בן רבי דוב בער. נולד בשנת תקל"ה בערך. זוגתו חנה. בן הקדושת לוי
ייש"כ, אבער דער חיים שנולד בשנת תרמ"ב קען נישט זיין אן איינקיל פון לוי יצחק שנולד תרל"ג, און פון ר' זאב שנולד בשנת תר"ז איז אויך דחוק איז באקאנט אנדערע קינדער פון ר' בעריש אדער אביו ר' זאב ?
ביי מיר איז פארשריבן: ר' לוי יצחק דערבארעמדיגער. נולד בשנת תרל"ג. נפטר בנאוואסעליץ כ"ח טבת תרפ"ט. על מצבתו נכתב: פ"נ איש ישר מו"ה לוי יצחק ב"ר זאב דערבארעמדיגער נכד הרב מבארדיטשוב כ"ח טבת תרפ"ט תנצב"ה. בן ר' זאב דערבארעמדיגער. נולד בשנת תר"ז. זוגתו חיה לבית מילמאן. בן ר' בעריש דערבארעמדיגער. נולד בשנת תקפ"ח. זוגתו שיינדל נולדה בשנת תק"צ. בן ר' זאב דערבארעמדיגער. נולד בשנת תקס"א. התגורר בעיר חאטין. נפטר בשנת תר"ד. זוגתו פייגא. בן רבי דוב בער. נולד בשנת תקל"ה בערך. זוגתו חנה. בן הקדושת לוי
ייש"כ, אבער דער חיים שנולד בשנת תרמ"ב קען נישט זיין אן איינקיל פון לוי יצחק שנולד תרל"ג, און פון ר' זאב שנולד בשנת תר"ז איז אויך דחוק איז באקאנט אנדערע קינדער פון ר' בעריש אדער אביו ר' זאב ?
יעצט זעה איךדאהאט איינער מסדר געוועהן משפחת ר' זאב, זעה איך דארט טאקע א ר' מרדכי ב"ר ישראל ב"ר זאב שנולד בערך בשנת תרט"ו
דאהאט איינער משער געוועהן אז עס איז דער זיידע ממשפחת גאלדשטיין מלאנדאן, האט יענע משפחה א מסורה אז זיי שטאמן פון אנדערע צדיקים אויך ? ----- הוספה, יעצט טרעף איך צוויי אנדערע זיווגים פון איהם אויףג'ני]
יקים האט געשריבן:
אין לאנדאן אי פאראהן א היימישע משפחה גאלדשטיין וואס האלטן זיך בן אחר בן מהרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב. פרעגנדיג איינעם פון די משפחה וואו אזוי גייט די ייחוס. זאגט ער מיר אזוי: ערשט, דאס איז ביי זיי א קלארע מסורה מאבותיהם אז זיי שטאמען בא"ב פון בארדיטשובער רב. נאר וואס, ס'פעלט זיי די פולע שושלת, און זיי ארבעטן טאקע שטארק דערויף, ווער ס'וועט זיי קענען עלפן וועלן זיי עם שטארק באדאנקען. די סדר הדורות וואס זיי ווייסן גייט אזוי (פון אינטן ארויף): ר' אפרים שלמה גאלדשטיין, תר"ע (לאנדאן) - תשמ"ח (לאנדאן) בן ר' יוסף גאלדשטיין, תרמ"ו בערך (בארדיטשוב) - תרע"ח (לאנדאן) בן ר' דוד מרדכי גאלדשטיין, תר"כ בערך (רוסלאנד) - תרע"א (לאנדאן) בן ר' ישראל גאלדשטיין, תקפ"ה (רוסלאנד) - תרנ"ט (לאנדאן) בן ר' זאב די נאמען גאלדשטיין האב זיי זיך גערופן, וויבאלד זיי האבן געוואלט ארויף גיין קיין א"י, און די טערקישע האבן פונקט יענע יארן געמאכט פראבלעמען פאר רוסישע בירגערס, דערפאר זענען זיי געגאנגען דורך לאנדאן, און זיך געטאשט צו גאלדשטיין. צום סוף זענען זיי למעשה געבליבן אין לאנדאן. איינער וואס האט עפעס צו צולייגן צו דעם ייחוס, וועט ער שטארק באדאנקט ווערן. ייש"כ!
בספר נפשות חסידיו [עמוד ריב ואילך] ווייסט ער צו זאגען אז ראי"ה מטולסט [ב"ר מרדכי ב"ר יוסף מאוסטילא ב"ר מרדכי מנעשכיז] האט געהאט אכט טעכטער, נאר פון דריי ווייסט ער דער נעמען, דהיינו
א. מרתרחלאשת ר' מ"מ ה"ש מקשאנוב [בן ר' נפתלי משם] ב. מרתיוכבדאשת ר' מ"מ קאנער מסאניק [נכד ר' אברהם אביש משם] ג. מרתשיינדילאשת ר' פנחס חאדרוב [נכד התו"ח מקאסוב]
הרה"ק מופת הדור רבי מרדכי ב"ר דוב בער זי"ע, בעל רשפי אש
איז געבוירן געווארן אין שטאט נעשכיז, בשנת תק"ח, צו זיין טאטן הרה"ק רבי דוב בער מטולטשין סופר ועד ארבע ארצות זי"ע. און צו זיין מאמע הרבנית הצדיקת מרת גיטל ע"ה. ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי יוסף מלעשנוב זי"ע.
ער איז געווען א איש אלקים קדוש, גדול בתורת הנגלה והנסתר, און געווען מפורסם אלס א בעל רוח הקודש, און טויזענטער אידן זענען געקומען צום רבין מקבל זיין א דרך בעבודת השם, און פאר ברכות און ישועות.
ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק מזלוטשוב זי"ע, און דורך דעם איז ער נתקרב געווארן צו הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע.
נאכן פטירה פון זיין רבי מזלאטשוב זי"ע, האט ער איבער גענומען דאס רבנות אין זלאטשוב און געפירט די עדה הקדושה מיט א געוואלדיגע שטארקייט, א גאר גרויסע ציבור אידן זענען געקומען צו אים פאר הדרכה און ברכות, און געזעהן גאר מופתים און ישועות דורך זיינע ברכות.
פסח האט די רבי געהאט גאר גרויסע חומרות, איינמאל האט איינער פון די שטוב מענטשן געוואלט מייקל זיין אין איינע פון די חומרות. און געפרעגט פארוואס דארף מען מחמיר זיין חומרא על חומרא, האט ער געזאגט מען דארף נישט זיין קלוגער ווי די פריערדיגע, אויב זיי האבן מחמיר געווען דארף מען זיי נאכטון.
ער פלעגט עוסק זיין במסחר און פון דעם געלעבט, און דורכן יאר האט ער צוזאם געקליבען א סכום צו קענען קויפען א שיינעם אתרוג אויף סוכות צו קענען מקיים זיין מצוות לולב מיט אלע הידורים, איינמאל ווען ער האט שוין געהאט די גאנצע סכום צו קענען קויפן א שיינעם אתרוג, איז ער געגאנגען אויפן וועג און געטראפן דעם וואסער שעפער ווי ער וויינט, האט אים די רבי געפרעגט וואס גייט פאר, האט דער וואסער שעפער געזאגט אז זיין פערד איז אים געשטארבן און ער קען נישט טון זיין ארבעט וואס ברענגט אים פרנסה.
לימים נאנט צום יו"ט האט דער וואסער שעפער געהאט שיין פרנסה האט ער געברענגט פארן רבין א שיינעם אתרוג לכבוד יו"ט.
זיינע הייליגע דברי תורה וואס זענען געדריקט אינעם ספר רשפי אש, וואס איז קליין אין כמות, אבער גרויס אין איכות.
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער. -הרה"ק רבי יוסף קצענלבויגן מרובשוב ואוסטילא זי"ע, וואס זיין חתונה איז געווען די באוויסטע גרויסע חתונה אין שטאט אוסטילה ווי אלע גרויסע גדולי און צדיקי הדור זענען דארט געווען, -הרה"ק רבי יעקב אריה מקובל מקאוולא זי"ע, -הרה"ק רבי יצחק בעל תולדות יצחק זי"ע, הנקרא ר' איציק'ל מנעשכיז זי"ע, וואס האט ממלא מקום געווען אויפן טאטן'ס פלאץ אין שטאט נעשכיז.
נסתלק לגנזי מרומים זייענדיג נאר 52 יאר אלט ביום ח' ניסן תק"ס. ומנוחתו כבוד איז אין שטאט נעשכיז.
ווי באוויסט איז הרה"ק מנעשכיז געווען א גרויסע בעל מופת, איינמאל האט ער געזאגט, ווען איך וואלט געהאט דעם רבין'ס רבי מיכל'ע זלאטשובער'ס טיש, מיט דעם רבין'ס בעכער וואלט איך געקענט מחייה מתים זיין.
לימים איז די רבי געווען ביי זיין רבין'ס שטוב און געטרינקען א קאווע אונעם כוס פונעם מגיד און די רעבעצין פונעם מגיד האט געזאגט פארן רבין די האסט דאך געזאגט אז אויב די וואלסט געהאט דעם כוס פונעם מגיד קענסטו מחיה מתים זיין. דא אין שטאט דא א כלה א יתומה וואס איז זייער קראנק און די דאקטורים קענען איר נישט העלפן. האט די רבי אראפ געקראצט א שטיקל האלץ פונעם מגיד'ס טיש און אריינגעלייט די שטיקלעך האלץ אונעם קאווע און געהייסן מען זאל דאס געבן צו טרינקען פאר די כלה, און ויהי לפלא די כלה איז געזונט געווארן.
איינמאל איז צום רבין בחלומו געקומען דער הייליגער רמב"ם זי"ע, און געפרעגט פארוואס די רבי לערנט נישט קיינמאל דעם ספר היד החזקה פונעם רמב"ם, האט די רבי געזאגט אז ער איז די גאנצע טאג פארנומען מיט אידן וואס קומען זיך מזכיר זיין פאר ישועות, און פארדעם האט ער נישט קיין צייט צו לערנען דעם ספר.
האט דער הייליגער רמב"ם אים געזאגט אז כאטש זאל ער האלטן דעם ספר היד החזקה אויפן טיש און אים מבטיח געווען אז ווען א איד וועט קומען זיך מזכיר זיין און ער וועט אריין קוקען אינעם ספר וועט אים נתגלה ווערן די רפואה פארן חולה, און כך הוה די ספר איז פון דאן אייביג געלעגן ביים רבין אויפן טיש און ער האט דורך דעם געברענגט אסאך רפואות פאר אידישע קינדער.
די רבי האט געזאגט אז דאווענען מעריב נאכן יארצייט איז אסאך א גרעסערע תיקן פאר די נשמה פון אלע תפילות ביום היארצייט.
דער הייליגער נעשכיזער זי"ע האט געזאגט א סגולה צו מבטל זיין דינים, שטייט מִי יְמַלֵּל גְּבוּרוֹת ה' יַשְׁמִיעַ כָּל תְּהִלָּתוֹ. זאגט די רבי מִי יְמַלֵּל גְּבוּרוֹת ה' איז א לשון פון מוללין מלילות, וואס מיינט ווער קען צוברעכען גבורות און דינים, יַשְׁמִיעַ כָּל תְּהִלָּתוֹ, דורך זאגן גאנץ ספר תהלים וואס דורך דעם קען מען מבטל זיין אלע דינים.
הרה"ק בעל מאור ושמש זי"ע האט נאכגעזאגט פונעם הייליגער נעשכיזער זי"ע, אז דורך אמונה בשם קען מען מחיה מתים זיין, און משנה זיין דרך הטבע, און ווער עס האט אמתע אמונה האט נישט מורא פאר גארנישט ווייל קיינער קען אזא איד נישט מזיק זיין.
דער הייליגער נעשכיזער האט געזאגט ווען מען פארט צו צדיקים, איז דא וואס פארן פאר די תפילה פונעם צדיק, דא וואס פארן פאר די תורה פונעם צדיק, דא וואס פארן צו זעהן די מדריגות פונעם צדיק, אבער דאס איז נישט די עיקר צו גיין צו צדיקים, נאר די עיקר איז צו קומען צום צדיק ער זאל בעטן פונעם גרויסע באשעפער אז מען זאל אנקומען צום אמתן יראת הרוממות בהשם.
דער רבי האט אמאל געזאגט פארוואס קומט מען אזויפיל צו מיר מיט בקשות, ווען איך וואלט געקענט לערנען משניות וואלט איך געקענט אסאך מער אויפטון, ווייל ווען איך האט געלערנט משניות און ברדיטשוב איז פערציג מייל ארום נישט געווען קיין צרות.
א איד איז איינמאל געקומען צו רבין זיך מזכיר זיין, אבער דער צדיק האט אים בשום אופן נישט געוואלט אריינלאזען צו זיך אין שטוב, דער איד איז געווען זייער צובראכן דערפון, נאך אפאר טאג האט די רבי אריינגעלאזט דעם איד.
ווען די שטוב מענטשן האבן געפרעגט דעם רבין די סיבה, האט די רבי געזאגט אז יעדער חוטא באקומט א צורה פון א דמות פון א בהמה אדער חי', און דער איד ווען ער איז אנגעקומען צו מיר האט ער געהאט די צורה פון א מייז האב איך דעם איד נישט געוואלט אריינלאזן צו מיר אין שטוב, און די לעצטע פאר טאג האב איך פארארבעט גאר שווערע מעשים צו אריינברענגען אין דעם איד א צורה אנישי, נאר נאכדעם וואס איך האב דאס געפויעלט האב איך דעם איד געקענט אריינלאזען צו מיר אין שטוב.
הרה"ק מלובלין זי"ע האט מעיד געווען אויפן רבין ר' מרדכי'לע מנעשכיז זי"ע אז אין הימל רופט מען אויס "מרדכי בן גיטל הוא בלתי לה' לבדו",
ווען דער אפטער רב איז חודש ניסן בשנת תק"ס געווען ביים חוזה מלובלין זי"ע, האט אים דער הייליגער חוזה געפרעגט אויב ער קען דעם רבין פון נעשכיז, האט דער אפטער רב געזאגט אז ניין, האט דער חוזה געזאגט ווען די וועסט זיין ביי אים וועסטו זעהן אז לערנען, דאווענען, עסן, און שלאפען איז ביי אים נאר לשם שמים ממש.
צוליב די קורצע צייט פאר פסח האט דער אפטער רב אפגעשטיפט דאס גיין צום הייליגען נעשכיזער זי"ע אויף נאך יו"ט פסח, אבער ח' ניסן יענעם יאר איז דער הייליגער נעשכיזער נסתלק געווארן, און ווען דער אפטער רב זי"ע האט געהערט די בשורה האט ער זיך זייער מצער געווען אז ער האט נישט געהאט די זכי' צו זעהן דעם צדיק.
דער הייליגער נעשכיזער זי"ע איז איינמאל געווען ביי א גרויסע חתונה אין סלאוויטא אין רוסלאנד, אויך זענען דארט געווען אסאך צדיקי הדור, בתוך הדברים האט מען גערעדט פונעם היילגען נעשכיזער און זיי האבן געהערט פון די אלע מופתים וואס ער טוט און האבן מורא געהאט אויב עס איז מצד הקדושה.
זענען צוויי פון די צדיקים געגאנגען צום נעשכיזער און געפרעגט פונעם רבין פון ווי נעמט זיך די כח צו קענען באווייזען די אלע מופתים וואס מען פארציילט.
האט דער רבי זיי געוויזען זיין סידור און אויסגערעכענט אלע שמות הקדושים מיט וואס מען קען פויעלען פאר אידישע קינדער ישועות און אויך אז אינעם פיוט אנא בכח זענען באהאלטען אלע שמות וואס קען אראפ ברענגען אלע ישועות, אבער איר זאלט מיר גלייבן איך האב מיך נאך קיינמאל נישט באדינט מיט די אלע שמות, נאר איך וועל ענק פארציילן פון ווי מיין כח קומט.
איינמאל בין איך געווען אויפן וועג און איך האב אנגעטראפען א אידל וואס איז ליידער געווען זייער קראנק ממש פון קאפ ביז פיס, עס האט זיך אין מיר דערוועקט א געוואלדיגע רחמנות אויף דעם אידל, און איך האב אנגעהויבן שרעקליך צו וויינען און בעטן דעם רבוש"ע ער זאל דעם אידל אויסהיילען ווייל איך האלט עס נישט אויס, איך האב אזויפיל געוויינט ביז יצאתה נשמתי.
ווען איך בין אנגעקומען אויפן עולם העליון האבן די מלאכים געפרעגט אויפן עולם העליון וואס איך זיך דא ווייל עס איז נאכנישט מיין צייט אוועק צו גיין פון די וועלט, האט מען מיר געהייסן צוריק אראפגיין צום עולם הזה, האט איך געזאגט אז אויב איז דא אויף די וועלט א מענטש וואס איז אזוי שטארק מדוכא ביסורים ל"ע וויל איך נישט צוריק אראפגיין ווייל איך קען דאס נישט אויסהאלטן.
מען האט דאס איבערגעקלערט ביים בית דין של מעלה און מען האט מיר צוגעזאגט אז אויף יעדן איד וואס איך וועל רחמנות האבן וועט גלייך האבן א ישועה, און מיט דעם כח ווייז איך די אלע מופתים.
ווען די צדיקים האבן דאס געהערט האט מען אנגעהויבען שיקן חולאים פון אלע שטעט ארום צום רבין ער זאל זיי פויעלן ישועות, פארציילט מען אז די שטאט איז פיל געווארן מיט אידישע קינדער וואס האבן געברויכט רפואת און אלע זענען אהיים איבער לאזענדיג דאס בעטל אין נעשכיז, און אהיים מיט ישועות און רפואות.
א חסיד איז אמאל געקומען צום רבין און געפרעגט זיין חוות דעת צו וועלכע דאקטאר ער זאל גיין, האט די רבי געזאגט ער זאל גיין צום דאקטאר פון אניפאלי, איז דער איד געפארן קיין אניפאלי און זיך נאכגעפרעגט ווי עס איז דא א דאקטאר, אבער מען האט אים געזאגט אז דא אין שטאט געפינט זיך נישט קיין דאקטאר.
איז דער איד צוריק געפארן צום רבין בפחי נפש און געזאגט פארן רבין, אין אניפאלי איז נישט דא קיין דאקטאר, האט די רבי געפרעגט וואס טוען די אידן אין אניפולי ווען זיי ברויכען א דאקטאר, זאגט דער איד אז זיי ווענדען זיך צום הייליגען באשעפער, זאגט דער נעשכיזער טאקע צו דעם דאקטאר האב איך דיר געהייסן גיין, צום גרויסע און הייליגער באשעפער, די גרעסטע דאקטאר פין די וועלט.
הרה"ק רבי יהודה'לע דזיקובער זי"ע, האט פארציילט אז דער הייליגער נעשכיזער זי"ע, האט איין יו"ט שבועות געזאגט אינדערהיים תיקון ליל שבועות און געהערט א פרעמדע גרידער און די אנדערע שטוב, האט ער נישט געוואלט מפסיק זיין אינמיטען זאגן תיקון ליל שבועות, און אויך האט ער נישט געוואלט פארשעמען דער וואס האט דארט גע'גנב'ט.
הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז זי"ע האט משתוקק געווען אז רבי משה סופר סת"ם בעל אור פני משה זי"ע זאל שרייבן פאר אים א ספר תורה, אבער רבי משה האט אים געזאגט אז ער איז שוין אלט און שוואך און ער ווייסט נישט אויב ער וועט קענען ענדיגן די ספר תורה בחיים חיותו. אבער אויב הרה"ק מנעשכיז וועט אים אנוואונטשען אריכות ימים און אז ער זאל עס קענען ענדיגן וועט ער אנהייבן צו שרייבן א ספר תורה פאר אים, האט אים הרה"ק מנעשכיז אנגעווונטשען אריכת ימים און ער האט געשריבן די ספר תורה פאר גאנצע 15 יאר.
הרה"ק מריזין זי"ע, האט אמאל געפרעגט פון איינעם אויב ער האט געקענט דעם הייליגער נעשכיזער זי"ע, האט דער איד געזאגט יא, האט דער ריזינער געזאגט די האסט אפשר געקענט דעם שפיץ פונעם שטריימעל, איך וועל דיר פארציילען א מעשה.
ביים הייליגען נעשכיזער איז געקומען א פרוי אן עגונה וואס האט שוין געווארט יארן און נישט געטראפן דעם מאן, האט דער הייליגער נעשכיזער געזאגט אז זי זאל גיין צו דעם און דעם שטאט און זי וועט טרעפן דעם מאן.
איז דער פרוי געגאנגען צו דעם שטאט און געזיכט די מאן, פלוצלינג איז צוגעקומען א סאלדאט און אנגעהויבן רעדן צו די פרוי, זי האט זיך זייער דערשראקען, אבער די סאלדאט האט געזאגט אז ער איז איר מאן, און געגעבן פאר די פרוי אלע סימנים וואס נאר זי מיט די מאן האבן געוויסט.