קום נאר צו דעם ’קאורס’! עס גייט דיך ממש טוישן פאר אייביג!
ס’באדערט מיך אז סאיז נישטא קיין וועג וויאזוי צו מאכן א געהעריגע סטאטיסטיק פון די סוקסעס רעיט פון די אלע קאורסעס... אסאך מענטשן נאכן קאורס גייען רעדן היי דערפין, (מכח כמה סיבות). ס’גייט אבער דורכגיין אפאר יאר און די גייסט אים טרעפן ביי א אנדערע קאורס...
לעניות דעתי. ענדערשט ’זוך און זוך’ א גיטע טערעפיסט/פראפעשינאל(ס’נישט גרינג, האב נישט מורא צו טוישען!) ביז די טרעפסט איינער וואס טויגט אמתדיג און די קליקסט מיט אים.
קאורסעס העלפן נישט עכט...
כדי די קאורס זאל ’עכט ארבעטען’ גייט ער דיך שיקן נאכן קורס צו איינע פון די יונגעלייט וואס האט גענימען די קאורס נאר א יאר צוויי צוריק, זיך צו עפענען מער... ס’קען זיין אפילו איינער וואס איז נאכנישט מסודר מיט זיך אליין... וואס וועט דיך סייווי קאסטן $100 א וואך...
נאר וואס דען. סאיז מסתם אסאך בעסער ווי גארנישטסא אפשר דארף מען צולאזן די קאורסעס עדווערטייזען בלי שום חולק כדי צו כאפן די מענטשען וואס דארפן הילף זאלן זיך אנהייבן עפענען און אנהייבען זייער לאנגן וועג צום היילונג...?
איך בין מסופק...