אקווה לנוד ואין...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

פאזיע, גראמען, איז קיינמאל מיין פאך געווען, וואס יא? טוה איך נישט וויסן,
אבער געפילן טיפע טוען ברויזן, ווי אין וואלד, מיין נפש טוט זיך געפינען.
במילא קומענדיגע שורות געשריבן האב איך עס,
און פונקט ווי מיין נפש צושטורעמט איט איס.

טריט.. טריט.. טריט..
די צווייגלעך צוברעכן זיך, אזוי אונטער מיינע טריט.
גיי איך טריט נאך טריט.
ביימער שאקלען, ווינטען יאווענען, בערן שאלן, לייבן ברומען.
די צובראכענע צווייגן טוען אין מיינע אויערען גרידזשענען.
גיי איך מיך אליין אליין אין וואלד, ביינאכט.
די לבנה שיינט נישט, קאלט און פאכמארעט איז.

כהייב אויף מיינע אויגעלעך ווייט ווייט אוועק,
איז דא איינער וואס בליקט?
איז דא בכלל איינער וואס אויף מיך קוקט?
געקומען אין וואלד ווייל מען האט מיך געשיקט.

מיין ציל געזאגט האט קיינער, נאר דא בלייב.
און די וועג אליין מאך.

און יעצט אינמיטן וועג דא, פון מיין הארץ א געשריי רייסט ארויס,
טאטי! עד מתי!
דו די וועג זעהסט, אבער פון מיך פארהוילן האסט,
אליין בין איך דא, כדריי מיך רעכטס און קיינעם איך זעה,
כדריי מיך לינקס און פינסטער איך דערזעה,
און מיין וועג קיינעם איך האב.

שפאנען שפאן איך צווישן לייבן און בערן,
וואס זייערע ציין אין מיין ריכטונג גרייט,
צו האבן א נארהאפטיגע מיטאג קייט.

און איך ציטער פון קעלט און פיין,
און ווארט אויף א אויסלייזער.

פונדעווייטנס א קול איך הער,
מיינע נאנטע צו מיך זיי רופן.

אבער אוי ווי ווייט איז די וועג,
בערג און טאלן,
שטיינער און ביימער,
שיידן אפ מיין ווירקליכקייט צו זייער נאנטקייט.

ווייל מיך פארשטייט קיינער,
שלאפן אויפן נאסע ערד גליסט זיך יעדע ביין מיינער,
קיינער במילא די מיה נישט נעמט,
מיך צו אויפהייבן גיבן א נעם.

און איך שטיי פארוועלקט און פארקלעמט,
אקווה לנוד ואין... ולמנחמים ולא מצאתי...

אליין איז די ווארט וואס איך שפיר,
ארומגענומען מעג איך זיין מיט נאנטע און ווייטע,
די ווארימקייט אין מיך כפארליר.

ווילן וויל איך אסאך,
טוהן איז אפילו אביסל נישט מעגליך,
טאלאנטן טראכט איך א גאנצע נאכט מעגליך איך האב,
למעשה עס צו ניצן איז נישט מעגליך.

אין וואלד בין איך,
מיט קיינעם ארום,
צו הילף איך רוף,
אבער די שטילקייט צוריק טוט ברימען.

וואנדער איך מיך אזוי,
צו וואו נאך זאל איך גיין,
פראבירט אלעס שוין,
און גארנישט באקומען,
צומישט צו'חוש'ט דאס איז די סימן.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

הערליך!!!
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

הער נאר צו ליבער פריינט,
מיין שטימער זאג,
איך בין שוין דא נישט פון היינט,
פיל סודות איך טראג,

דיין ליד איז טאקע זייער צוגעלייגט,
אבער גאנץ באקאנט זי איז,
איר אינהאלט אין מיר איינגעווייקט,
ס'איז א באקאנטע כרוז,

צווישן מיינע צווייגעלעך דא,
אזויפיל נוסחאות שוין געהערט,
אלץ אין אזא שעה,
פיל מיט קלאגעניש ווערט,

עס באנעמט מיר זייער,
אבער מיין נישט, ניין,
אז דער איינציגסטער דורכגייער,
טוהסטו נעבן מיר זיין,

א גרויסער ציבור דאס,
וואס דער זעלבער ליד קלאגט,
"וויאזוי" איז אנדערש, אבער נישט דער "וואס"
יעדער זיין פעקל טראגט.

דו ביזט נישט אליין,
כאפט אייך אן אלע צוזאמען,
צייט צו אפווישן דאס געוויין,
איר ווערט אלע גוט פארשטאנען!
באאמינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 2:25 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באאמינג »

אוי רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך
אוי רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך
אוי רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך
אוי רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך

אפילו בהסתרה שבתוך בהסתרה מיר גלייבן אז די ביסט דא
אבער מיר בעטן טאטע טאטע טאטע טאטע הראנו ה חסדיך
ויפרקנו מצרינו כי "לעולם" חסדו אפילו יעצט דא
הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך


זיצט זיך א איד אינמיטן וואלד הבט ימין וראה אין דורש לנפשי
איך גלייב אז מיין טאטע אין הימל אנכי בצרה עמי
בְּצָרָתָם לוֹ צָר, בְּסִבְלוֹת וּבְעַבְדוּת
און גענוי ווי ובְלִבְנַת הַסַּפִּיר הֶרְאָם עֹז יְדִידוּת
וְהוּא נִגְלָה לְהַעֲלוֹתָם מֵעֹמֶק בּוֹר וָדוּת
כִּי עִם ה' הַחֶסֶד, וְהַרְבֵּה עִמּוֹ פְדוּת

או עשה עשה עשה אוי רבש"ע עשה, אוי יו יוי עשה עימנו צדקה וחסד והושיענו
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

די שורות האב איך געשריבן פשוט נאכן פילן אליין, און כוואלט עס געדארפט שרייבן אפשר אין תורת הנפש, אבער אזוי ווי אפאר ווערטער האבן געמעטשט, האב איך עס געלייגט דא.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
וואסער מאלער
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 16, 2022 3:02 am

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער מאלער »

Wow wow wow עפעס הערליך שיין און הארציג
אש תמיד תוקד-א פייער ברענט אין הארץ פון א איד!!!
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

איד27 האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 8:54 pm
די שורות האב איך געשריבן פשוט נאכן פילן אליין, און כוואלט עס געדארפט שרייבן אפשר אין תורת הנפש, אבער אזוי ווי אפאר ווערטער האבן געמעטשט, האב איך עס געלייגט דא.
איך שפיר פאר דיר, אבער וואס איז דיין פראבלעם? אפשר קען מען דיר העלפן.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

באאמינג האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 4:56 pm
אוי רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך
אוי רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך
אוי רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך
אוי רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך

אפילו בהסתרה שבתוך בהסתרה מיר גלייבן אז די ביסט דא
אבער מיר בעטן טאטע טאטע טאטע טאטע הראנו ה חסדיך
ויפרקנו מצרינו כי "לעולם" חסדו אפילו יעצט דא
הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך


זיצט זיך א איד אינמיטן וואלד הבט ימין וראה אין דורש לנפשי
איך גלייב אז מיין טאטע אין הימל אנכי בצרה עמי
בְּצָרָתָם לוֹ צָר, בְּסִבְלוֹת וּבְעַבְדוּת
און גענוי ווי ובְלִבְנַת הַסַּפִּיר הֶרְאָם עֹז יְדִידוּת
וְהוּא נִגְלָה לְהַעֲלוֹתָם מֵעֹמֶק בּוֹר וָדוּת
כִּי עִם ה' הַחֶסֶד, וְהַרְבֵּה עִמּוֹ פְדוּת

או עשה עשה עשה אוי רבש"ע עשה, אוי יו יוי עשה עימנו צדקה וחסד והושיענו
עולם עולם א געשריי!!! אלקא דיליה יקר ורבותא... אוי אוי אוי פרוק ית ענך מפום אריותא!!!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

הערליכע ווערק,
געשריבן,
איך באמערק,
ביסט אליינס פארבליבן.

אזוי די מיינסט,
"אליין איך בין",
שרייעסט און וויינסט,
"א וועג נישט איך געפון".

דיין הארץ,
איז יעצט אפן,
שטייטס און ווארטס,
די וועג שוין כמעט געטראפן.

קוה אל השם,
האף און האף,
און צו יעדע קלעם,
קומט א סוף.

הנה לא ינום ולא יישן,
ער כאפט נישט קיין דרימל,
דיין טרער טו איך אפווישן,
די באשעפער אין הימל.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

א דאנק פאר יעדן,
וואס חיזוק האט געטוהן געבן,
ווייניג איז עס באדאנקט געווארן,
אין ריכטיג ארט איז עס אבער אנגעקומען.

ארויס צוברענגען די מיינונג פון אליין, פראביר איך.
מען קען מיט צוויי באדייטן, דאס פילן מיט זיך.
אדער אליין צו שפירן, אפילו מיט אסאך ארומגענומען בין איך.
און דערנאך די פשוטע מיין, אליין מען טרעפט זיך.

די ווייטאג פון ביידע איז שפראכלאז,
און פולע בלעטער קענען ווערן אויס,
צו מסביר זיין נאר דאס בלויז,
אבער ווערטער מילא קליין און ארעם איז.

דאס איז די גאנצע
וואס מיטטיילן איך פראביר
מיט אומקלארע גראמען און ווערטער
ארויסברענגען מיין דורכגאנג וואס הקב"ה מיך טראסט
וואס מסביר זיין איז במילא נישט שייך.

זאל די אייבישטער גיבן כח און מח
אריבערצושווימען די שווערע צייטן
און אנקומען אינגיכן צו די צייט
פון שמחנו כימות עניתנו.

און יעצט אינעם חשכות
הראנו השם חסדיך,
הורינו השם דרכך,
עדי יבא ישועתיך.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

אוי מיין פריינט,
וואס איך הער,
ס'איז שווער,
דיך הערן היינט,

נישט פארשטאנען,
ווי ווייט,
פאר'צער'ט,
ס'איז פארהאנען,

מיינע צווייגן,
גיבן אכט,
מויל פארמאכט,
זיך נישט דערוואגן,

טרעפן דאס ווארט,
טיף ס'צילט,
און מיטפילט,
פון אנדערן סארט,

ס'איז מיין האף,
אזוינע שורות,
פון זמירות,
און טרייסט דערויף,

שנעל, נישט לאנג,
השי"ת נאכגעבן,
דיין שטרעבן,
און הארציגן פארלאנג,

ווייל א בריליאנט,
פאר די אויגן,
צוזאמגעצויגן
אבער שיינט,

אן עתיד איך גלויב,
איז פארהאן,
אין קורצן זמן,
א נייער אנהויב!
אוועטאר
נפשי אבקש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 04, 2022 1:43 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי אבקש »

ניין, מיין קינד, ניין!
דו ביסט נישט אליין!

הייב נאר אויף דיינע אויגן און זע.
הונטער דיר טוט נאך איינער גיין.

ער באגלייט דיר אויף טריט און שריט,
היט דיר און טוט דיר פארשטיין.

אינאיינעם מיט דיר זענען דא נאך טויזענטער נשמות,
מיר זענען אלע איין!
פון איין פלאץ מיר קומען, און צום זעלבן פלאץ מיר גייען.
מיר זענען אלע אין זעלבן פעקל, און בלאנדזשען אין זעלבן וואלד.

דער וועג ארויס איז גרייט, עס ווארט נאר דו זאלסט איר געפינען.
אבער ביזן קרעטשמע, זענען אויך געטראנקען פארהאנען.
דיין זעקל שלעפ ביטע נישט אליין.
א שאד אז דיינע ביינער זאלן אונטערברעכן אונטער זייער לאסט.

אן אויער טו פרובירן,
טרעף א הארץ צו פארקירן,
ער וועט דיר פארשטיין,
ער וועט מיט דיר מיטגיין,
דו זאלסט מער נישט זיין אליין.
אוועטאר
נשמת הניגון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 3:15 am
לאקאציע:בהיכל הנגינה וואס איז נעבן די היכל התשובה

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת הניגון »

געפיליש פעדער דאס,
חזק ואמץ מיין ברודער!
דער ניגון איז א בריוו פון הארץ געשריבן דורך נאטן
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10044
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

וואו!!
די עולם קומט אריין שיין און הארציג.

@מתעלם יש משהו די פותח @איד27 @נפשי אבקש אבקש שכח
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

וואנדערבאר!!!

טיף, געפיליש, סעלף אווערניס.. און הערליך געשריבען!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

מיין טייערער פריינט
דעי געפיל איז מיר זייער באקאנט
און נישט דוקא פון היינט
איך בין מיט דיר האנט ביי האנט


זייענדיג ארומגענומען מיט פריינט
אינעם געווירבעל ווי אלעס שיינט
אוי אוי... אבער איך פיל- ווי- אונטערן וואנט
אפגעטיילט, אפגעזינדערט, מיין תוך איז פאר זיי אומבאקאנט


אליינס אין מדבר - אלעס ארום, זאמט
ווי אויסגעבעטע, בעט געוואנט
מיט זיי שפיר איך א פארשטאנד
דארט קען איך זיין "איך" אנע שאנד
זיי ליגען שיין און באטעמט
עקסעפטנס, שפירט זיך אינעם האריזאנט
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

just wooow
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

איך האב אנגעהויבן ליינען, און אנגעהויבן וויינען.
איין טאג וועל איך ווייטער ליינען.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:45 pm
איך האב אנגעהויבן ליינען, און אנגעהויבן וויינען.
איין טאג וועל איך ווייטער ליינען.
Wow!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

שלמה מוֹלכו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:57 pm
Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:45 pm
איך האב אנגעהויבן ליינען, און אנגעהויבן וויינען.
איין טאג וועל איך ווייטער ליינען.
Wow!
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: אקווה לנוד ואין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

שלמה מוֹלכו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:57 pm
Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:45 pm
איך האב אנגעהויבן ליינען, און אנגעהויבן וויינען.
איין טאג וועל איך ווייטער ליינען.
Wow!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”