מזמור שיר חנוכת הבית לתרמב! תרמב האט עקסטענדעד!
וואס גייט פאר? מה קורה פה? פרעגט א פרעמדע פארבייגייער וואס איז פונקט אריבער געגאנגען, טוט זיך דארט קולות איינער שרייט איבער דעם צווייטן, געב א קוק! תרמב האט עקסטענדעד! מה זה עקסטענדעד פרעגט דער פרענק, תרמב התרחב! בנה החוצה! פרובירט דער אמעריקאנער מסביר צו זיין מיט זיין צוקאליטשטער לשון קודש, ס'איז צו א לאנגע מעשה מסביר צו זיין אויף איין פוס, די מעשה גייט שוין אן יארן און דו קומסט אן ווי א חכם אז מ'זאל דיר עס מסביר זיין אויף איין פוס...
די מעשה גייט צוריק עטליכע יאר צוריק טאקע די צייט פון יאר, ווען תרמב 1 האט זיך געבויעט, ס'האט געהערשט א שמחה אין די גאנצע געגנט, דער עולם האט געווינטשן אז סזאל זיין א בית נאמן בישראל, סזאל נתרחב ווערן גבולי הקדושה, סאיז געווען א גרויסע שמחה אז די בניין פון תרמב 1 האט זיך אזוי שיין געבויעט, און מ'האט געהאפט אז סזאל נישט נעמען לאנג און מזאל צובויען ווייטער, סזאל נישט בלייבן ביי איין בניין, סזאל צוגעבויעט ווערן נאך און נאך בניינים אויף רחוב תרמב, מהאט געשמועסט דאן אז רחוב תרמב וועט נאך זיין א שפרודלדיגע געגנט ווי סטוט זיך און ס'לעבט זיך.
די איינוואוינער פון תרמב 1 האבן גענומען אביסל צייט נאך די זיבן טאגיגע פייערונג וואס מ'האט געפראוועט לרגל די ערעפענונג פון תרמב 1, נאך א שטיק צייט האבן זיך די איינוואוינער אויפגעקאטשעט די ארבל און פרובירט בויען ווייטער.
דא האט זיך אנגעהויבן די אישו, סאיז עפעס נישט געגאנגען אזוי גרינג ווי געפלאנט, זאכן זענען עפעס נישט געפארן ווי סדארף צו זיין, אבער מהאט געטון וואס מהאט געדארפט, מיט די צייט האט אנגעהויבן קורסירן שמועות צווישן די ארומיגע געסאלעך אז תרמב 1 האט שוועריקייטן צו עקסטענדן, מ'ווייסט נישט פונקטלעך וואס אנצוטאפן אבער סגייט עפעס נישט, נישט דא קיין פערמיטס, עפעס נישט, די ארומיגע האבן פרובירט צו שפעקולירן די פראבלעם און האבן פארשטייט זיך געגעבן עצות לרוב, די תרמב חברה זענען געשטאנען און געשוויצט און דער עולם האט אריינגעשריגן, טו דאס! טו יענץ! דאן זענען די ירושלימע באבע'ס געקומען מיט סגולות, ווארף אריין אין די ערד הבדלות פון באבא סאלי, האלט דיין פוס ארויף דיין נאז פארשטאפט און עס פאפיטעס בשעתן גיסן די סעמענט.
די חברה פון תרמב אליינס זענען נישט געווען באזארגט, סוועט געבויעט ווערן און די ריכטיגע מינוט דערווייל לאמיר אינזשויען וואס אונז האבן יא, תרמב 1 פאר זיך איז געווען א פראכטפולע בניין, כאפטס נישט קיין הייסע לאקשן, מוועט בויען אין די ריכטיגע מינוט, געוויסע חברה וואס האבן אנגעהויבן בויען סאך שפעטער האבן שוין עקסטענדעד סאך פריער אבער דאס האט נישט באזארגט די תרמב חברה, די תרמב חברה האבן געקוקט מער אויף קוואליטי, ענדערש שפעטער אויף פעסטע יסודות ווי א נישט שיינע בניין געבויעט אויף שוואכע יסודות, מהאט דערווייל פארשענערט תרמב 1.
ביז דעם היינטיגן טאג, ווען תרמב 2 האט זיך באוויזן במלוא הדרה! דער עולם איז עקסייטעד! סהערשט א געוואלדיגע שמחה! פארדעם פייערט מען דא!
די חברה זאגן אז אין אכט טעג ארום גייט זיין א גרויסע מעמד בהשתתפות פאמיליע גוטע פריינט און גדולי ירושלים ווי מוועט אפצייכענען דעם בניין אלס א חלק פון די געגנט, נאך א נאכט פון פייערונגען לכבוד די גרויסע שמחה.
מזל טוב מזל טוב! מ'האמיר עקסטענדעד!