הער אויס
נעכטן געהאט
שוין געשלאפן כמעט
איינער מיר רופט
אויפוועקן ער פרואווט
געלונגען איז אים
אויפהייבן כ'מוז אים
כ'הייב אויף
קוקנדיג צום דאַך ארויף
פאר צוואנציג מינוט
פּלאַפּּלען ער טוט
מיין אויער קייעט ער אראפ
ער לאזט נישט אפ
געצווינגענערהייט
מיט א רואיגקייט
אים אויסגעהערט
נישט מיד ער ווערט
נאכן איבערגיין זיין גאנצע טאג
געבט ער מיר א זאג
"שוין גענוג, כ'טראכט
האב א גוטע נאכט"
אבער נישט בעפאָר
ער האט זיך באדאנקט ביז גאר
פארן אויסקלייבן
אויפצוהייבן
---
היינט צופרי
נאכאמאל קומט ער צו
"א דאנק אַן עכטן
פארן מיך אויסהערן נעכטן"
ער הערט מיך נישט אויף לויבן
אז כ'האב אים אויפגעהויבן
ער האט געהאט א שווערן טאג
און געוואלט דערציילן זיין פלאג
---
כ'האב מיך אויסגעלערנט איין זאך
אפילו דו ביסט מיד און שוואך
יענעם אויסהערן איז א גרויסע זאך
און מיטגעפיל געבט צו אסאך
דורך אויסהערן
א מענטש
טוט מען ווערן
געבענטשט
ווען ס'איז שווער
צאלט דער רבוש"ע מער
ער זעט די פיין
און ער הערט זיך צו דיר איין.
שוין געשלאפן כמעט
איינער מיר רופט
אויפוועקן ער פרואווט
געלונגען איז אים
אויפהייבן כ'מוז אים
כ'הייב אויף
קוקנדיג צום דאַך ארויף
פאר צוואנציג מינוט
פּלאַפּּלען ער טוט
מיין אויער קייעט ער אראפ
ער לאזט נישט אפ
געצווינגענערהייט
מיט א רואיגקייט
אים אויסגעהערט
נישט מיד ער ווערט
נאכן איבערגיין זיין גאנצע טאג
געבט ער מיר א זאג
"שוין גענוג, כ'טראכט
האב א גוטע נאכט"
אבער נישט בעפאָר
ער האט זיך באדאנקט ביז גאר
פארן אויסקלייבן
אויפצוהייבן
---
היינט צופרי
נאכאמאל קומט ער צו
"א דאנק אַן עכטן
פארן מיך אויסהערן נעכטן"
ער הערט מיך נישט אויף לויבן
אז כ'האב אים אויפגעהויבן
ער האט געהאט א שווערן טאג
און געוואלט דערציילן זיין פלאג
---
כ'האב מיך אויסגעלערנט איין זאך
אפילו דו ביסט מיד און שוואך
יענעם אויסהערן איז א גרויסע זאך
און מיטגעפיל געבט צו אסאך
דורך אויסהערן
א מענטש
טוט מען ווערן
געבענטשט
ווען ס'איז שווער
צאלט דער רבוש"ע מער
ער זעט די פיין
און ער הערט זיך צו דיר איין.