זייענדיג עוסק אינעם שרייבן פעלד, האב איך שוין לאנג אנגעזאמעלט חומר פון כללים פון אידיש-שרייבן, אבער איך האב עס קיינמאל נישט איינגעזאמעלט לפונדק אחד, דא וועל איך עס פראבירן אראפשרייבן צוביסלעך, מיט׳ן ציל אנצוזאמלען א גרייטע דבר השלם בעזה״י אז עס זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים.
אנשטאט צו גיין טעכניש מיט הויכע באשפריצטע ווערטער, וועט מיין ציל זיין עס דוקא אראפצוברענגען אז איינער וואס קען נישט גארנישט זאל פארשטיין במה דברים אמורים. ווייל רוב באשרייבונגען איבער כללים וואס איך האב געזען ביז היינט זענען - ווי עס זעט אויס - מער געאייגנט צו ווייזן פאר די וועלט די פראפעסיאנעל דער שרייבער איז, און לאזט זיך נישט אראפ צום פשוט׳ן בירגער. ״שרייבן אידיש פאר דאמיס״.
איך וויל קלאר מאכן אפאר זאכן:
1) כל הזכויות שמורות לי.
2) אין מיין שפראך וועט איר געוויס טרעפן גרעמער ווי איך וועל זיך צומאל בטעות נישט האלטן צו די אייגענע כללים, דאס איז פשוט, ווייל איך בין עס נישט מגיה אויף 100 פראצענט איידער עס גייט ארויף דא. מיין ציל איז סך הכל זיך געהעריג צו קאנטצענטרירן איינמאל פאר אלעמאל, און מען וועט עס משלים זיין נאכדעם בעזה״י.
3) די צווייטע סיבה פארוואס איך טו עס דא איז צו הערן זאכליכע הערות, סיי פון פראפעסיאנאלע שרייבער און סיי פון אידן וועלכע פארשטייען נישט געוויסע נקודות. אבער אויב וועט עס זיין אין דעם אשכול וועט עס צעמישן דעם פלוס, דעריבער וויל איך בעטן אז הערות זאל מען שרייבן ערגעץ אנדערש (איך וועל בקרוב עפענען א עקסטערע אשכול דערויף), און אויב עס וועט זיין אין די הערות עפעס וואס וועט מיר עפענען די אויגן וועל איך עס אליינס טוישן אדער צולייגן דא.
ביי מוזיק זענען פארהאן נישט מער ווי 7 נאטן, און יעדעס מינדעסטע קול וואס קומט פון א ניגון, א תנועה אדער סתם א ווארט ארויסגערעדט, וועט זיך למעשה אריינפאסן אין איינע פון זיי. ווען איז דאס נוגע? ווער דארף דאס וויסן?
דער יודעלע וואס זינגט זיך א לידעלע ביים שבת טיש דארף דאס נישט וויסן, ער דארף סך הכל נאכזינגען א באקאנטע ניגון און הנאה האבן פונעם הייליגן אטמאספערע. ער מעג מיינען אז ניגונים האבן טויזנטער טענער וואס האבן קיין שייכות איינע מיט׳ן צווייטן. עס וועט נישט שאדטן.
אנדערש איז אבער איינער וואס סערווירט אנדערע מיט נגינה, אדער איינער וואס וויל ארויסהאבן דעם חכמת הנגינה כדי צו קענען קאמפאזיטן און ארויסברענגען בעסער זיינע הרגישים, דארפן דאס שוין איינמאל וויסן. יעדער ניגון וועט ווערן באטראכט פון דעם פרעספעקטיוו פון די 7 נאטן, און דערנאך וועט מען קענען ארבעטן לויט די כללים.
היינו הך מיט שרייבן. עס זענען פארהאן 9 קאטאגאריעס (אדער מער פראפעסיאנאלע אנגערופן: קלאסן) פון ווערטער, וואס יעדעס וואָרט וועט מען וועט נאר רעדן אדער שרייבן גייט אריין אין איינע פון די 9.
כדי צו קענען די כללים פון גראמאטיק איז וויכטיג בעפאר צו קענען די קאטאגאריעס פון ווערטער, כדי אז ווען מען האט סיי וועלכע שאלה אויף א זאץ אדער ווארט, זאל מען גלייך קענען אידענטיפיצירן וועלכע קאטאגאריע ווארט שאפט די שאלה, און וואס די כללים זענען אויף דעם קאטאגאריע.
דעריבער איז גאר וויכטיג פאר יעדער וואס וויל פארשטיין די כללים, און נישט מיינען אז מיר רעדן צו אים ספאניש ביים באצייכענען ווערטער קאטאגאריעס, זאל גאר גרונטליך דורכגיין די קאטאגאריעס און זיך גוט באקענען דערמיט.
די קאטאגאריע-נעמען זענען מן הסתם ניי און פרעמד פאר איינער וואס קען עס נאכנישט, איינמאל אבער די קאטאגאריעס זיצן גוט אינעם מוח, ווערט פשוט א פארגעניגן צו לערנען די איבריגע כללים פון שרייבן, און מען הייבט אן שפירן דערין א געוואלדיגע טעם.
די 9 קאטאגאריעס זענען נישט הלכה למשה מסיני, עס זענען דא וואס מאכן עס מער אדער ווייניגער, עס איז אבער אייביג ראטזאם זיך צו האלטן צו איין פארמולע. ווי אויך זענען די קאטאגאריעס אנדערש פון שפראך צו שפראך; ביי לשון הקודש, לדוגמא, טראגט עס כמעט אן אנדער פנים.
ווי דערמאנט זענען די נעמען פון די 9 קאטאגאריעס ביי פילע היפש פרעמד, מיר וועלן זיי דעריבער רופן מיט די ענגלישע נעמען, וואס זענען פיל מער אין באנוץ ווי די יידישיסטישע פאבריצירטע נעמען. מיר וועלן אבער דאך צוצייכענען דעם אידישן ווארט דערפאר, והבוחר יבחר.
ווי אויך וועלן מיר צוצייכענען דעם בערך׳דיגן לשון הקודש ווארט פונעם קאטאגאריע. מיר זאגן ׳בערך׳, ווייל ווי דערמאנט טראגן די קאטאגאריעס אין לשה״ק א גאנץ אנדערן פנים.
אזא באגריף, פון ווערטער וואס טוישן זייער באדייט פון קאטאגאריע צו קאטאגאריע, הייסט אין ענגליש Inflection(אינפלעקציע), אין אידיש: בייגונג, אין לשה״ק: נטיה(אדער הטיה). דאס ווארט בייגט זיך פון דא צו דארט.
לאמיר געבן אפאר משלים פון די 3 קאטאגאריעס וואס מיר האבן געהאט ביז יעצט:
פון א ווערב צו א נאון:ער וועט שאפן >> דאס שאפונג
פון אן עדזשעקטיוו צו א נאון:ער איז פרייליך >> פרייליכקייט
פיל מאל וועט א קאנזשאנשקאן זיין אין די געגנווארט פון א קאמע, אבער ס׳נישט קיין כלל.
לאמיר ווייזן דוגמאות לויט די אויבנדערמאנטע ליסטע פון דוגמאות:
פארבינד צוויי פון די זעלבע סארט זאצן:
ער האט ליב צו שרייבןאוןזינגען אין פרייע צייט. איך האב געוואלט גיין צו די שמחה,אבעראיך האב נישט קיין צייט. איך האב נישט גוט געשפירט,ממילאבין איך געבליבן אינדערהיים.
פארבינד אן עיקר זאץ מיט א טפל זאץ:
איך בין געגאנגען לערנען,כאטשדער יצר הרע האט מיך צוגעשטיפט צו עפעס אנדערש. זיי לערנען שוין יארן,זייטזיי האבן חתונה געהאט.
צוויי זייטן:
ביידע,סייאיךסיימיין ברודער, גלייכן זאלציגע עסן.
2 זאצן וואס מען קען זאגן יעדע באזונדער:
איך האב שווער גע׳חזר׳ט;אבער, איך האב שוואך געקענט ביים פארהער. ער פליט אייביג שנעל;פארט, קוק ווען ער קומט אן. דער טעלפאן קלינגט;ממילא, הער יעצט אויף שמועסן.
=== מיר האבן דערמיט געענדיגט אלע 9 קאטאגאריעס פון ווערטער.
עס פארלאנגט אסאך פראקטיצירונג צו פארשטיין די חילוקים צווישן די 9 קאטאגאריעס, וואס זענען ממש די הקדמה צו פארשטיין די כללים אין יעדער שפראך. דאס בעסטע איז ווען מען קען דורכגיין א מעשה און צוצייכענען אויף יעדעס ווארט וואס עס איז. זיך אליינס פארהערן.
כדי מען זאל קענען גלייך פארשטיין, פון די דקדוק וויאזוי מען שרייבט, וואס איז דא פארגעגאנגען אין די מעשה.
אין ענגליש איז כמעט פארשוואונדען געווארן דעם באגריף פון Grammatical Cases, אזוי אויך להבדיל אלף אלפי הבדלות אין לשון הקודש קען מען דן זיין וויפיל עס איז דא. געווענליך איז אלעס געוואנדן אינעם סדר הדברים פון די ווערטער.
נאכדעם זענען פארהאן שפראכן וואס האבן גוזמאות פון ראלעס און קעיסעס, למשל אונזער באקאנטע אונגאריש, וואס די זיידעס פלעגן רעדן, האט אזויפיל ווי 16 פארשידענע דקדוק וועגן וויאזוי צו שרייבן, געוואנדן אויף די ראלעס פון די נאונס. נישט אומזיסט זאגט מען אז אונגאריש איז אזוי קאמפליצירט. עס זענען אבער פארהאן שפראכן וואס האבן נאך פיל מער.
דויטש איז א שפראך פון די דייטשן באקאנט מיט זייער ׳דייטשע פונקטליכקייט׳. דקדוק איז ביי זיי געווען א נומער 1.
זיי האבן געוואלט אז ווען איינער זאגט״די פרוי האט אראפגענומען דעם מאגנעט״זאל מען אויך קענען זאגן די פאלגענדע וועגן:
דעם מאגנעט האט די פרוי אראפגענומען אראפגענומען האט די פרוי דעם מאגנעט דעם מאגנעט אראפגענומען האט די פרוי
אין ענגליש איז נישט דא אזא באגריף! אין ענגליש ארבעט עס, אז ווער עס שטייט פארדעם דער האט געטון די פעולה, און ווען מען זאגט למשל ״דעם מאגנעט האט די פרוי אראפגענומען״ וועט זיין פשט אז די מאגנעט האט פשוט אראפגענומען דעם פרוי (פון וואו?)... א קאטאסטראפע.
ווייל לויט די כללים פון דויטש, וואס זיי האבן געגעבן א ספעציעלער וועג פון שרייבן פאר די צוויי צוועקן, די פרוי און דער מאגנעט, כאפט מען גלייך וועלכע ראלע די פרוי האט, און וועלכע ראלע דער מאגנעט האט.
*
למעשה, וואס איז היינט פארבליבן, וואס שרייבער רעכענען זיך שטארק מיט דעם, זענען די 3 קעיסעס:
•Nominative Case = נאמינאטיוו| דאס איז ווען מען וויל באצייכענען אז דער נאון איז דער הויפט אקטיאר, וואס טוט די פעולה. (אינעם אויבנדערמאנטער משל: נתן)
•Accusative Case = אקוזאטיוו| דאס איז ווען מען וויל באצייכענען אז דער נאון דינט ווי עפעס וואס מען נוצט צו טון די פעולה. (אינעם אויבנדערמאנטער משל: קערנדלעך)
•Dative Case = דאטיוו| דאס איז ווען מען וויל באצייכענען אז דער נאון דינט ווי מקור צו א מראה מקום, מען צייכנט אן אויף אים, אבער מען טוט נישט עפעס מיט אים. (אינעם אויבנדערמאנטער משל: ציבור)
אסאך ווערטער זענען פשוט אריין אין איין מין ווייל אין די מיטל אלטער האט מען געגלייבט אז די כוחות פון יענע ווארט אדער חפץ ציעט זיך צו איין סארט מין, אנדערע זענען געגאנגען לויט כללים, און ביי אנדערע האט אויסגעבראכן ערנסטע דיפרענצען צווישן פארשידענע דייאלעקטן פון פארשידענע לענדער וואו אידן האבן געוואוינט.
איינמאל דאס איז געווארן, איז שוין די שפראך געגאנגען אזוי, און דאס טאג טעגליכע רעדן האט פארלאנגט אז מען זאל זיך באציען אזוי צו זיי, אזוי האט מען גערעדט און אזוי איז עס געבליבן. ווי מיר וועלן שפעטער זען די כללים פון יעדער מין באזונדער.
אן איבערצייגונג דערצו איז, אז אין די ליטא האט בכלל נישט עקזיסטירט קיין סתמי, נאר זכר ונקיבה, און אין אנדערע שפראכן, ווי ענגליש, עקזיסטירט בכלל נישט קיין מינים. (להבדיל אלף אלפי הבדלות אונזער שפראך לשון הקודש איז דאך ממש כל כולו לשון זכר נקיבה).
אויב איז עס נישט גענוג: א לשון זכר אין איין שפראך קען בעצם זיין א לשון נקיבה אין אן אנדערע שפראך. זאת אומרת, אז אויף קיין פאל קען מען נישט מאכן קיין הנחות פון דער זאך זעלבסט, נאר לויט דאס געבוי פונעם ווארט.
בקיצור, וועלכע ווארט איז א זכר און וועלכע א נקיבה?
קודם זענען דא פשוט׳ע כללים, און נאכדעם זענען דא כללים וואס גייען לויט די פאָר לעצטע אותיות פונעם ווארט.
עס מוז קלאר באטאנט ווערן, אז כמעט אלע פון די מין-כללים האבן היפש יוצאים מן הכללים, איינס מער און איינס ווייניגער. אין צוגאב, נאך מער צוצולייגן זאלץ אויף די וואונדן, דארף מען זאגן אז אלע כללים צוזאמען דעקט בכלל נישט די גאנצע אידישע שפראך. עס זענען דא פילע ווערטער וואס זענען פשוט אריבער מדור לדור אז זיי זענען איין מין אדער א צווייטע ד.מ. אז מען מוז סייווי צוקומען צו פראקטיצירונג און געוואוינהייט.
אבער אן די כללים לא מצינו ידינו ורגלינו. *
איידער מיר גייען צו צו די כללים לויט די לעצטע אותיות פונעם ווארט, לאמיר געבן דוגמאות אויף יעדע פון די אויבנדערמאנטע כללים:
איידער מיר גייען צום שולחן עורך, פון לערנען די שרייבן-כללים באזירט אויף די הקדמות פון ביז יעצט, מוזן מיר נאך צוענדיגן דעם קאפיטל פון ״מין״ מיט דריי נקודות:
1)אותיות און נומערןקענען געזאגט ווערן ביידע וועגן, לשון זכר און לשון נקיבה.שפראכןוואס ענדיגט זיך ״יש״ (ענגליש, רוסיש, ספאניש) קענען געזאגט ווערן לשון זכר און לשון סתמי.
2)אין פאל פון א ספק:ווען נאך אלעם איז נישט קלאר וואס דאס ווארט איז, נעמט מען מצד ספק אן לשון זכר. אזוי אויך ווען מען וויל זיך באציען צו עפעס וואס באלאנגט צו א סתמי דורכ׳ן איר רופן מיט א פראנאון (דאס בוך מיטזייןמחבר), וואס דארט שטייט מען ביי א שיידוועג, אדער זכר אדער נקיבה - וועט עס געווענליך זיין א זכר.
אן אויסנאם וועט זיין ביי לעבעדיגע באשעפענישן, וואו עס קען זיין אז ״דאס קינד״ איז זיכער א מיידל, וכדומה, אדער ווען מען רעדט פון א פלאץ וועט זיך די פראנאון באציען כאילו עס איז א נקיבה (דאס דערפל און אירע איינוואוינער).
3)כלל גדול, קוקט אינעם ווערטערבוך!
אין יעדע אידישע ווערטערבוך ווערן רוב נאוןס אנגעצייכנט וועלכער מין זיי געהערן; אדער שטייט ארויס ״זכר נקיבה סתמי״ אדער ״ז, נ, ס״, אדער ווערן זיי באצייכנט לויט די כללים וואס מיר וועלן באלד קלארער אויסשמועסן, נעמליך מיט די ווערטער ״דער, די, דאס״,דעראיז פאר זכר,דיאיז פאר נקיבה,דאסאיז פאר סתמי.
די כללים זענען א יסוד צו פארשטיין דעם נושא, אבער מען מוז סייווי צוקומען צום ווערטערבוך. צום ערשט, ווי דערמאנט, אסאך ווערטער פאלן בכלל נישט אריין אין די אויבנדערמאנטע כללים.
נאכדעם: עס זענען פארהאן כללים מיט אויסנאמען; געוויסע ווערטער האט דער המון עם האט אנגענומען זיי צו רופן מיט אן אנדערער מין, טראץ די כללים.
יעדער שרייבער דארף האבן א ווערטערבוך צו זיין דיספאזיציע, און זיך איינגעוואוינען כסדר צו געבן א בליק אריין בשעת מען קען זיך נישט דערמאנען דער מין פון א ווארט. אין איין ווארט: פראקטיצירן. צוביסלעך הייבט עס פארן אויטמאטיש.