נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

שלמה מולכו האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:11 am
זייער אינטרעסאנט, ישר כח
וואס איז מיט עירבאס A340? מהערט כמעט נישט פון דעם.

איך האב פארשטאנען אז די קאמפיטישען איז אזוי,

A330 - 767
A340 - 787
777- A350
747 - A380
די A340 אטעמט יעצט איר לעצטע גסיסה אטעמעס מיט געציילטע עירליינס וואס האבן עס נאך און רוב פון די פלעינס גייט ווערן ריפלעיסעד און די קומענדיגע פאר יאר.

די קאמפעטישן אין טעאריע איז טאקע אזוי ווי די האסט אויסגעשטעלט, אין פרעקטיס איז עס היבש אנדערש און קאמפליצירט ואכמ"ל
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

שבעת המינים האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:44 am

פארוואס אכמ״ל? נאר ווי דען? ביטע זייט מאריך ווי לאנג סאיז מעגליך. איך לעכץ פאר אזאנע זאכן

איך בין לעצטענס געפארן מיט די A430-600 פרימיום עקאנאמי. סאיז געווען גאר געשמאק.
די אנדערע וועג איז געווען א A330-300 א גרויל
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

שמעק_טאביק האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:57 pm
אז דו רעדסט שוין, וואלט געווען אינטרעסאנט (עכ"פ פאר מיר) אויסצושמועסן די חילוקים פון עירבאס ביז באואינג.

ווען עס קומט צו די שמאלערע פליגערס ("איינצעלנע אייל") זענען ביידע גאנץ אייניג, סיי דער באואינג 737 און די עירבאס A320 (מיט אלע זייערע וואריאנטן - אביסל קלענער און אביסל גרעסער) פארקויפן זיך ווי מצה וואסער, ביידע קאמפאניס קענען נישט נאכיאגן זייערע ארדערס און זענען עטליכע יאר אונטערשטעליג מיט פראדוקציע. אבער בשעת דער 737 איז שוין גאר א אלטער דעזיין, נאר אביסל איבערגעפרישט בחיצוניות במשך די יארן, איז דער A320 היפש געשמאקער צו פארן, בפרט די נייערע סארט מיט די "ניו ענדזשין אפציע" (NEO), שטילער און סמודער, און א טראפ ברייטערע זיצן ווי די 737. עירבאס האט אויך היינט צוטאגס די קלענערע A220 וואס קומט בעצם פון באמבארדיער - די קאנאדישע עירקרעפט קאמפעני, וואס די פלאץ איז נישט דא אריינצוגיין באריכות די גאנצע פאליטיק ווי אזוי עס איז אנגעקומען אונטער עירבאס'ס "פליגלען", אבער ווייניג אמעריקאנע קאמפאניס נוצן עס, מיט'ן אויסנאם פון דעלטא.

ווען עס קומט צו גרעסערע פליגער ("ווייד באדי") איז דער בילד נישט אזוי פשוט. די גאר גרויסע ווי די 747 זענען שוין כמעט נישט בנמצא (חוץ פאר קארגא) ווי אויך די צוויי-שטאקיגע עירבאס A380 (מיר רעדן נישט פון די אויבנדערמאנטע קאמפאני וואס רוממה האט אראפגעברענגט). די עירליינס ווילן דוקא טווין-דזשעטס (ד.ה. פליגערס מיט נאר 2 מאטארן אנשטאט 4, וואס איז סיי ביליגער צו נוצן אלס די מיילעדזש און סיי ביליגער צו מעינטעינען - די ענדזשינ'ס זענען די טייערסטע חלק פון א פליגער), ממילא די גרעסטע פליגער היינט איז די באואינג 777, און די מיטלגאטיגע 787 וואס איז היינט די עיקר גרויסע פליגער וואס באואינג פראדוצירט. די 787 איז געווען א ריזיגע הצלחה פאר באואינג. ווען עירבאס האט געזען מיט יארן צוריק אז עס איז קיין תכלית נישט צו בלייבן מיט זייערע מיטלגאטיגע A330 און ריזיגע A380, זענען זיי אריינגעשפרינגען אין די A350 מארקעט, וואס איז אויכעט גאר א בא'טעמ'טער עירקרעפט, און דערביי אויך אביסל אפגרעידעד די עלטערע A330.

לכאורה וואלט עירבאס געדארפט פארקויפן זייערע נייע פליגערס אין די מאסן. עס איז מורא'דיג גוט אויסגעשטעלט סיי פאר די עירליינס און סיי פאר די פאסאזשירן. און עס האט כמעט נישט געהאט קיין אינצידענטן (חוץ א נארישע פעינט אישו מיט קאטאר עירליינס) - אנדערש ווי באואינג וואס יעדע נייע פליגער האט געהאט חבלי לידה, צב"ש די 787 האט די ערשטע יארן געליטן פון פאררויכערטע באטעריס און פייערן, און לאמיר נישט אריינגיין אין די ביטערע פראבלעמען פון די 737 מעקס. למעשה אבער לויט די ציפערן קומט אויס אז באואינג פארקויפט מער און בעסער, און עס איז אינטרעסאנט פארוואס. די נייע A330 פארקויפט זיך בכלל מורא'דיג שוואך, בפרט די קלענערע 800 וואריאנט וואס זיי האבן פארקויפט בלויז אן איבערראשענדע ארימע 12 שטיק! די גרעסערע -900 וואריאנט האט זיך פארקויפט איבער 300 שטיק, וואס איז אויך ווייט פון א ריכטיגע הצלחה. עירליינס וואס ווילן גיין מיט גרעסערע עירבאס פליגער וועלן ליבערשט אויסקלויבן דעם A350, וואס האט אויך עטליכע וואריאנטן, פון מיטעלע סייזעס ביז די גרעסטע וואס איז כמעט א קאמפעטישען פאר די גרויסע באואינג 777. אבער אפילו די A350 פארקויפט זיך אויך נישט אזוי גוט ווי עס וואלט געדארפט. די A350 האלט ביי ארום טויזענט שטיק פארקויפט און די 787 כמעט דאפעלט. אנגעבליך איז דער תירוץ ווייל לכאורה קען די 787 פארן ווייטערע שטרעקעס און פארנוצט א טראפ ווייניגער גאז. אבער די קשיא איז נאך אלץ שטארקער ווי דער תירוץ.
איר האט געמאכט א גוטע סך הכל מיט א פיינע פליסיגע שפראך וואס ליינט זיך געשמאק. ווען ס'זאל ווען זיין נאך דריי מאל אזוי לאנג וואלט עס אויך געווען אנגענעם אפצולעזן.

אפאר הגהות:
1) די שרייבער שבתוכי האט נישט מסכים געווען אז דו האסט גענוצט "איינצעלנע אייל" צו איבערטייטשן שמאלע פליגער און "ווייד באדי" צו איבערטייטשן גרעסערע פליגער
ס'איז אדער סינגל אייל ווס. דועל אייל, אדער נעראו באדי ווס. ווייד באדי
2) די סיבה פארוואס די עירליינס האבן נישט ליב די Quadjets איז נישט נאר וועגן די ענדזשינס (אויסקלארונג, ס'איז לאו דוקא אז די ענדזשין איז די גרעסטע הוצאה, נאר די fuel וואס די ענדזשין פארנוצט), נאר ווייל די מארקעט בכלל האט זיך גערוקט פון די hub-to-spoke מאדעל וואו מ'נוצט ווייניגער אבער גרעסערע פליגערס, צו א point-to-point מאדעל וואו מ'נוצט מער אבער קלענערע עירקרעפטס. והא ראי' אז לופטהאנזא, וואס זייער שטערקסטע עדווענטעדזשס אין די מארקעט זענען זייערע האבס אין פראנקפורט און מינכן, נוצן נאך די 747, 380 און 340
3) די A350 פיקט אויף זייער שטארק אויף די מארקעט, און איז שוין היינט א שטארקע ערנסטע קאמפעטישן פאר די דרימליינער. בעיקר די מער פאפולערע A359 וואס אסאך עירליינס האבן עס באשטימט צו נוצן פאר זייערע פלעגשיפ קלאסן אין זייער פלאטע. מ'דארף ווארטן צו זעהן אויב די ריזיגע מאנסטערישע טריפל 7 X גייט אריינקומען שטארק, אבער דערווייל שטופט זיך כסדר אפ די דעליווערי דאטומען.
4) די סיבות פארוואס א עירליין זאל נעמען א באואינג ווס. א עירבאס ולהיפך, קען האבן צו טוהן מיט זייער אסאך זאכן. פארשטייט זיך אז געלט איז א עיקר פאקטאר, אבער מ'קען נישט מאכן א סטעיטמענט אז איינס איז טייערער ווי די צווייטע, ווייל קיין איין פליגער האט נישט קיין בארקאוד אויף זיך וואס מ'קען סקענען ביי סעלף-טשעקאוט, יעדע ארדער איז אייגנארטיג און ווענדט זיך אין די קאנטראקטס פון די עירליינס צווישן די פראדוצירער, און די פאקטישע פרייז וואס עירליינס צאלן איז א ריזיגע מיליטערישע סוד וואס קיינער ווייסט נישט (פאר פשוט'ע פארשטענדליכע ביזנעס סיבות).
אבער אויסער פרייז, וועט די עירליין אויך דארפן נעמען אין באטראכט וויפיל פילאטן זיי האבן וואס זענען סערטיפייד צו פליען דעם פליגער (א עירליין פילאט דארף האבן א עקסטערע סערטיקפיקעט פאר יעדע מאדעל), וויפיל מעקעניקס זיי האבן וואס קענען מאכן מעינטענענס און ריפעירס, וויפיל פעסילעטיס זיי האבן וואס גייען שטימען צו אויפהאלטן דעם פליגער, ווי גרינג ס'איז פאר זיי צו באקומען parts ווען ס'פעלט זיך אויס וכו' ועו'.
למשל סאטוועסט עירליינס שפארט זיך אסאך געלט מיטן אויפהאלטן א פלאטע פון בלויז 737ס (פארשידענע וועריאנטס), דאס געט זיי פלעקסעביליטי ארומצורוקן פילאטן און פליגערס וויפיל ס'פעלט זיך אויס, און האבן סטענדערטס פאר אלע טעקניקלס און ריפעירס אויף זייער גאנצע פלאטע צוגלייך. רייען עיר אין אייראפע האט אויך א ענליכע מאדעל מיט כמעט א 95 פראצענט 737 פלאטע, און בלויז עטליכע 20 A320ס.
ועל כולם איז אויך דא פאליטיק, פאטריאטיזם און גאווערמענט פעוואריזם צו שטיצן די היימישע געשעפטן, יוראפעאישע עירליינס וועלן האבן סיבה צו קלויבן עירבאס און אמעריקאנע לופטליניעס וועלן ביי דיפאלט האבן א סיבה צו קלויבן באואינג.
במילא איז גאנץ שווער פאר אונז צו שפעקולירן פארוואס עירליינס נעמען איין קאמפאני איבער די צווייטע.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א אינצידענט באקאנט געווארן ווען א פאסאדזשיר האט זיך מיטגעכאפט אומדאקומענטירט אויף א פליגער
די אומאידענטיפיצירטע פרוי איז געפארן אויף א דאמעסטישע פלייט פאריגן Feb 7

ענליך צו וואס ס'איז נעכטן געווען באריכטעט אויף א אינטערנאציאנאלע פלייט, איז היינט באריכטעט אז אזא מעשה האט זיך אפגעשפילט פעברואר 7 אויף א אמעריקען עירליין פליגער פון נעשוויל קיין לאס אנדזשעלעס, ווען איינער האט זיך געכאפט אינמיטן די רייזע אז ס'זיצט א פאסאדזשיר אן קיין בילעט און אן אן דעם וואס זי זאל האבן דורכגעגאנגן די ID סקרינינג ביי די TSA
די TSA זאגט אין א סטעיטמענט אז די פרוי האט פיזיש איבערגעהיפט א אומבאוואכטע צוים אדורכצושפרייזן די סעקיוריטי טשעקפוינט, אבער זיי האבן קלאר געמאכט אז די גליטשיגע פישל'קע און אירע פעקלעך זענען יא אדורך די געווענליכע סעקיורטי סקרינינג פון די TSA
די עירליין האט נישט געגעבן קיין ערקלערונג וויאזוי זי איז אנגעקומען אויפן פליגער אן קיין באורדינג פעסס, נאר האט געזאגט אז זי קאאפערירט מיט פעדעראלע איסטאנצן אין די אויספארשונג
לויט באריכטן איז זי ארעסטירט געווארן דורך די FBI ביים אנקומען אין לאס אנדזשעלעס.

#אמעריקען
#BNA
#LAX
--
פארראכטן פאר די ריכטיגע דאטום צו פעב. 7
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום זונטאג פעברואר 18, 2024 8:40 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

אידיאט האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 10:26 am
שבעת המינים האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:44 am
שלמה מולכו האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:11 am
זייער אינטרעסאנט, ישר כח
וואס איז מיט עירבאס A340? מהערט כמעט נישט פון דעם.

איך האב פארשטאנען אז די קאמפיטישען איז אזוי,

A330 - 767
A340 - 787
777- A350
747 - A380
די A340 אטעמט יעצט איר לעצטע גסיסה אטעמעס מיט געציילטע עירליינס וואס האבן עס נאך און רוב פון די פלעינס גייט ווערן ריפלעיסעד און די קומענדיגע פאר יאר.

די קאמפעטישן אין טעאריע איז טאקע אזוי ווי די האסט אויסגעשטעלט, אין פרעקטיס איז עס היבש אנדערש און קאמפליצירט ואכמ"ל
פארוואס אכמ״ל? נאר ווי דען? ביטע זייט מאריך ווי לאנג סאיז מעגליך. איך לעכץ פאר אזאנע זאכן
די A330 און די 767 פלעגן צו זיין קאמפעטישן ווען זיי זענען געווען אין פראדאקשן.
זיי זענען סימילער אין סייז כאטש וואס די A330 איז א ביסל גרעסער.
די 767 איז נאך אין א פראדאקשן אלץ א Freighter און איז היבש פאפולער ביי קארגא עירליינס, אזוי אויך איז דא קאמפעניס וואס בויען איבער אלטע פאסאנזשיר 767 פליגער צו קארגא.

די איבערגעפרישטע A330NEO דארף צו זיין א שטיקל קאמפעטישן פאר די 787, אבער איז זייער שוואך אין סעילס.

די A340 איז מסתמה מער א קאמפעטישן צו די 777, אבער ווי געזאגט איז עס מער נישט אין פראדאקשען, און איז קיינמאל נישט געגאנגען מורא'דיג גוט.
עס האט מסתמא געדארפט צו זיין מער א קאמפעטישן צו די MD-11.

די A350-1000 קאמפיעט טאקע מיט די 777, און ווידער די A350-900 איז מער א קאמפעטישן צו די 787.

די נייע 777X איז א שטיקל קאמפעטישן צו די A350-1000, און קען אויך מעגליך מיט א גרעסערע ווערסיע א שטיקל קאמפיעטן די A380.

די A321-XLR וואס קומט יעצט ארויס גייט האבן זייער א לאנגע רעינזדש, און גייט מסתמא און אן אייגנארטיגע וועג קאמפיעטן מיט די גרעסערע פליגער.
דזשעט בלו צ.ב.ש. נוצט שוין די יעצטיגע אין מארקעט A321-LR צו פליען פון אמעריקע קיין לאנדאן, אמסטערדאם און פאריז.
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

די A321-XLR איז בעיסיקלי א ריפלעיסמענט פאר די פארעלטערטע 757 פון באוינג - א ניטש (niche) מארקעט.
די ארגינעלע A340 איז געווען די לאנג-רעינדזש ווערסיע פון די 330 (בעפאר טווין-ענדזשין זענען געווארן אפראווד פאר לאנג-האול טראנס אטלאנטיק פלייטס), שפעטערע מאדעלס (-600) זענען שוין א סטרעטש פון די ארגינעל
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

קאנאדישע געריכט: עיר קאנאדע דארף נעמען אחריות אויף די אינפארמאציע וואס די chatbot האט געגעבן
די עיליין וועט דארפן באצאלן די דיפערענס אין פרייז פון א טיקעט וואס א פאסאדזשיר האט געקויפט אויפן סמך פון AI

די שמועס צווישן דעם פאסאדזשיר און די AI ראבאט דא איז איבער אן אזוי גערופענע Bereavement Fares וואס געוויסע עירליינס אפפערן פאר מענטשן וואס קלאגן נאך די טויט פון א נאנטן ל"ע. עס פלעגט זיין א מער פאפולערע זאך צווישן עירליינס צו האבן א ספעציעלע ראטע פאר אזעלכע פעלער, צוליב דעם וואס אסאך מאל דארפן מענטשן מאכן לעצט-מינוטיגע טראוועל פלענער אין אזעלעכע שווערע סיטואציעס. כהיום איז עס געאפערט ביי ווייניגער עירליינס, אבער עיר קאנאדע איז צווישן די געציילטע וואס האבן אזא ראטע.
דער קאנאדישער מאן האט געפרעגט פון דעם כמו-מענטש, אויב ער קען אליינס רעזערווירן א געהעריגע טיקעט אנליין און שפעטער צוריקבאקומען א ריפאנד אויף די דיפערענס פאר די ביליגע ראטע, אויף וועלכע די אויטאמאטישע ענטפער איז געקומען אז יא.
למעשה, ביים פרובירן צוריק צו באקומען די פארשריבענע ריפאנד, האט די עירליין געזאגט אז זייער פאליסי איז קלאר אז מ'מוז בעטן די fare אויף די טעלעפאן פון א רעפרעזענטעטיוו ביים באשטעלן די טיקעט.
זעהט זיך אויס אז מ'רעדט פון גענוג א באדייטענדע סומע, אז ס'האט זיך געלוינט פאר דעם מענטש און פאר די עירליין צו מאכן א געראטשקע איבער דעם, און אזוי האט די ויכוח געמאכט איר וועג צום געריכט, און עווענטועל געפירט צום פסק אז די חיוב חינוך אז דער באט'עלע זאל רעדן צום זאך ליגט אויף די עירליין און במילא זענען זיי אחריות צו באצאלן די חילוק אין פרייז.
די ruling קען האבן א ברייטע עפעקט אויף אסאך ביזנעסער בכלל, אינדערצייט וואס AI ווערט מער און מער מענטשליך, און אזא פאל קען פאסירן אין סיי וועלכע אינדוסטריע.
איך האב זייער געוואלט רעדן מיט עיר קאנאדע'ס טשעט-באט, אבער איך קען עס נישט טרעפן אויף זייער וועבסייט, איך וואונדער מיך אויב זיי האבן אים געצויגן אין א זייט איבערצושמועסן די נושא, און זיי וועלן אים נאר צוריקלייגן ווען זיי מאכן זיכער אז ער ווייסט וויאזוי זיך אויפצופירן צווישן מענטשן...

#עיר_קאנאדע

די עיר קאנאדע צענטער אין מאנטריאלע לופטפעלד (YUL)
Air_Canada_HQ.jpg
Air_Canada_HQ.jpg (398.01 KiB) געזען 1857 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

מיט מער נייעסער דורך די וויקענד וואס מיר האבן די זכיה נישט צו קענען נאכיאגן צוליב דעם וואס מיר זענען פארנומען יענסצייט להתענג על ה' בנשמת כל חי וגם נעריצך, וועלן מיר מאכן א שנעלע מאסף כל המחנות תגובה און שענקען בלויז צוויי-דריי שורות פער נייעס בלויז בכדי עס צו "קאווערן". און אזוי וועלן מיר קענען אנהייבן די וואך מיטן רעכטן פיס, אן טרעק מיט די פרישע נייעסלעך וואס שטראמען אריין.

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (104.03 KiB) געזען 1682 מאל

האוואאי עירליינס שעירהאלדערס האבן געשטימט פאריגע וואך צו אפראוון די אויסקויף פון די עירליין דורך אלאסקע עירליינס.
די צוויי עירליינס וואס דאמינירן איטליכס זייער טעריטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן רעדן שוין א לענגערע צייט פון די מערדזשער וואס וועט זיי שטעלן אלס א שטארקע קאמפעטישן אין די אמעריקאנע מארקעט, און דאס איז געווען א ערנסטע סטעפ פאראויס. אבער ס'וועט נאך דויערן פון א יאר ביז אנטערהאלבן פאר רעגירונג אפראוולס און נאך.
---
ביליאנער Carl Icahn האט אריינגעשטעלט צוויי פון זיינע חברה אין די דזשעט בלו באורד נאך וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט א 9.9 פראצענטיגע שעיר אין די קאמפאני.
דער 88 יעריגער ניו יארקער ביליאנער - וועמענס נאמען מיר קענען פון די Ichan Stadium אריבער די צוים פונעם טרייבאראו ברידזש - האט שטארקע קאנפידענץ אין די עירליין, און צוויי פון זיינע ראטגעבער זענען ארויפגעשטעלט געווארן אויף די עקזעקיוטיוו באורד פון די לופטליניע. ביידע זייטן זענען זייער פרייליך, און האפן אז ס'וועט האבן א גינסטיגע ווירקונג אויף פראפיטעבילעטי.
---
דעלטא האט אנאנסירט 22 פרישע רוטס, צווישן זיי א seasonal רוט וואס וועט זיין די נייע לענגסטע דאמעסטיק רוט פון די עירליין.
די נייע ווינטער רוט צווישן האנאלולו און באסטאן וועט לויפן אין די קומענדיגע יאר ווינטער חדשים פון נאוועמבער ביז אפריל און וועט פארן איבער 5,095 מייל און איבערנעמען די אויבן-אן פון די JFK-האנאלולו רוט וואס איז יעצט די לענגסטע מיט 4,983 מייל.
---
די קאוויד startup עירליין Avelo ברייטערט זיך אויס און איז שוין ערווארטעט צו האבן פארדינסטן בקרוב.
די עירליין האט אנאנסירט דריי נייע רוטס אין די East Coast ארויס פון זייער hub אין נארט קאראליינע, און זיי האבן זיך געשאפן א ליעס אויף פינף 737 פליגער פון די באנקראטירטע בראזיליאנע GOL לופטלוניע, ארויפברענגענדיג די סייז פון זייער פלאטע צו 16. די ביזנעס-מאדעל פון Avelo איז זייער ענליך צו סאוטוועסט, און זעהט אויס צו זיין אויף די וועג פון סוקסעס.
---
עלטערן קלאגן יונייטעד צוליב בראנד-וואונדן פון קינד געשאפן דורך הייסע inflight meal.
אויף א פלייט פון תל אביב קיין ניוארק, איז מיכל פעפערמאן (היימישע נאמען) געפארן מיט איר 6 יעריג קינד ווען א פלייט אטענדענט האט דערלאנגט די פארציע אויף די tray-table פון די מאמע, אבער די באשולדיגונג לויטעט אז די טישעלע איז געווען פעלערהאפטיג און דאדורך האבן זיך די מאכלים אראפגעגליטשט אויפן שויס פון די זעקס יעריג קינד. דאס קינד האט געליטן ערנסטע וואונדן פון זיך אפבריען און די עראפלאן האט נישט פארמאגט די נויטיגע סופלייס צו באהאנדלן אזעלכע וואונדן.
די עלטערן קלאגן יעצט די עירליין מיט די טענה אז די טישל איז געווען פעלערהאפטיג, די עסן איבערגעהייצט און די פליגער אומאויסשטאפירט, פירנדיג דאס קינד צו ליידן די פאלגנדע:
"disfigurement, scarring, discoloration, neurological deficits, impairment, pain, suffering, mental anguish, emotional distress, inconvenience, humiliation, embarrassment, and the loss of ability to enjoy her life"

#האוואאי
#אלאסקע
#דזשעט_בלו
#דעלטא
#HON
#BOS
#אוועלא
#RDU
#יונייטעד
#TLV
#EWR
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום זונטאג פעברואר 18, 2024 5:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

אבימלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 9:32 am
א ערענסטע זיכערהייט אינצידענט האט פאסירט היינט אויף א אל-על פלייט פון טיילאנד קיין בן גוריון לופטפעלד, פיינטליכע עלעמענטן האבן פראבירט איבערצונעמען דעם פליגערס קאמיוניקאציע סיסטעם און עס אוועקדרייען פון איר דעסטינאציע אין אן אנדער ריכטונג. דער עראפלאן האט דערגרייכט איר דעסטינאציע און האט געלאנדעט בשלום מיט 250 פאסאזשירן און שטאב מיטגלידער.
די איבערנעמען פרואוו איז פארגעקומען ווען דער עראפלאן איז דורכגעגאנגען איבער א שטח וואו די הוטי רעבעלן זענען אקטיוו.
IMG_3346.jpeg
די פילאט איז דאך אינעם קאקפיט פאר א סיבה, ער קען עניטיים אויסלעשן די אוטא-פילאט און אליינס פירען די פליגער, העקערס זענענן שטערקער פונעם פילאט'ס פיזישע קאמענד'ס?!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16989
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איז דען דער אויטא פיילאט אפן פאר דעם אוטסייד?

ברויך מער דעטאלן וואס די כוטי’ס האבן יא אדער ניין פרובירט...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16989
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

רוממה האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:33 am

#האוואאי
#אלאסקע
#דזשעט_בלו
#דעלטא
#HON
#BOS
#אוועלא
#RDU
#יונייטעד
#TLV
#EWR
העי, האסט נישט געהעשטטעגד דאס...
#disfigurement,
#scarring,
# discoloration
# neurological deficits
# impairment
# pain
# suffering,
# mental anguish
# emotional distress
# inconvenience
# humiliation
# embarrassment
# loss of ability to enjoy her life

ביסט פיינע נייעס, שכוח פאר די עפפארד...
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הונדערטע לופטהאנזא פלייטס געקענסלט אויף דינסטאג און מיטוואך צוליב סטרייקס
טויזנטע פאסאדזשירן זענען אפעקטירט פון די מאסיווע קענסעלעישנס אין רעזולטאט פון די יוניאן-עירליין געפעכט

לופטהאנזא האט גענצליך אפגערופן א מערהייט פון אירע פלייטס אויף די צוויי טעג דורכאויס וועלכע כמעט איר גאנצע ארבעטס קראפט וועט זיך ארויסלאזן אויף די גאסן צום פראטעס פאררופן דורך התאחדות (דאכצעך דאס איז די לשה"ק אפטייטש פון יוניאן).
די יוניאן שלאגט זיך מיט די עירליין פארלאנגענדיג א 12.5% פעיראל העכערונג פאר די איינגעשטעלטע אין לופטהאנזאס פארשידענע אפטיילונגען, פון טעכניקער ביז קאסטומער סערוויס אגענטן, סיי ביי די פאסאדזשיר זייט און אויך ביי די קארגא זייט פון די קאמפאני. אין א לעצטע פרואוו אפצוהאלטן דעם סטרייק, האט לופטהאנזא געגעבן איר מאקסימום אפפער פון 10%, אבער די זייטן האבן זיך נישט פארשטענדיגט.
די יוניאן זאגט אז זיי האבן אנגעזאגט די ארבעטער צו זיין מער איינגעהאלטן ביים פיקעטן אין עירפארט שטחים וואו לופטהאנזא'ס קאסטומערס - די פאסאדזשירן - געפונען זיך. אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס, קומען נישט קיין פאסאדזשירן צום עירפארט אויב זייער פלייט איז געקענסלט...

#לופטהאנזא

Canceled.jpg
Canceled.jpg (86.12 KiB) געזען 1352 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

כינעזע מאדעל C919 געזעהן געווארן מאכן טעסט פלייטס אין סינגאפאור
געפינט זיך אין סינגאפאור פאר די דארטיגע biennial עירשאו

אין די טעג קומט פאר א עירשאו אין סינגאפאור, וואס דאס איז א צאמקום איין מאל אין צוויי יאר ביי וועלכע עירליינס און אנדערע אין די אוויאציע אינדוסטרי טרעפן זיך פאר סעילס געלעגנהייטן און אנדערע ביזנעס דיסקוסיעס. די עירשאו וועט זיך אנהייבן קומענדיגן דינסטאג און זיך ציען ביז א זונטאג דערויף.
דאס יאר האט כינע אפגעשיקט אהין פארצושטעלן די C919 עירקרעפט פראדורצירט דורך איר קאמפאני COMAC. און מ'האט שוין נעכטן געזעהן דעם פרישן פייגל פליען אין די הימלען ארום די סינגאפורער לופטפעלד צו חזר'ן פאר די בחינה.
די C919 איז געבויעט אויף א פארנעם צו זיין א קאמפעטישן קעגן די גרעסערע שארט-האול פליגערס, ווי די B73M און די A32N. אויסער די כינעזע עירליינס האט קיינער נישט געמאלדן אינטערעסע אין באשטעלן די פראדוקטן פון די COMAC קאמפאני, אבער אפשר נאך די שאו וועלן עס אנדערע יא אין באטראכט נעמען.
גראדע האט איין עירליין יא געזאגט אז זי וועט באשטעלן די C919, דאס איז א עירליין לעצטנס געגרינדעט אין די דיקטאטוריש לענדל Brunei. אין א גענצליכע אנרילעיטעד צופאל איז די גרינדער פון דעם עירליין א כינעזישע בירגער...

#קאומעק
#C919

C919.jpg
C919.jpg (98.96 KiB) געזען 1297 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

קו ירוק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:09 pm
אבימלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 9:32 am
א ערענסטע זיכערהייט אינצידענט האט פאסירט היינט אויף א אל-על פלייט פון טיילאנד קיין בן גוריון לופטפעלד, פיינטליכע עלעמענטן האבן פראבירט איבערצונעמען דעם פליגערס קאמיוניקאציע סיסטעם און עס אוועקדרייען פון איר דעסטינאציע אין אן אנדער ריכטונג. דער עראפלאן האט דערגרייכט איר דעסטינאציע און האט געלאנדעט בשלום מיט 250 פאסאזשירן און שטאב מיטגלידער.
די איבערנעמען פרואוו איז פארגעקומען ווען דער עראפלאן איז דורכגעגאנגען איבער א שטח וואו די הוטי רעבעלן זענען אקטיוו.
IMG_3346.jpeg
די פילאט איז דאך אינעם קאקפיט פאר א סיבה, ער קען עניטיים אויסלעשן די אוטא-פילאט און אליינס פירען די פליגער, העקערס זענענן שטערקער פונעם פילאט'ס פיזישע קאמענד'ס?!
קאמיוניקאציע מיינט רעדיאו. נישט נעוויגעישן. ווי איך פארשטיי האבן זיי זיך פארגעשטעלט ווי די קאנטראלערס און פרויבירט צו געבן פאלשע אינפאו. פאר א פיילעט איז אזא זאך זייער אויפפאלענד און מ׳כאפט גלייך אז איינער שפילט מיט די ראדיאו.

יעדער קען זיך קויפן א ראדיאו און אריינרעדן! אבער… די ריספאנס פאר אזא פארלעץ איז א שטראף למען ילמדו. דאס איז עפעס וואס יעדע לאנד גייט עד הסוף צו באשטראפן.

היינטיגע ערליינס קענען רופן צו זייער קאמפאני הויפקוואטיר אויפן טעלעפאון (סעטעלייט) אויב מאכט זיך סיי וועלכע אישו מיט די ראדיאו. ווי אויך האבן זיי א אינטערנעל מעסעדש סיסטעם. דער מעסעדש סיסטעם איז שוין געוען אין די צייטן פון 9/11
דאס איז נישט עפעס וואס די הוטיס קען זיך אריינמישן.

נישט לאנג צוריק האט א עכטע קאנטראלער געכאפט א סטראוק, און אנגעהויבן געבן פאני אינסטראקשנס. ס׳האט גענומען זייער שנעל פאר די פיילאטן צו כאפן אז זי רעדט נישט צום דבר.
ס׳איז דא העווי טרענונג פאר די סארט סינעריאוס.

דאס איז זיכער אז קיינער קען נישט קאנטראלירן דעם פליגער פון אינדרויסן. די auto pilot איז נישט רימאוט קאנטראלד אויף קיין שום וועג.
דאס יא, אז די פליגער שיקט א באריכט צום הויפקוואטיר וואס טוהט זיך אויב עפעס גייט נישט גלאטיג.

ס׳איז אפילו דא א מהלך צו ליסן די ענדשין׳ס פון ראולס ראולס מיט די אפציע אז מען באצאלט נאר לויט די שעה׳ן וואס מ׳ניצט עס, און די פירמע האט א שטאב וואס מאניטארד די ענדשין׳ס לייוו א גאנצע צייט. צומאל קענען זיי אויפכאפן א פראבלעם נאך פאר די פיילעטס ווייסן דערפון!

געוויסע פליגערס קען מען האבן די אויסוואל אויב ס׳זאל האבן GE ענדשינס אדער ראולס ראוס.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

קאוויד סטארטאפ Breeze באנייט איר פרישע hub אין ניו יארק
די עירליין וועט סערווירן די סטוארט עירפארט מיט פלייטס פון\צו ארלאנדא און טשארלסטאן

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג האבן די ניו יארקע הימלען אויפגענומען נייע געסט. דאס זענען די פליגערס פון די Breeze עירוועיס, א לופטליניע וועלכע האט זיך געגרינדעט אין קאוויד און גייט שטארק ביז היינט. די עירליין איז געגרינדעט געווארן דורך David Neeleman, א ביזנעס מאן וואס האט שוין געמישט די טאפ אין עטליכע אנדערע סוקסעספול עירליינס אריינגערעכנט דזשעטבלו, וועסטדזשעט (קאנאדע) און Azul (בראזיל).
די ביזנעס מאדעל פון די עירליין איז צו זיין א לאו-קאסט-קעריער מיט פוינט-טו-פוינט סערוויס. די עירליין האט שוין היינט גאנץ א פארצווייגטע נעטווארק פון רוטס, סערווירנדיג דעסטינאציעס איבערן גאנצן לאנד. זייער פלאטע באשטייט אמערסטנס פון די געשמאקע אייגנארטיגע A220 פליגערס.
די יעצטיגע איינשווערונג צו סטוארט עירפארט איז אייגנטליך די דריטע פאר א ניו יארקע לופטפעלד, ווייל Breeze האט שוין א פעסטע פיס אין די לאנג איילענד Islip און די וועסטשעסטער/ווייט פלעינס עירפארטס מיט סערוויס צו עירפארטס לענגאויס די איסט קאוסט.
די עירליין פלאגט זיך פינאנציעל מיט שווערערע quarterly (וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?) פארלוסטן ווי פאראויסגעשאצט, אבער דערווייל גייען זיי אן מיטן זיך פארשפרייטן ווייטער צו פרישע מארקעטס.

#Breeze
#A220
#SWF
#HPN
#ISP

א A220 פון די עירליין
breeze.jpg
breeze.jpg (298.09 KiB) געזען 985 מאל
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

לופטהאנזא פליגער מאכט עמערדזשענסי לאנדונג נאך וואס קא-פילאט הייבט אן שפירן שלעכט אונטערוועגנס
די פליגער איז געפארן ווייטער צו איר דעסטינאציע נאכן זיך אויפהאלטן א וויילע אין מאדריד

א לופטהאנזא פליגער איז געווען אויפן וועג פון פראנקפורט קיין Seville אין שפאניע, ווען די קא-פילאט האט פלוצלינג אנגעהויבן שפירן גאר שלעכט. די פילאט האט אינפארמירט טראפיק קאנטראלערס איבער די עמערדזשענסי און פארלאנגט צו לאנדן אין מאדריד, שפאניע וואס איז געווען די נענטסטע אפציע.
ס'איז נישט קלאר די פונקטליכע אורזאך פונעם קא-פילאטס פלוצים'דיגע אוועקפאל, אבער מעדיקאל פערסאנעל אין מאדריד האבן אים אפגעווארט און אוועקגעפירט פאר באהאנדלונגען ווי נאר מ'האט געלאנדעט.
די פליגער האט זיך אויפגעהאלטן פאר עטליכע שעה ביז אלעס איז געווארן ארלעדיגט און עווענטועל געמאכט איר וועג צו איר דעסטינאציע בשלום.

#לופטהאנזא
#FRA
#SCQ
#MAD

די עירפארט אין מאדריד, שפאניע
MAD.jpg
MAD.jpg (398.13 KiB) געזען 949 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:34 pm

די עירליין פלאגט זיך פינאנציעל מיט שווערערע quarterly (וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?) פארלוסטן ווי פאראויסגעשאצט, אבער דערווייל גייען זיי אן מיטן זיך פארשפרייטן ווייטער צו פרישע מארקעטס.

קווארטלען אדער יאר פערטלען (פינאנציעל)
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות

we protest!
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

צוויי בעלי מחלוקה וואס האבן געווארפן פויסטן אויף א סאוטוועסט פליגער, ווערן פראצעסירט בכל חומר הדין
די FAA פארלאנגט די העכסטע געלט שטראף מעגליך לויטן געזעץ

ווידיאוס האבן צירקולירט פאריגע וואך ווי צוויי מענער אויף א סאוטוועסט פליגער שלאגן זיך ארום אויף א ווילדן אופן, און צושויער האבן געדארפט אינטעווינירן זיי פיזיש אפצוטיילן כדי איינצושטילן די געמיטער.
מ'האט נישט באקאנט געמאכט די אורזאך פון די קריגעריי אויף די פליגער וואס איז געפארן צווישן קאליפארניע און האוואאי, אבער נאך וואס מ'האט געברענגט די מצב אונטער קאנטראל איז די פליגער ווייטער געפארן רואיג צו די דעסטינאציע אן קיין ווייטערדיגע אינצידענטן.
ביים לאנדן, האבן ארטיגע פאליציי פארהאלטן די פארשוינען פאר אויספארשונגען, אבער קיין ארעסטן האבן זיי נישט געקענט דורכפירן, צוליב דעם וואס ס'איז נישט געווען אין זייער יוריסדיקציע.
אין רעאקציע צו די אינצידענט האט די FAA געמאלדן אז זיי וועלן פארלאנגן צו אינפארסירן די שטרענגסטע געזעצן מעגליך אנטקעגן די צוויי מחרחרי ריב, וואס דאס מיינט ארויפלייגן די מאקסימום געלט שטראף פון $37,000 פער פייטער.
די FAA האט אין די לעצטערע יארן באקומען א ברייטערע כח צו באשטראפן פאסאדזשירן וואס ווילדעווען אויף פליגערס, אין ליכט פון די אויפשטייג אין פאסירונגען אין די קאוויד תקופה, ווען רייבערייען איבער מאסקעס, BLM און לאנדס-פאליטיק זענען אפט ארויס פון קאנטראל.

#סאוטוועסט
#OAK
#KOA
#FAA

א הומאריסטישע אנאנס פון די FAA פאריגן האלאווין חגא פאר א פארשטעלאכץ אויף די מארקעט
FAA.jpg
FAA.jpg (353.59 KiB) געזען 859 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:11 pm
רוממה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:34 pm

די עירליין פלאגט זיך פינאנציעל מיט שווערערע quarterly (וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?) פארלוסטן ווי פאראויסגעשאצט, אבער דערווייל גייען זיי אן מיטן זיך פארשפרייטן ווייטער צו פרישע מארקעטס.
קווארטלען אדער יאר פערטלען (פינאנציעל)
קווארטלען און יאר פערטלען קענען איבערטייטשן quarter, איך זוך א ווארט פאר "quarterly"
פערטליכע? הערט זיך נישט ריכטיג
וועט מען בלייבן ביי די ענגלישע ווארט
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:28 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:11 pm
רוממה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:34 pm

די עירליין פלאגט זיך פינאנציעל מיט שווערערע quarterly (וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?) פארלוסטן ווי פאראויסגעשאצט, אבער דערווייל גייען זיי אן מיטן זיך פארשפרייטן ווייטער צו פרישע מארקעטס.
קווארטלען אדער יאר פערטלען (פינאנציעל)
קווארטלען און יאר פערטלען קענען איבערטייטשן quarter, איך זוך א ווארט פאר "quarterly"
פערטליכע? הערט זיך נישט ריכטיג
וועט מען בלייבן ביי די ענגלישע ווארט
viewtopic.php?t=303
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות

we protest!
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

עירליינס סטראשען זיך ארויסצוציען פון דובלין לופטפעלד אויב פאסאדזשיר cap ווערט נישט געהויבן
באאמטע געפינען זיך אין שווערע דילעמא ווערנדיג צודריקט פון פרעשור דורך ביידע זייטן

שוין א לאנגע צייט וואס עירליינס שרייען אז די צענטראלע עירפארט אין איירלאנד'ס הויפשטאט דובלין איז שוין אויסגעוואקסן אירע שיך און דארף זיך פארברייטערן, אבער לויט די יעצטיגע רעגולאציעס שטייט די יערליכע cap ביי 32 מיליאן פאסאדזשירן, וואס ערלויבט נישט פאר עירליינס צו אויסברייטערן אפעראציעס.
די די עירפארט פארוואלטונג קען ארויפציען א 25 פראצענטיגע העכערונג צו 40 מיליאן, אבער שכנים ארום די עירפארט פראטעסטירן מיט טענות אז ס'וועט קומען אויפן חשבון פון זייערע אויערן צוליב די פארמערטע נויז. אזוי אויך טוען ענווייראמענטאלע אקטיוויסטן פירן א קאמף קעגן פארברייטערונגס פלענער.
די צד שכנגד ווייזט אן, אז הייבן די קאפאציטעט וועט גיין אנטקעגן די פרינציפן וואס די לופטפעלד זעלבסט האט אראפגעשטעלט אין צוזאמהאנג מיט נויז-קאנטראל און ענווייראמענט אנגעלעגנהייטן.
זייענדיג צודריקט צווישן האמער און נאגל, האבן די עירפארט עקזעקיוטיווס זיך נישט געאיילט צו מאכן א החלטה אויף דעם נושא, און געשטופט די טעקע צום הונטערשטן חלק אין די פייל קעבינעט.
אבער יעצט האבן עירליינס אנגעהויבן מאכן א ויצעקו אז מער קען מען אזוי נישט ארבעטן, און אויב די עירפארט קומט נישט מיט קיין החלטה צו גיין ברייטער, וועלן זיי איינשרינקן אפעראציעס פון דארט און גיין זוכן בעסערע אלטערנאטיוון וואו מ'קען זיך פארברייטערן געהעריג.
אזעלכע ווערטער האט מען געהערט פון די A4A גרופע, וועלכע איז א פאראיין וואס פארטרעט די געמיינזאמע ביזנעס אינטערעסן פון די גרויסע אמעריקאנע עירליינס דעלטא, אמעריקן און יונייטעד, אויך זענען אנגעשלאסן אין די פארייאן די אמעריקאנע סחורה-טרעגער פעדעקס און UPS.
אויך איירלאנדס הויפט עירליין Aer Lingus האט געסטראשעט אייניג, אנווייזנדיג אז אויב ציען זיי זיך ארויס פון דובלין וועט עס זיין א שטארקע קלאפ פאר די לאקאלע עקענאמיע, ווייל טויזנטע דובלינער זענען איינגעשטעלט ביי אויף פארשידענע פאזיציעס אינערהאלב דובלין עירפארט.
דארף מען זעהן צו די דארטיגע חברה וועלן זיך כאפן אז א אפגעשוואכע עקענאמיע איז ערגער וואו אפגעשוואכטע אויערן...

#DUB
#Aer_Lingus

טערמינאל 2 אין די דובלין לופטפעלד
DUB.jpg
DUB.jpg (62.31 KiB) געזען 559 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
עלעקטריק טעיפ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:34 pm
קאוויד סטארטאפ Breeze באנייט איר פרישע hub אין ניו יארק
די עירליין וועט סערווירן די ווייט-פלעינס\וועסטשעסטער עירפארט מיט פלייטס פון\צו ארלאנדא און טשארלסטאן

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג האבן די ניו יארקע הימלען אויפגענומען נייע געסט. דאס זענען די פליגערס פון די Breeze עירוועיס, א לופטליניע וועלכע האט זיך געגרינדעט אין קאוויד און גייט שטארק ביז היינט. די עירליין איז געגרינדעט געווארן דורך David Neeleman, א ביזנעס מאן וואס האט שוין געמישט די טאפ אין עטליכע אנדערע סוקסעספול עירליינס אריינגערעכנט דזשעטבלו, וועסטדזשעט (קאנאדע) און Azul (בראזיל).
די ביזנעס מאדעל פון די עירליין איז צו זיין א לאו-קאסט-קעריער מיט פוינט-טו-פוינט סערוויס. די עירליין האט שוין היינט גאנץ א פארצווייגטע נעטווארק פון רוטס, סערווירנדיג דעסטינאציעס איבערן גאנצן לאנד. זייער פלאטע באשטייט אמערסטנס פון די געשמאקע אייגנארטיגע A220 פליגערס.
די יעצטיגע איינשווערונג צו HPN עירפארט איז אייגנטליך די צווייטע פאר א ניו יארקע לופטפעלד, ווייל Breeze האט שוין א פעסטע פיס אין די לאנג איילענד Islip עירפארט, מיט סערוויס צו עירפארטס לענגאויס די איסט קאוסט.
די עירליין פלאגט זיך פינאנציעל מיט שווערערע quarterly (וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?) פארלוסטן ווי פאראויסגעשאצט, אבער דערווייל גייען זיי אן מיטן זיך פארשפרייטן ווייטער צו פרישע מארקעטס.

#Breeze
#A220
#HPN
#ISP

א A220 פון די עירליין
breeze.jpg
די פליגער אין די בילד קוקט אויס ווי א e190, ניין?
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

עלעקטריק טעיפ האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:47 pm
רוממה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:34 pm

א A220 פון די עירליין
breeze.jpg
די פליגער אין די בילד קוקט אויס ווי א e190, ניין?
ששש...
יא, ס'א 190 (אפילו די רעגיסטרעישן האט די 190 דידזשיטס)
והוא רחום יכפר...
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
עלעקטריק טעיפ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:50 pm
עלעקטריק טעיפ האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:47 pm
רוממה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:34 pm

א A220 פון די עירליין
breeze.jpg
די פליגער אין די בילד קוקט אויס ווי א e190, ניין?
ששש...
יא, ס'א 190 (אפילו די רעגיסטרעישן האט די 190 דידזשיטס)
והוא רחום יכפר...
Here we go
אטעטשמענטס
684792_1703513772-transformed.jpeg
684792_1703513772-transformed.jpeg (46.73 KiB) געזען 386 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”