די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

א גוט יאר מיין חשוב'ע מלמד קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שווערע ארבעט וואס די האסט אריינגעלייגט אין מיר, נאך עד היום בין איך דיר מכיר טובה פאר די הייליגע ארבעט וואס די האסט געטון פאר מיר, און פאר די גאנצע כיתה,
אבער דאך מלמד טייערע איז דא עטליכע שאלות וואס די האסט מיר געפרעגט, און איך האב דיר נאך נישט געענטפערט,
און איך מיין אז עס איז שוין צייט איך זאל דיר זאגן וואס איך האב דעמאלטס געוואלט ענטפערן,
איי וועסטו פרעגן פארוואס איך האב דיר נישט געענטפערט דעמאלטס אויפן פלאץ?
די תי' איז וועגן איך האב דיר נישט געקענט ענטפערן
איינס: וועגן די האסט נישט ערווארטעט קיין תי'
צוויי: וועגן אויב וואלט איך דאן גענטפערט וואלסטו געזאגט (מיט א שטרענגע געזיכט) ווי פאלגענד: ענטפער מיך נישט......,
זיי נישט קיין מחוצף,
ממילא האב איך דאן געשוויגן, איך מיין אבער נאך אזויפיל יארן איז עס שוין נישט קיין חוצפה, אויב יא בעט איך דיר איבער מעיקרא,
סאו וואס האסטו געפרעגט?
אני הקטן:רבי איך האב פארגעסן צו ברענגען מיין שמות חומש,
מלמד:דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן?
איז לאמיר דיר ענטפערן אויף דעם,
ביי די צוויי יאר ווען איך האב די לעצטע מאל געטראגן א סטרעטשי האט מיר מיין מאמע אנגעטוהן א הויזן, די זעלבע זאך ווי יעדע מענטש אויפן כדור העולם, זייט דעמאלסט טוה איך אן א הויזן יעדע איינציגע טאג עד היום, ממילא אפילו עס קען זיין אז א חומש דארף זיין די זעלבע וויכטיג ווי א הויזן, אבער פארט א חומש ברענגט מען נאר פינף מאל א יאר ניין? פארשטאנען?
אני הקטן: רבי איך האב פארגעסן צו ברענגען מיין ויקרא חומש,
מלמד: אלעמאל פארגעסטו דיין ריסעס האסטו אויך פארגעסן?
תי' : יא כ'האב דעיס אויך פארגעסן, פאלט דיר נישט ביי ? (ווי אויך די פריערדיגע תי' איז שייך דא,)
מלמד: פארוואס ביסטו געקומען שפעט היינט?
אני הקטן: איך האב פארפאסט די באס,
מלמד:די טאג פונעם טריפ וואלסטו אויך פארפאסט די באס?
תי': די ווייסט באמת נישט קיין חילוק צווישן א טאג פון א טריפ אין א געווענליכע טאג?
חז''ל זאגן שוין אז תלמוד תורה צריך חיזוק בכל יום, פארוואס ? פשוט ווייל א זאך וואס מ'טוט יעדן טאג דארף מען אסאך חיזוק,
ועוד יותר אויב דיין טענה איז אז א טאג פון לערנען דארף מיר אינטערעסירן פונקט אזויווי א טאג פון א טריפ, זאלט איר מיר אנטשולדיגן אז אויב עס איז נישט אזוי, איז דאס נישט מיין פראבלעם, נאר דיין מאך זיכער אז די לערנען זאל זיין אזוי אינטערעסאנט ווי א טריפ וועל איך נישט פארפאסן די באס קיין איין טאג,
מלמד: פארוואס ביסטו געגאנגען שלאפן שפעט?
מלמד: פארוואס האסטו נישט געגעסן קיין פרישטאג?
תי': לויט ווי ברוגז די ביסט געווארן אויף דעם קליינעם חטא מיינע, קוקט אויס ווי די ביזט גאנץ ווייניג געשלאפן היינט, אדער נישט געגעסן קיין פרישטאג, אדער ביידע,
מלמד: פארוואס האסטו אראפגעווארפן די טישא אויפן פלאר אינדערהיים טוסטו אויך אזוי?
תי':ניין אבער ביי אונז אינדערהיים איז דא א געסקרעיפטע פלאר אדער טיילס משא''כ קוק וויאזוי די פלאר דא קוקט אויס,
מלמד: וואס מיינסטו גייט אויסוואקסן פון דיר ?
איין הייליגע באשעפער ווייסט
הצלחה ברכה ביטע לייקן ייש'כ
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

גוט!

כ'האף אז מיט דעם האסטו שוין ארויסגעגעבן דיין גאנצע @ווייטאג ...
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

אסאך הוממאר ליגט באהאלטן אינטער די @ווייטאג
לעצט פארראכטן דורך טעוועליך אום מיטוואך יוני 19, 2024 6:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

😂😂😂
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
גריק יאגורט
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:50 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריק יאגורט »

רעד מיר נישט איין אז שמירת עינים און ברוקלין איז גרינג אבער אפי' סנישט גרינג קען איך נאך אלץ מיטן אייבערשטענס הילף
אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

פיין פיין

כ'מיין אונז האמיר געלערנט ביים זעלבן מלמד...
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה . // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס )
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

און חשובע מלמד במחילת כבודך. ווייסמער אויך אז צו זיין א מלמד ברויך הערשן דיסציפלין און רעספעקט, אבער דעי קלינגעדיגע מכות ווען כ'האב בטעות געזאגט "די" אנשטאט "דער רעבע" איז נישט געווען קיין חינוך, נישט קיין מצוה, און גארנישט אויפגעטון.

וכן אייער טיש איז טאקע מוקצה (מחמת מיאוס?) אבער ווען די לאזט איבער קאלירפולע צעטלעך נעמען מיט פינטלעך דערנעבן, האסטעך אויך געוויסט איך גייעס גיין קוקן. וואס דיין אטאקע דערנאך איז געווען פארשטיי איך נישט עד היום
🌻 🌻 🌻
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

😂😂😂
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

אריין אין טעראפי אשכול.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 5:53 pm
מלמד: פארוואס ביסטו געגאנגען שלאפן שפעט?
מלמד: פארוואס האסטו נישט געגעסן קיין פרישטאג?

תי': לויט ווי ברוגז די ביסט געווארן אויף דעם קליינעם חטא מיינע, קוקט אויס ווי די ביזט גאנץ ווייניג געשלאפן היינט, אדער נישט געגעסן קיין פרישטאג, אדער ביידע,
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

איין ארטיקל זאפטיגער פון צווייטן...
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

Sunflower האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 8:38 pm
און חשובע מלמד במחילת כבודך. ווייסמער אויך אז צו זיין א מלמד ברויך הערשן דיסציפלין און רעספעקט, אבער דעי קלינגעדיגע מכות ווען כ'האב בטעות געזאגט "די" אנשטאט "דער רעבע" איז נישט געווען קיין חינוך, נישט קיין מצוה, און גארנישט אויפגעטון.

וכן אייער טיש איז טאקע מוקצה (מחמת מיאוס?) אבער ווען די לאזט איבער קאלירפולע צעטלעך נעמען מיט פינטלעך דערנעבן, האסטעך אויך געוויסט איך גייעס גיין קוקן. וואס דיין אטאקע דערנאך איז געווען פארשטיי איך נישט עד היום
און פארוואס ער האט געטראכט אז איך גיי אים נאך אמאל דאנקן פאר דעי מכות איז אומפארשטענדליך עד היום הזה.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די ביטערע מציאות איז אז מלמדים זענען זייער אפט נישט די מערסט פערשטענדליכסטע בתוכנו, מילד גערעדט. ס'זענען דא וועלכע האבן יא א פארשטאנד מיט א גוטע צוגאנג צו משפיע זיין אויף די קינדער. אנדערע האבן א שטארקע געפיל דערצו און מיינען עכ"פ דאס בעסטע. אבער אסאך אנדערע טיען די ארבעט כמי שכפאו שד, און ווייסן נישט בחייכון וביומיכון.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

דריידל האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:02 pm
די ביטערע מציאות איז אז מלמדים זענען זייער אפט נישט די מערסט פערשטענדליכסטע בתוכנו, מילד גערעדט. ס'זענען דא וועלכע האבן יא א פארשטאנד מיט א גוטע צוגאנג צו משפיע זיין אויף די קינדער. אנדערע האבן א שטארקע געפיל דערצו און מיינען עכ"פ דאס בעסטע. אבער אסאך אנדערע טיען די ארבעט כמי שכפאו שד, און ווייסן נישט בחייכון וביומיכון.
מיט איינגעהאלטענקייט איך וויל נישט מיינע ארטיקלען אין גארבידזש ביטע
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

ביסט כאטש מוחל דיין רבי ?
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

@ווייטאג ביסט אזוי גוט!!!

איך מיין אלע, נישט נאר די.
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

כ'גלייב נישט אז די טראגסט נאך ווייטאג פון יענע יארן...
בדרך אגב איך וויל מיין "רבי" זאל מיך ענטפערן אסאך מער אומפארענטפערטע שאלות וואס באדערט מיך נאך ביז היינט...
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:12 pm

למעשה די ווייטאג האט געברענגט א שיינע ארטיקל

ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:49 pm

הערליך איז נישט דאס ווארט!
קיפ איט אפ!

ארטיסטיש האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:01 am
ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:49 pm
ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:12 pm
כ'גלייב נישט אז די טראגסט נאך ווייטאג פון יענע יארן...
בדרך אגב איך וויל מיין "רבי" זאל מיך ענטפערן אסאך מער אומפארענטפערטע שאלות וואס באדערט מיך נאך ביז היינט...
למעשה די ווייטאג האט געברענגט א שיינע ארטיקל
הערליך איז נישט דאס ווארט!
קיפ איט אפ!
שכח פארן קאמפלימענט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6628
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: די תירוצים אויף די אומגעטפערטע שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:12 pm
בדרך אגב איך וויל מיין "רבי" זאל מיך ענטפערן אסאך מער אומפארענטפערטע שאלות וואס באדערט מיך נאך ביז היינט...
ביטע אויסרעכענען אין דיטעיל...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”