בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

טבת תש''ע
*****************
עוד ישמע בערי יהודה........
אונזער חתן בערי שטורעמט אריין אין זאל מיטן גאנצן אימפעט, אלעס זעהט אויס ממש באמינג!!!
פונקט ווי בערי האט זיך פארגעגרייט פאר די לעצטע פאר חדשים, די שטריימל א פראכט און א הידור אפי' אין די פיאות האט בערי היינט נאך די מקוה אריינגעלייגט א גרויסע עבודה,
די אפ טו דעיט זינגער און שפילער איי ס'קומט א חתונה, בערי האט געלאזט זיין גארטל אין יחוד שטיבל, ס'דאך סתם א פעין אין די נעק בשעת'ן טאנצן,
ביי צווייטע טאנץ זענען בעריס פרענד'ס אנגעקומען איי וויי וויי ס'האט געראקט
די שטריימל האט מען תיכף באזייטיגט געפענט די בעקישע און זיך געהויבן און די לופטן , בערי האט זיך שוין אויסגענומען מיטן זינגער אז יש תקוה (געדנקסט נאך ?) דאס גייט זיין די היט פון די חתונה נישט קיין חילוק זאל זיין וואס זאל זיין, אפי' אויב ביידע מחותנים וועלן קומען מוחה זיין טאר מען זיי נישט אויסהערן וואס פארשטייט דען די אלטע דורות,

טבת תשע''א
*****************
צו די ערשטע ענעווערסעטי גרייט זיך בערי צום וואכנאכט פון זיין נייע אינגעלע,
בערי איז שוין היינט א רייסער, לכל הדיעות,
ער האט שוין עקסטשעינדזשד אלע זיינע חתונה העמדער צו שיינע נייע לינקס אויף רעכטס (ווי שטייט דען אין שו''ע אז מ'טאר נישט), א זדשאב איז ער טאקע נישט אזוי געסעטעלט אבער יו נאו זיין ווייבס זדשאב קאווערט נאך זיין סובעירבאן מיט לייטס דערויף, יעצט האבענדיג א בעבי וועט ער שוין האבן אפילו וועמען אריינצולייגן אין די בעק פון די קאר,
איי די וואכנאכט איז דארטן געווען צו בריקעווען טפח על טפח שטיקער בשר ס'געגאנגען א רויעך,

טבת תשע''ט
*****************
בערי איז שוין היינט א פעסטן חברה'מאן, ממש ווי אחד מן הגדולים,
זיין שיעור פיאות איז א פערטל פון וואס ס'איז געווען ביי זיין חתונה, זיין הוט נעמט ער נאר ארויס ביי משפחה, אלטמאדישע סטייל שמחות, ווייל ביי שחרית האט מען דאך א טלית מנחה דאווענט מען ביי די ארבעט (אויב ער האט פונקט א זדשאב), מעריב איז סייווי אינדערהיים,
איין פראבלעם האט זיך בערי לעצטנס אנגעשטויסן , זיין קליינעם מענדי,
מענדי איז קוים א אכט יעריגע אינגל און ער טיילט אין שוין איין וואס צו טוהן,
ביז היינט איז בערי געווען צוגעוואוינט אנצוקומען אין שוהל שבת צופרי בערך ביי קריאת התורה, אנגעקומען מיט זיין טיש בעקיטשע זיך געזעצט אין די בעק,געדאווענט שחרית מוסף און על כן ברך איז געווען תיכף נאך כתר,
זיין מענדי מאכט אים פראבלעמען ער קומט אים אויפוועקן שוין ניין דרייסיג פארטאגס, אז: טאטי מ'גייט שוין דאווענען, וואס וויל ער פון מיר ? איך בין דאך אויסגעמוטשעט פון א גאנצע וואך ארבעטן, חוץ פון דעם וואס זאל איך טוהן דארטן פון נשמת?
בערי האט באשלאסן צו נעמען שריט,
ער האט אנגעהויבן ליצנות טרייבן פון מענדיס פרומקייטן, מאכנדיג זיכער אז מענדי ווערט נישט פארכאפט מיט די ''פארטאגס דאווענען'' אידן,
ווען מענדי האט געוואלט קויפן א נייע קאפל, איז בערי מיטגעגאנגען אין סטאר זיכער מאכן אז מענדי בלייבט אויסקוקן שיין, נישט ווי די פאנאטישע אינגלעך אין מענדיס קלאס,

טבת תשפ''ד
*****************
היינט איז מענדיס בר מצוה אוי ס'געווען א מצב, בערי האט כמעט פארגעסן צו לאדענען זיין משפחה, צענדליגער פרענד'ס זענען פערסאנעלי זיך געקומען ענזשויען ביי דעם מעגא איווענט בערי איז לכל הדיעות פיינע נייעס,
היות מענדי האט געלערנט אין א חדר וואס האט נישט געהאט קיין ישיבה, האט בערי געוואוסט אז תיכף נאך די בר מצוה גייט ער איינשרייבן מענדי אין עטליכע ישיבות,
צו מזל זיין מענדי האט שוין פיינעלי אפגעלאזט אלע זיינע פרומקייטן אבער אין ישיבה דארף מען דאך גיין,
מענדי האט געוואוסט אז ס'דא אסאך מאל שוועריקייטן צו אנקומען אין ישיבות, ספעשעלי ווען מענדיס מלמדים האבן נישט געהאט די בעסטע גריסן אויף מענדי, וועגן דעם האט בערי איינגעשריבן גענוג פרי, אזוי אויך און אסאך פלעצער אזוי וועט פאר שאאר עפעס זיך אויסארבעטן ,

שבט תשפ''ד
*****************
ווען בערי האט ערהאלטן אויף די פאסט די פערדע לא נתקבל איז בערי געווארן אנגעצויגן,
בערי האט דעסיידעט איך גיי נעמען די זאך אין די הענט אריין בערי רופט אן די ראש הישיבה און בעט זיך ביי אים אז ער וויל האבן א פערזענלעכע מיטינג,
בערי האט דוקא אויסגעקליבן יענע ספעציפישע ר''י, וואוסענדיג אז יענער איז גאר א ווארעמע מענטש וואס וועט אים נישט סתם אזוי אפפאטשן ,
די נעקסטע וואך האט בערי ארויסגענומען זיין הוט פון קלאזעט און געגאנגען צום מיטינג מיטן ר''י,
בערי פרעגט דעם ר''י היתכן איך האב באקומען א לא נתקבל ?וואס האב איך נישט געטון ריכטיג?
די ר''י קוקט אים אן מיט צוויי ווארעמע אויגן, אבער מיט א שארפע בליק, און זאגט אים: אנטשולדיג אבער די ביסט געקומען צו שפעט,
בערי עפענט צוויי ריזיגע אויגן און פרעגט: איך? שפעט סדאך קוים חודש שבט?
די ר''י קוקט און זאגט : שבט איז נישט די צייט צו אנהייבן זוכן א ישיבה חודש טבת האסטו געדארפט אנהייבן,
בערי טענה'עט :אבער איך האב שוין טבת אריינגעשיקט די אפלעקעשאן
ניין זאגט די ר''י איך מיין נישט טבת תשפ''ד איך מיין:

טבת תש''ע
!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
טייערע אידן צו די סיסטעם אין ישיבות איז נארמאל אדער נישט, דאס איז א שמועס פאר זיך, וואס איך וויל נישט יעצט אריינגיין, אבער אנהייבן זוכן א ישיבה פאר דיין אינגעלע הייבט זיך נישט אן ביי זיין בר מצוה, נאר אסאך פריער נאך אפי' פאר ער איז געבוירן, שוין ביי דיין שבע ברכות קענסטו זעהן צו טוהן פעילות אז די זאלסט מיטן אייבערשטענ'ס הילף נישט האבן קיין פראבלעמען,
און וויסן זאלסטו אז נישט האבן קיין פראבלעמען, איז אסאך גרינגער ווי צו יא האבן פראבלעמען אין דעלמאטס זיין פארנומען בארעדן ווי צודרייט די סיסטעם איז , הצלחה ברכה ,

(איך בעט נישט קיין לייקס ווייל ס'דא אידן וואס געבן נישט אויב מ'בעט ודי לחכימא ברמיזא)
גריק יאגורט
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:50 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריק יאגורט »

רעד מיר נישט איין אז שמירת עינים און ברוקלין איז גרינג אבער אפי' סנישט גרינג קען איך נאך אלץ מיטן אייבערשטענס הילף
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

געוואלדיג!!! איך געב מער לייקס ווען מען בעט. באמת וואלט מען נישט געדארפט צו בעטן, יענע שרייבט, האסט הנאה געב א לייק, אבער אזוי זענען מיר.
אפשר זאלסטו שרייבן א מאמר אויף דעם, איך בין זיכער עס וועט באקומען אסאך לייקס, בעיקר פון די אלע שרייבערס וואס מען האט זיי נישט געלייקט זייערע שטיקלעך.....

אבער ביי דיך געבט מען טאקע אן בעטן, דיין פעדער איז איינס אין דער וועלט, איך זיך דיך נאך יעדן מאל, איך האב שטארק הנאה פון דיך.
אגב. איז דא א מעגליכקייט צו FOLLOWEN א ניק, באקטמען א מעלדונג יעדן מאל וואס ער לייגט ארויס א תגובה?
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

יאפס!
צום פינטל!
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
ורחץ
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ורחץ »

שוין לאנג נישט געליינט אזא אמת'דיגע און תוכן'פולע תגובה.
א לייק איז צו ווייניג פאר דעם.
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

אוי שרייבסטו פיין.
כ׳מיין אז מ׳זאל דאס פאָרליינען ביי די חתן שיעורים.
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

קלארערהייט האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:48 am
אגב. איז דא א מעגליכקייט צו FOLLOWEN א ניק, באקטמען א מעלדונג יעדן מאל וואס ער לייגט ארויס א תגובה?
תגובה. נישט,
אשכולות. יא,
שרייב דיר איין אין די אשכול וואס איז אנגעצייכנט אין @ווייטאג 'ס חתימה
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

זייער גוט אראפ געמאלן די רעאליטעט, פון א פראקטישער שטאנדפונקט

(הגם איך בין נישט אזוי זיכער עס איז למעשה טאקע אזוי, איך מיין אז ביי א ישיבה בחור קוקט מען שוין מער אויף די עצם סחורה און ווייניגער אויפן טאטן'ס התנהגות)

היות דער אשכול איז אבער אין דעת הקהל, קומט איצט א דיון צי די התנהגות איז גערעכט, צי עס דארף טאקע אזוי צו זיין. און דער ענטפער איז אוודאי אז ניין. א ת"ת און א ישיבה דארפן מחנך זיין קינדער, נישט עלטערן.

דאס איז בקצרה, באריכות קענסטו זעהן אין הונדערטער אשכולות איבער די נושא די טענות ומענות פון אלע צדדים.
ורחץ
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ורחץ »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:09 pm

עס איז כמעט אום מעגליך פאר ישיבה צו פייטן מיט די חינוך וואס די עלטערן האבן אריין געלייגט אינעם קינד פאר 13 יאר.

דעמאלט פייט נישט, חנוך לנער על פי דרכו
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

גוט גוט
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
ציץ
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 6:21 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציץ »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:17 pm
דעמאלט פייט נישט, חנוך לנער על פי דרכו
דרכו איז די מיטל אנצוקומען צום ציל, דא רעדט מען ער האט גאר אן אנדערע ציל.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

ורחץ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:13 pm
אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:09 pm
זייער גוט אראפ געמאלן די רעאליטעט, פון א פראקטישער שטאנדפונקט

(הגם איך בין נישט אזוי זיכער עס איז למעשה טאקע אזוי, איך מיין אז ביי א ישיבה בחור קוקט מען שוין מער אויף די עצם סחורה און ווייניגער אויפן טאטן'ס התנהגות)

היות דער אשכול איז אבער אין דעת הקהל, קומט איצט א דיון צי די התנהגות איז גערעכט, צי עס דארף טאקע אזוי צו זיין. און דער ענטפער איז אוודאי אז ניין. א ת"ת און א ישיבה דארפן מחנך זיין קינדער, נישט עלטערן.

דאס איז בקצרה, באריכות קענסטו זעהן אין הונדערטער אשכולות איבער די נושא די טענות ומענות פון אלע צדדים.
עס איז כמעט אום מעגליך פאר ישיבה צו פייטן מיט די חינוך וואס די עלטערן האבן אריין געלייגט אינעם קינד פאר 13 יאר.
פארוואס קען מען נישט איינמאל פאר אלעמאל מודה זיין אז עס איז נישט דא one size fits all
כלל ישראך האט אלע מיני מענטשן און דארף האבן אלע מיני מוסדות התורה והחינוך.
סיי ת"ת. סיי מיידל סקולס. סיי ישיבות. סיי כוללים. סיי בתי מדרשים. סיי רבנים.
מ'מיז נישט פייטן יענעם אגאנצן טאג און אגאנץ לעבן.

יעדער קען זיך טרעפן זיין פלאץ.

יעצט איז די צייט.
כלל ישראל איז געניג גרויס. יעדער קען טרעפן "זיין" פלאץ דח בעסטע פאר אים צו מצליח זיין
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:09 pm
זייער גוט אראפ געמאלן די רעאליטעט, פון א פראקטישער שטאנדפונקט

(הגם איך בין נישט אזוי זיכער עס איז למעשה טאקע אזוי, איך מיין אז ביי א ישיבה בחור קוקט מען שוין מער אויף די עצם סחורה און ווייניגער אויפן טאטן'ס התנהגות)

היות דער אשכול איז אבער אין דעת הקהל, קומט איצט א דיון צי די התנהגות איז גערעכט, צי עס דארף טאקע אזוי צו זיין. און דער ענטפער איז אוודאי אז ניין. א ת"ת און א ישיבה דארפן מחנך זיין קינדער, נישט עלטערן.

דאס איז בקצרה, באריכות קענסטו זעהן אין הונדערטער אשכולות איבער די נושא די טענות ומענות פון אלע צדדים.
היות איך בין ניי דא בין איך נישט אלעמאל קלאר ווי צו לייגן זאכן
אזוי אויך ווען אן ארטיקל איז גרייט און עס זעהט אויס גוט ווער איך זייער עקסייטעד עס ארויפצולייגן סאו סאיז מיר רשווער דעלמאטס צו זוכן די פינקליכע פלאץ
מענדלאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:13 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדלאוויטש »

פיינע נייעס א געוואלדיגע קלארקייט קיפ איט אפ !!!!
ורחץ
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ורחץ »

אפענע וועלט האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:27 pm
ורחץ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:13 pm
אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:09 pm
זייער גוט אראפ געמאלן די רעאליטעט, פון א פראקטישער שטאנדפונקט

(הגם איך בין נישט אזוי זיכער עס איז למעשה טאקע אזוי, איך מיין אז ביי א ישיבה בחור קוקט מען שוין מער אויף די עצם סחורה און ווייניגער אויפן טאטן'ס התנהגות)

היות דער אשכול איז אבער אין דעת הקהל, קומט איצט א דיון צי די התנהגות איז גערעכט, צי עס דארף טאקע אזוי צו זיין. און דער ענטפער איז אוודאי אז ניין. א ת"ת און א ישיבה דארפן מחנך זיין קינדער, נישט עלטערן.

דאס איז בקצרה, באריכות קענסטו זעהן אין הונדערטער אשכולות איבער די נושא די טענות ומענות פון אלע צדדים.
עס איז כמעט אום מעגליך פאר ישיבה צו פייטן מיט די חינוך וואס די עלטערן האבן אריין געלייגט אינעם קינד פאר 13 יאר.
פארוואס קען מען נישט איינמאל פאר אלעמאל מודה זיין אז עס איז נישט דא one size fits all
כלל ישראך האט אלע מיני מענטשן און דארף האבן אלע מיני מוסדות התורה והחינוך.
סיי ת"ת. סיי מיידל סקולס. סיי ישיבות. סיי כוללים. סיי בתי מדרשים. סיי רבנים.
מ'מיז נישט פייטן יענעם אגאנצן טאג און אגאנץ לעבן.

יעדער קען זיך טרעפן זיין פלאץ.

יעצט איז די צייט.
כלל ישראל איז געניג גרויס. יעדער קען טרעפן "זיין" פלאץ דח בעסטע פאר אים צו מצליח זיין
ערעב יוד, איר האט א גרויסע טעות, ס'איז אן ''אפענע וועלט'' ס'איז שוין היינט צוטאגס פארהאן אלע פלעצער פאר די סארט אויך, זיי גייען אפשר אנגעטוהן אנדערש, זיי געפונען זיך אפשר נישט אין די גרעניצן פון וומ''ס ב.פ. מאנסי וכדו' בערי זוכט פשוט אין די ,wראנג פלעצער.
און באמת האלט קיינער נישט אפ בערי'ן מיט זיינע חברים פון עפענען א קאסטאם מעיד ישיבה לויט זיין סטייל, אלא מאי פארוואס האבן זיי נאך נישט געעפנט?
די תשובה איז זייער שפוט, בערי ווייסט נאך אלץ נישט וואס זיין סטייל איז אדער וואס ער וויל, ער ווייסט דערווייל נאר וואס ער וויל נישט, ואידך פרישא זיל גמור...

אז איינער וויל נהנה זיין פון א געוויסע סיסטעם דארף ער פארשטיין אז דער סיסטעם קאסט א פרייז און אויב האסטו פאר יארן לאנג געהאלטן אז דו ביסט עקזעמט פון דעם, דארפסטו זיך פשוט אויף וועקן צום ריאליטעט.
מענדלאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:13 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדלאוויטש »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:09 pm
זייער גוט אראפ געמאלן די רעאליטעט, פון א פראקטישער שטאנדפונקט

(הגם איך בין נישט אזוי זיכער עס איז למעשה טאקע אזוי, איך מיין אז ביי א ישיבה בחור קוקט מען שוין מער אויף די עצם סחורה און ווייניגער אויפן טאטן'ס התנהגות)

היות דער אשכול איז אבער אין דעת הקהל, קומט איצט א דיון צי די התנהגות איז גערעכט, צי עס דארף טאקע אזוי צו זיין. און דער ענטפער איז אוודאי אז ניין. א ת"ת און א ישיבה דארפן מחנך זיין קינדער, נישט עלטערן.

דאס איז בקצרה, באריכות קענסטו זעהן אין הונדערטער אשכולות איבער די נושא די טענות ומענות פון אלע צדדים.
די ארטיקל ערווענט אויך וויאזוי די טאטעס התנהגות האט געהאט אן השפעה אויף זיין בחורל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זיעער אמת'דיג און ווייטאגליך.

אבער זאל קיינער נישט בויען אויף דעים קיין לימוד זכות אויף די רשעות'דיגע ישיבות וועלכע פייניגן עלטערן על לא דבר מיט ארומשלעפן און זיך ניטאמאל וויסענדיג מאכן ווען מ'שיקט אן אפליקעישן. ס'דרייען זיך ארום צענדליגע, אדער זאגאר הינדרעטע, עלטערן אן א קאפ, נישט וויסענדיג טאמער זייער בחור האט א ישיבה פארן קומענדיגע זמן. א בחור וואס איז נישט איינע פון די דריי: א מצוין ממש, טאטע האט געלט און איז גרייט אראפצולייגן אן אפוטיקי, אדער די טאטע איז א שיינענאיד וועלכע וועט ברענגן כבוד פאר די ישיבה, גייט מיט שבעה מדורי גיהנום.

ניין, א פריוואטע ישיבה איז קיינעם גארנישט שולדיג און מוז נישט אננעמען א בחור, מאיזה סיבה שהוא, אבער א מענטש מוז מען זיין און נישט מענה זיין דעם דין. ווילסט נישט אננעמען דעם בחור, שיק א לא נתקבל אין די פאסט אדער אימעיל, וועט די טאטע כאטש וויסן ווי מ'שטייט און איינשרייבן ערגעץ אנדערש. אבער סתם זיך נישט מאכן וויסענדיג, האט נישט קיין לימוד זכות.

איך פארשטיי פונעם פוה"א אז ער וויל ענטפערן פאר די וועלכע קאמפלעינען איבער די ישיבות וועלכע מאכן שוועריקייטן, אז די עלטערן זענען אליינס שולדיג. ס'איז אמת, אבער ס'איז אויך נישט אמת. ס'דא אסאך גוטע בחורים פון פיינע שטיבער וועלכע גייען דורך פיינפולע חדשים על לא עול בכפם, און דאס האט נישט קיין תירוץ.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

דריידל האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:04 pm

ריכטיג יעדעס ווארט איך בין בדוקא אוועגעשטאנען פון די גאנצע ישיבה נושא (הגם איך האב אסאך וואס צו שרייבן פון דעם אוך ) איך האב נאר געשריבן אז סדא אזא מציאות אז מזאל זיך אליינס שולדיג זיין און נאכדעם בארעד מען די סיסטעם
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

זייער א גוטע פעדער!
אביסל צי עקסטרעים אראפגעלייגט, קיינער טראכט נישט אז מ'רעדט פין איהם.
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:14 pm
זייער א גוטע פעדער!
אביסל צי עקסטרעים אראפגעלייגט, קיינער טראכט נישט אז מ'רעדט פין איהם.
געטראכט פון דעים אבער איך האב פארט נישט געוואלט אויסקוקן ווי די אידישקייט גליון ווייל דאן וואלט איך געאפט פאר יעדע פירצה וואס איך וואלט געשריבן אבער די נקודה בלייבט אויך אויף די וועג
פארשטייסט וואס איך מיין יא ?
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

ורחץ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:44 pm
אפענע וועלט האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:27 pm
ורחץ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:13 pm
אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:09 pm
זייער גוט אראפ געמאלן די רעאליטעט, פון א פראקטישער שטאנדפונקט

(הגם איך בין נישט אזוי זיכער עס איז למעשה טאקע אזוי, איך מיין אז ביי א ישיבה בחור קוקט מען שוין מער אויף די עצם סחורה און ווייניגער אויפן טאטן'ס התנהגות)

היות דער אשכול איז אבער אין דעת הקהל, קומט איצט א דיון צי די התנהגות איז גערעכט, צי עס דארף טאקע אזוי צו זיין. און דער ענטפער איז אוודאי אז ניין. א ת"ת און א ישיבה דארפן מחנך זיין קינדער, נישט עלטערן.

דאס איז בקצרה, באריכות קענסטו זעהן אין הונדערטער אשכולות איבער די נושא די טענות ומענות פון אלע צדדים.
עס איז כמעט אום מעגליך פאר ישיבה צו פייטן מיט די חינוך וואס די עלטערן האבן אריין געלייגט אינעם קינד פאר 13 יאר.
פארוואס קען מען נישט איינמאל פאר אלעמאל מודה זיין אז עס איז נישט דא one size fits all
כלל ישראך האט אלע מיני מענטשן און דארף האבן אלע מיני מוסדות התורה והחינוך.
סיי ת"ת. סיי מיידל סקולס. סיי ישיבות. סיי כוללים. סיי בתי מדרשים. סיי רבנים.
מ'מיז נישט פייטן יענעם אגאנצן טאג און אגאנץ לעבן.

יעדער קען זיך טרעפן זיין פלאץ.

יעצט איז די צייט.
כלל ישראל איז געניג גרויס. יעדער קען טרעפן "זיין" פלאץ דח בעסטע פאר אים צו מצליח זיין
ערעב יוד, איר האט א גרויסע טעות, ס'איז אן ''אפענע וועלט'' ס'איז שוין היינט צוטאגס פארהאן אלע פלעצער פאר די סארט אויך, זיי גייען אפשר אנגעטוהן אנדערש, זיי געפונען זיך אפשר נישט אין די גרעניצן פון וומ''ס ב.פ. מאנסי וכדו' בערי זוכט פשוט אין די ,wראנג פלעצער.
און באמת האלט קיינער נישט אפ בערי'ן מיט זיינע חברים פון עפענען א קאסטאם מעיד ישיבה לויט זיין סטייל, אלא מאי פארוואס האבן זיי נאך נישט געעפנט?
די תשובה איז זייער שפוט, בערי ווייסט נאך אלץ נישט וואס זיין סטייל איז אדער וואס ער וויל, ער ווייסט דערווייל נאר וואס ער וויל נישט, ואידך פרישא זיל גמור...

אז איינער וויל נהנה זיין פון א געוויסע סיסטעם דארף ער פארשטיין אז דער סיסטעם קאסט א פרייז און אויב האסטו פאר יארן לאנג געהאלטן אז דו ביסט עקזעמט פון דעם, דארפסטו זיך פשוט אויף וועקן צום ריאליטעט.
זיי האבן נאכנישט געעפנט ווייל זיי זענען נישט אין די ליין פון עפענען און אנפירן מוסדות, און די וואס זענען יא אין די ליין זענען געווענליך נישט פון דעם סארט ציבור, ממילא עפענען זיי נישט קיין מוסדות וואס זאלן סערווירן דעם עולם.

די טענה פון זיך צושטעלן צום סיסטעם וואלט אויסגעהאלטן, אויב דער סיסטעם וואלט טאקע ווען אזוי מקפיד געווען אויפן קוואליטעט פון דעם בחור און די עלטערן אויך ווען עס קומט צו עלטערן וואס האבן געלט.

ווען דער סיסטעם לאזט ווען די געלט מענטשן אינעם זעלבן שיפל ווי די בערי'ס, וואלט זיך ארויסגעשטעלט גאר דאס פארקערטע: בערי און זיינע חברה וואלטן געווען פיין מסודר מיט טאפ נאטש ישיבות לויט זייער סטאנדארט און שטייגער, בעת די געווענליכע ישיבות וואלטן זיך געמוטשעט מיט געלט, וויבאלד געלט איז דא מער פראפארציאנאל ביי בערי'ס חברים.

יעצט אבער קומען די ישיבות און צוכאפן אלע קינדער פון די אידן מיט געלט, איבערלאזנדיג בערי - וואס פירט זיך אויף די זעלבע ווי זיין חבר דער נגיד - אויפן וואסער. דאס איז שוין נישט קיין יושר בכלל, דו קענסט נישט טענה'ן אז דו סערווירסט נאר דיין עולם און זאל בערי זיך אליינס אן עצה געבן, בשעת אין די זעלבע צייט האקסטו אונטער די נאטורליכע שטיצע פאר בערי'ס מוסד און דו נעמסט דאס פאר זיך.

ווען דער מצב וואלט ווען געווען אזוי אז בערי'ס חברים מיט אפאר טאלער פאלן אויך ארויס פון די עקזיסטירנדע סיסטעם ישיבות, וואלט שוין בערי'ס סיטואַציע לאנג צוריק געווען מסודר.
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:18 pm
קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:14 pm
זייער א גוטע פעדער!
אביסל צי עקסטרעים אראפגעלייגט, קיינער טראכט נישט אז מ'רעדט פין איהם.
געטראכט פון דעים אבער איך האב פארט נישט געוואלט אויסקוקן ווי די אידישקייט גליון ווייל דאן וואלט איך געאפט פאר יעדע פירצה וואס איך וואלט געשריבן אבער די נקודה בלייבט אויך אויף די וועג
פארשטייסט וואס איך מיין יא ?
יאפ! די נקודה איז שטארק!
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3692
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

די ארטיקל איז בסך הכל נאך א אידישקייט ארטיקל איבער בערי

קיין שייכות מיטן מצוב איבער די נושא פון לא נתקבל פון די ישיבות

אגב לאז וויסן פאר בערי זאל אריין גיסן אפאר טאלער פאר די ריכטיגע מענטשן און פון טבת ביז טבת וועט ניקס קיין פראבלעם זיין
אין לך דבר העומד בפני הרצון, עס איז נישט דא קיין זאך און די וועלט, וואס קען דיר אפהאלטן פון האבן א רצון.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: בערי זוכט א ישיבה אימערזדשענסי ווער וויל קען אים העלפן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

wow wow wow wow

געשלונגען יעדעס ווארט מיט דארשט

פיין געשמייכלט ביי פילע שורות און עטליכע מאל זיך גאר צולאכט

דערמאנט מיר פון דעם
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”