אין 2000 טאקע צילוב וואס בוש איז געווען די פאפולערע גאווערנאר פון טעקסאס איז די סטעיט געסווינגט שטארק רעכטס
זייט טראמפ איז אריינגעקומען האבן די בוש רעפאבליקאנער אין די סטעיט אנגהויבן סווינגן צו דעמאקראטן טאקע אין 2018 האט טאקע קרויז קום געווינען
אבער זייט טראמפ האט אריינגעברענגט די היספאנישע צו די רעפאבליקאנע לאגער האט די סטעיט אנגעהויבן צירוק צו גיין רעפאבליקאנער אין יעצט אין 2022 האבן רעפאבליקאנער אפגעהאלטן שטארקע זיגן דארט ווי עס קוקט אויס וועט טראמפ זיגן אין טעקסאס מיט ארום 10 פערצענט
קיינער נאך נישט דערמאנט 2 אינטרעסאנטע נייעס פון פאריגע וואך סא כוועל נעמען די שופר.
אין די רויטע טעקסעס איז די פארמעסט היבש שמאל מיט טראמפ פאראויס בלויז 7 פראצענט (טרמפ געוואנען אין '16 מיט 9 פראצענט און 2020 מיט 6 %)
פאוילס ווייזן אז עלטערע ווייסע וואס זענען אין די פארגאנגאנהייט געווען א טראמפ בעיס זענען היבש אפגעקילט אין גייען פאר ביידן (וואס ביידן פארלירט ביי די שווארצע באקומט ער ציריק דא)
ווי שוין געשריבן עטליכע מאל , ארבעטן די דעמאקראטן שוין א שיינע פאר יאר צו סווינגן טעקסאס, זייער מהלך איז אהינצוברענגן אסאך יונגע סטודענטן וויילער וואס גייען על פי רוב צו דעמאקראטן.
נאך אין די סעריע פון די העכסט געהיימע ביידען קאמפיין פראפאגאנדע פראגראם. עס איז דא א מעגליכקייט אז דער פרעזידענט פלאנט אפשר ארויסצוגעבן אן עקזעקיוטיוו ארדער צו נידערן די קלאסיפיקאציע ראנק מיט איין שטאפל.
נאך אין די סעריע פון די העכסט געהיימע ביידען קאמפיין פראפאגאנדע פראגראם. עס איז דא א מעגליכקייט אז דער פרעזידענט פלאנט אפשר ארויסצוגעבן אן עקזעקיוטיוו ארדער צו נידערן די קלאסיפיקאציע ראנק מיט איין שטאפל.
די לאנגיעריגע שנאה פון די מידיא צו ביידען קומט קלאר ארויס, איינער האלט אז ווען טראמפ האט ווען א מעס אפ דיבעיט וואלט פאקס א.ד.ג. געטון וואס די מידיא טוט יעצט צו ביידען?
נועם המידותהאט געשריבן:↑פרייטאג יוני 28, 2024 9:55 am
די לאנגיעריגע שנאה פון די מידיא צו ביידען קומט קלאר ארויס, איינער האלט אז ווען טראמפ האט ווען א מעס אפ דיבעיט וואלט פאקס א.ד.ג. געטון וואס די מידיא טוט יעצט צו ביידען?
די מידיא האט שוין פארלאנגט אין 2022 אז ביידען זאל ארויס דראפן צו סעיוון די מידטערמס, אונז ווייסן וויאזוי עס האט זיך גענדיגט.
אפגערעדט אז ער איז למעשה געווען באקוועם פאראויס אין די פאולס. און די דעבאטע איז געקומען פיל שפעטער אינעם קאמפיין, די צווייטע דעבאטע נאכפאלגנדיג נישט לאנג דערנאך
(אינקאמבענט פרעזידענטן בכלל קומען געווענליך אריין שוואך אין די ערשטע דעבאטע).
און וואס מיינסטו? רעיגען איז טאקע געווען אלט קראנק און שוואך אין די לעצטע יאר 2 פון זיין קאדענץ, עס איז נישט געווען סתם א בלבול
ביידען'ס פראבלעם איז פארט, נישט אזוי ווייט די קול ווי זיין האלטונג, זיין פארעלטערטער און שיער פארקאלעכטער אויסקוק, און זיין שטוינענדע מעגליכקייט צו פארוואנדלען זיין שטארקייט (אבארשען) אין זיין גרעסטע שוואכקייט (אימיגראציע). זיין אוממעגליכקייט צו דעליווערן איין גוטע אטאקע ליין. און די טשערי אן טאפ איז זשיל'ס דברי חיזוק ביי די ענדע (וואס האט געצייגט קלאר אז וואס מיר זעהן איז די זעלבע וואס זיי זעהן אינטערנעלי).
#זשאו_מאסט_גאו
און דאס איז גוטע לערן געלט פאר די דעמאקראטישע פארטיי פאר די צוקונפֿט, נישט צו פרובירן ארויף צו צווינגן אויף אמעריקע א קאנדידאט וואס די וויילער זאגן זייער קלאר אז זיי דארפן אים נישט.
די קומענדיגע טעג און וואכן גייט זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטן, עס וועט מער ארויסקומען אפן די כאראקטער און א נאטור פון א פאליטישער קאמפיין אין אמעריקע וואס איז א קאאליציע בעצם פון פילצאליגע פארשידנארטיגע גרופעס, פראקציעס און איינפלוסרייכע דאנאר'ס און פאליטיקאנטן. די דעבאטע האט געגעבן די מעגליכקייט צו ארויסקומען אין ריעל טיים און זאגן וואס מען האלט, אנשטאט דארפן אנשטעלן א פנים כאילו אלעס איז פיין און שיין, און עס וועט זיין דראמאטיש וויאזוי די ביידען קאאליציע צוברעקלט זיך, אדער וויאזוי זיינע נאנטע מענטשן באווייזן א פאליטישער מייסטער קלאס צוריק צו קומען פון דעם דיזעסטער
לגוף האשכול, אזא סארט אפענער קאנווענשאן קען טאקע זיין ברוטאל אינערליך, אבער אויב די פארטיי סעטעלט למעשה אויף א פאפולערער קאנדידאט וועלכער אפעלירט צו א ברייטערע קאאליציע, איז דאס נאך אלעם די בעסטע פאר די פרא ביידען hq, ווייל טראמפ איז דערנאך אין אזא סינעריא.
@האלצשטיין, די רעדע איז נישט צי די פארטיי שישקעס זאלן צווינגען דעם פרעזידענט צו רעזיגנירן. עס איז נישט געשען עפעס אן עמערדזשענסי וואס פאדערט אז דער פרעזידענט זאל שוין אפטרעטן פון אמט. די דיון איז צי דעמאקראטן, און דעמאקראטיע, קען זיך ערלויבן צו שטעלן אזא קאנדידאט אלס דער אויסוואל צו דינען נאך א פיר יעריגע טערמין אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ווען אויפן צווייטן זייט איז דאנאלד טראמפ.
דעמאקראטן גייען נישט האבן אויסלענדישע הילף פון שפיאנאזש אגענטורן צו פאר'סמ'ען טראמפ מיט די טריפ טריפ ליעקס פון וויקיליקס, אדער די קאומי האנט-גראנאט צען טעג פאר די וואלן.
ביידען האט געדארפט זיין אן טאפ אוו היז געים די גאנצע צייט ביז נאוועמבער, און נעכטן האט מען גענידערט די געים מיט צוואנציג איילן אונטער דער ערד.
האבן ביידען אויפן שפיץ פון די טיקעט איז צו א גרויסע ריזיקע וואס וואלט לכתחילה קיינמאל נישט געטארט ווערן צוגעלאזט, אבער הונדערט מאל אזוי זייט די נעכטיגע טשערנאביל שטאפל קאטאסטראפע.