היסטאריע פון ירושלים - חלק א'
עס איז אלעס דברים פשוטים - קיין חידושים, אבער אביסל צוזאמנעמען די זאך, און זיך דערמאנען און בענקען צום הייליגן שטאט...
די אלטשטאט ירושלים איז כידוע גאר אן אלטן שטאט, און איז אריבער במשך הדורות פילע הענט/קעניגן/אימפעריעס און רעגירונגען.
די אלטשטאט וואס אונז קענען היינט, איז אלעס ארומגענומען מיט די באוואוסטע שיינע חומות ירושלים, וואס זענען געבויעט געווארן דורך דעם טערקישן הערשער סולטאן סולימאן וואס האט איינגענומען ארץ ישראל אלץ א חלק פונעם דאן אויפשטייגענדעם מעכטיגן "טערקישן אימפעריע" מיט ירושלים אלץ דעם געגנט הויפטשטאט.
די חומות האבן. טויערן פון אלע זייטן, שער יפו / שכם / החדש / האריות / האשפות / ציון.
דער שטאט זעלבסט איז צוטיילט אין פיר קווארטלען די מוסלמענער קווארטל /רובע המוסלמי, די נוצרי'שע קווארטל/רובע הנוצרי, די אידישע קווארטל/רובע היהודי, און די ארמענישע קווארטל/רובע הארמני.
רובע המוסלמי. די גרעסטע פון צווישן זיי איז די מוסלמענע קווארטל, וואס נעמט אריין אין זיך די פילע שוק'ן ובראשם די באוואוסטע גאס וואס לויפט פונעם שער שכם ביזן כותל פלאזא, און איז היינטיגע צייטן באוואוינט מיט וויסטע אראבער וואס קוקן מיט שפיזיגע אויגן אויף יעדע איד וואס גייט דארט אריבער...
אבער פאר נישט צו לאנג צוריק האט עס געווען פול מיט אידישע חצרות אנגעפולט מיט אידישע איינוואוינער, אשטייגער ווי מרא דערעא דישראל רבי יוסף חיים זונענפעלד זצ"ל האט דארט געוואוינט, און נאך פילע אידישע משפחות האבן דארט געוואוינט, בעיקר אין די חלקים נענטער צום רובע היהודי
.
אויך פילע שולן און ישיבות האבן זיך דארט געפונען, א חלק זענען היינט שוין צוריק אין אידישע הענט, און א חלק ליידער נישט.
צווישן זיי זענען באוואוסט די בנין 'שובו בנים' וואס ר' אליעזר ברלנד האט איבערגענומען פון אראבישע הענט, אין דער בנין פלעגט זיין די באוואוסטע ישיבה 'חיי עולם'.
בית המדרש 'אוהל יצחק' וואס איז א שפאן אוועק פונעם כותל, און איז הערליך איבערגעבויט אויפן פארצייטישן שטייגער, און פיל נאך...
אויך די אלטע חצר פון כולל חבת ירושלים איז אין דעם קווארטל, וואס איז היינט א ישיבה - אונטער הרב זילברמן.
רובע הנוצרי. דער קווארטל איז פול מיט טומאות און טיפלות, גלחים און נאנע'ס איז קיין זעלטנהייט צו זעהן זיך דרייען אויף די געסלעך, און צומאל אפילו מיט גרויסע שתי-וערב'ס... נישט קיין געשמאקע פלאץ פאר איד זיך צו דרייען... אויך איז דארט נישט פארהאן קיין אידישע היסטאריע (פון די לעצטע עטליכע הונדערט יאר).
רובע היהודי. דאס איז שוין פול מיט אידישע היסטאריע, ידע שטיינדל איז איינגעזאפט מיט די רוח און קדושה פון די הייליגע גדולים וואס האבן זיך דארט געדרייט ווי צום ביישפיל הרמב"ן, האור החיים הק', הרש"ש, רבי גדליה חיון, רבי יהודה חסיד, רבי גרשון קיטוב'ער זי"ע.
און איז פול מיט הייליגע בתי מדרשים אויף יעדע טריט און שריט, בית הכנסת הרמב"ן, החורבה, רבי יוחנן בן זכאי, בית ק-ל, תפארת ישראל-ניסן בק און פיל מער.
אויך די שטובער פון גדולי ישראל ווי די הויז פונעם אור החיים הקדוש, רש"ש און פיל מער
.
פון פילע חלקים פונעם רובע האט מען א קלארן בליק אויפן מקום המקדש און די מסגד עומר דערויף, און אויך פונעם כותל המערבי.
רובע ארמני. איז נישט צו אינטרעסאנט, גאנץ ענדליך צום רובע הנוצרי, און ווערט היינט גאנץ שטארק איבערגענומען דורך די אידישע איינוואוינער פונעם רובע היהודי, צוליב דעם דירות מאנגל אין דעם רובע היהודי...
המשך יבוא.