פאר'סמ'ן די ראטן, אבער וויסען וואס צו זאגן - דברים

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

פאר'סמ'ן די ראטן, אבער וויסען וואס צו זאגן - דברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

"סאנדר סאלמונד, איז א באקאנטע שווינדלער, סתם א דריי קאפ, און פארקויפט נישט גארנישט, עס אינטרעסירט איהם נישט אונזער וואוילזיין, אדער גארנישט אנדערש ווי זיך מיט זיך" - האט מעקס הילל געשריגן הויך.

"ווער עס וועלט פאר איהם, וועט קיינמאל נישט קענען האבן טענות, אויב די ראטן וועלן אויפעסן אלע פעלדער, פרייזן פון תבואה וועט זיך דאפלען, אלע געוואוקסן וועט דארפן ווערן אימפראטירט פאר גאהר טייער, דער עקענאמיע וועט צופאלן, און דאס גאנצע לאנד וועט אריינפאלן אין איין שטיק כאוס און ארימקייט", האט זיין קול ווייטער געדונערט ביים ראלי ווי עס האבן זיך פארזאמעלט טויזענטער איינוואוינער פונעם געגענט.

* * * * * * * * * * *

אומגעפער 14 יאהר צוריק, איז פאהרגעקומען א מכה פון ראטן, וואס האבן זיך צולאזט אויפן גאנצע געגענט.

א מעשה מיט א שיפמענט פון דער אנדערע עק וועלט (מ'מעג זאגן אז עס קומט פון כינע?), וואס איז געווארן אינפעסטעט מיט ראטן אויף א שרעקליכע אויפן, האט צוגעברענגט אז צוביסלעך זאל דאס גאנצע געגענט ווערן פיהל מיט ראטן.

דער שמוץ אין דער געגענט, דער אומאחריות'דיגע מעיאר, און לאקאלע קאונסיל, האט צוגעלאזט און צו געברענגט אז די ראטן האבן זיך פארמערט נאך און נאך, אז עס איז שוין געווען אוממעגליך ארויסצוגיין פון שטוב, אהן זיך באגעגענען מיט די חברה, אויסער דאס וואס מ'האט געטראפן אין שטוב אליין.

די שיג ושיח פון יעדער וואס וואוינט אין שטאט, איז אלעס געווען ארום די ראטן, מיט דער חורבן וואס עס מאכט אהן.

פון די אנדערע זייט, זענען פאהרגעקומען דורך די פראגרעסיווע און געלערנטע מענטשען, גאנצע צעטלעך מיט אהנווייזונגען, ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן טאג טעגליכע לעבן, אהן עס זאל ווייטוהן אדער שטערן פאר די אומשולדיגער ציווילע ראטן.

מיט וואס ביסטו מער מענטש ווי זיי, - פלעגן זיי שרייען ביי די מיטינג'ס, - ווייל דו ביסט געווען דא פריער? אבער פאר אכצען מיליאן יאהר צוריק, ווען דאס מענטשהייט האט זיך דא באזעצט, זענען מיר די וואס האבן אוועק געשטיפט די זיידע'ס פון די ראטן, און נאך אזעלכע 400 יאהר פון אונטערדריקונג, מעג מען זיך רעכענען, און פארשטיין אז זיי זענען גארנישט ווייניגער פון אונז.

און אזוי האט זיך אהנגערוקט דעם פרישע וואל סעזאן, ווי מ'גייט שוין קענען ארויס רוקן די ערוועלטע, און אפשר קענען אריינרוקן נארמאלע (?) מענטשן.

בו בזמן וואס די רעכטע האבן פארשפראכן און צו געזאגט אז זיי גייען ארויסרייסן און זיכער מאכן אז קיין איין ראט בלייבט נישט אין געגענט, זענען די לינקע געווען די וואס האבן צו געזאגט אז זיי וועלן מאכן עקסטרע גאסן און שאסייען פאר די אומשולדיגער ראטן באפעלקערונג, און זיכער מאכן זיי האבן אויף וואס צו שפייזן.

* * * * * * *

אויף די רעכטע טיקעט איז מען געלאפן אויף פריימריז, דער מיטעליעריגע סאנדער סאלמונד, אנטקעגן דער יונגער ערנערגישע מעקס הילל, און פארשטייט זיך אז ביידע האבן פראבירט ארום לויפן פון געגענט צו געגענט ארויס ברענגען די חסרונות פון'עם צווייטער, אבער דער אייגענער מעלות.

יעדער האט פראבירט צו איבערצייגן אז ער איז דאס בעסטע אויסוואל וואס עס קען זיין פאר'ן לאנד, און דער אנדערע וועט נאר ערגער מאכן, סיי ווייל ער טויג נישט, און סיי ווייל ער איז נישט אינטרעסירט.

נאך א לאנגע און שווערע פריימריז איז ארויס געקומען אונזער סאנדער אלס דער געווינער פון'עם רעכטע לאגער, און ער האט אהנגעהויבן לויפן אנטקעגן פראפעסער וויליאם פאגער, וואס איז געלאפן אויפן פראגרעסיווע טיקעט.

די גאנצע רעכטע לאגער, האבן זיך פאראייניגט אנטקעגן וויליאם פאגער, זיכער מאכן אז ער ווערט באזיגט, און אזוי וועט מען חאטש פראבירן פטור ווערן פון אלע ראטן וואס ברענגט נאר שמוץ מיט עגמת נפש.

זיי האבן זיכער געמאכט צו פארפיהרן אין יעדער ווינקל פון לאנד, און יעדער דערפעל אדער שטעטל, גרויסע פלאקאטען מיט נאך גרעסערע ראלי'ס, צוזאמען נעמען די עולם, און ארויס שרייען גענוג הויעך, אז יעדער זאל אליין פארשטיין אז מ'דארף אריינוועלן סאנדער, אויב וויל מען אז דאס לאנד זאל קענען בלייבן א פלאץ צו וואוינען.

פארשטייט זיך אז נאכצוקומען אויף אזויפיהל פלעצער האט סאנדער סאלמונד נישט געקענט אליין ארום פאהרן איבעראל, און ער האט געדארפט צו קומען צו אנדערע פון'עם חדר זאל ארום גיין קאמפעינען.

איין דאנערשטאג אווענט איז פאהרגעקומען א ריזיגע ראלי אין די געגענט פון טאונסוויל ווי טויזענטער זענען געקומען שרייען סלאגאנען פון סאלמונד, און דער הויכפונקט איז געווען ווען מעקס הילל, דער ערנערגישע רעכטע פאטריאט, איז געקומען מיט זיין שטארקע דרשה, אויפצוקאכן דער עולם פאר'ן קומענדיגע וואלן.

"אויב ווילסטו לעבן דא, האסטו איין ברירה, און נאר איין ברירה". - שרייט מעקס הויעך און קלאהר.

"און דאס איז, צו ארויסקומען שטימען, און וויסען פאר וועמען צו שטימען" - איז ער ממשיך מיט זיין הענט אינדערהייך.

"סאנדר סאלמונד, איז א באקאנטע שווינדלער, סתם א דריי קאפ, און פארקויפט נישט גארנישט, עס אינטרעסירט איהם נישט אונזער וואוילזיין, אדער גארנישט אנדערש ווי זיך מיט זיך, און יעדער ווייסט עס", זאגט ער ווייטער.

דער עולם הייבט אויף די אויגען צו קוקן וואס דא גייט פאהר, אבער דער רעדנער איז ממשיך מיט שטארקייט, "ווער עס וועלט פאר איהם, וועט קיינמאל נישט קענען האבן טענות, אויב די ראטן וועלן אויפעסן אלע פעלדער, פרייזן פון תבואה וועט זיך דאפלען, אלע געוואוקסן וועט דארפן ווערן אימפראטירט פאר גאהר טייער, דער עקענאמיע וועט צופאלן, און דאס גאנצע לאנד וועט אריינפאלן אין איין שטיק כאוס און ארימקייט", האט זיין קול ווייטער געדונערט......

און פלוצלונג, פארלעשט זיך דער ספיקער'ס און מער קען מען איהם נישט הערן.

בום!

די בושות איז געווען עפעס אויסער זיך, קיינער האט נישט געקענט פארשטיין וואס דא גייט פאהר, דער מעקס האט פארלוירן פאר סאנדער ביי די פריימעריז, אבער ער ארבייט יעצט דאך קעסל און כלים אז סאנדער זאל געווינען, ער האט דאך פונקט אזא מטרה אז די לינקע זאלן נישט אויספלאסטערן נייע גאסן פאר די ראטן, און דאס מענטשהייט זאל ווייטער קענען בלייבן וואוינען דא אין לאנד.

איז וואס וויל ער?

מ'האט זיך צוזאמען געזעצט פשוט פרעגן וואס דא גייט פאהר, און דער מעקס ווייסט נישט וואס מ'וויל פון איהם.

ער טענה'ט אז ער טאקע געטריי פאר זיין פארטיי, ער וויל טאקע אז סאנדער זאל געווינען, אבער ער איז נישט קיין שקרן.

דא לויפט ער שוין ארום חדשים לאנג, אז סאנדער זאל נישט ווערן דעם עלעקט פון'עם רעכטע פארטיי, ווייל ער איז נישט קיין גוטע קאנדידאט.

און יעצט האט מען איהם געבעטן רעדן פאר'ן פארטיי, און אויך וועגן דעם קאנדידאט סאנדער סאלמונד, און אויב צו רעדן וועגן איהם, האב איך גענוג און נאך וואס צו זאגן.

אוודאי איז ער מודה, אז דער מענטש האט מעלות, און איז בעסער ווי די אנדערע קאנדידאט, אבער רעדענדיג פון סאנדער, זאג איך שוין וואס איך ווייס אויף איהם.

מ'האט איהם פשוט געדארפט מסביר זיין, אז נישט אלעס דארף מען רעדן, און ווען מ'רעדט ביי פריימריז, דארף מען ארויס ברענגען דיין מעלה אנטקעגן יענעם, אבער ביי די דזשענעראל דארף מען שוין רעדן אונזער לעומת יענעם'ס.

גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.

והדברים פשוטים.

* * * * * * *

שטייט אין פסוק, רב לכם סב את ההר הזה, פנו לכם צפונה. (דברים ב ג)

לערנט אונז דער מדרש, (פרשה א יט) מהו פנו לכם צפונה, אמר ר' חיא, אמר להם, אם ראיתם אותו שמבקש להתגרות בכם אל תעמדו כנגדו, אלא הצפינו עצמכם ממנו עד שיעבר עולמו, הוי פנו לכם צפונה.

אז דו זעהסט ווי די גויים, קומען זיך רייצן מיט די אידן, שטיי אוועק, און באהאלט דיר.

ברענגט די כלי יקר, דא אויפן פסוק, "... פסוק זה נוקב ויורד עד התהום, ויש בו רמז לשעה ולדורות.... כי ימים רבים לישראל שיהיו נדים ונעים.... אם הגיע שעתו של עשיו הצפינו עצמכם, וענין הצפנה נראה לי, שאם ימצא האיש הישראלי איזו הצלחה זעיר שם אזי יטמינו ויצפינו הכל בפני עשו.... וזה הפך ממה שישראל עושים בדורות הללו, בארצות אויביהם, כי מי שיש לו מנה מראה את עצמו במלבושי כבוד ובתים ספונים וחשובים, כאילו היה לו כמה אלפים.... והוא המסבב את כל התלאה אשר מצאתנו.... וכו'.

און אויף אידיש, שרייבט אונז דער כלי יקר, אז דאס וואס אונז אידן דרייען זיך ארום מיט שיינע קאר'ס, גרויסע הייזער, ארויס שטעקן זילבערנע אתרוגים פושקע'ס אויפן גאס למען ישמעו ויראו, און פארשטייט זיך מ'מיינט נאר הידור מצוה (איי לייג עס אין א זעקל, א קשיא אויף א מעשה), פליען מיט פירסט קלעס, ועוד ועוד, איז אן עולה מצד פנו לכם צפונה, עס איז א שאנדע מצד עצמו, עס איז גורם קנאה און שנאה ביים גוי, עס ברענגט נישט קיין גוט'ס נאר גאהר פארקערט.

מ'דארף זיך פיהרן איינגעהאלטן, ווייז נישט גארנישט און ווייז נישט אז דו קענסט שווענדן אין קאפ אריין.

אבער לאמיר ווייטער לערנען.

פסוק ו און ז.
אכל תשברו מאתם בכסף ואכלתם וגו' כי ה"א ברכך בכל מעשה ידך וגו' ה"א עמך לא חסרת דבר.

זאגט רש"י, לפיכך לא תכפו (תכפרו) את טובתו, לראות כאילו אתם עניים, אלא הראו עצמכם עשירים.

א איד, וואס לעבט אויפ'ן אייבערשטען'ס חשבון, דער אייבערשטער איז מיט איהם, און באגלייט איהם, האט נישט וואס ארויס צו ווייזען כאילו ער האט נישט, כאילו ער איז ארים, נאר אדרבה, ווייז אז דער אייבערשטער איז מיט אונז, זיי נישט כופר בטובה, לעב ווי עס באדארף צו זיין, קארג נישט אפילו ווען דו האסט, זאל מען זעהן דאס אז דער אייבערשטער איז מיט אונז.

מ'רעדט דאך דא אז מ'זאל גיין קויפן פון בני עשיו, אפילו ווען מיר זענען אין א מצב , עס פעלט אונז גארנישט, מיר האבן מן צו עסן, מיר האבן מי באר צו טרינקען, דאך לערנט אונז דער פסוק, אז אכל תשברו מאתם בכסף, לאז דיר קאסטן געלט פאר עסן וואס דו דארפסט נישט, וגם מים תכרו מאתם בכסף, ווען דו האסט שוין אייגענע וואסער (אבער דער פסוק פיהרט אויס ושתיתם, מ'זאל עס טאקע טרינקען - נישט ארויס ווארפן - התורה חסה על ממונם של ישראל, האסט עס געקויפט, איז ניץ עס ואכמ"ל).

וואס איז פשט?
ווי גייט די צוויי הוראות צוזאמען?

דער תשובה איז דאך פשוט'ער פון פשוט.

דאס איז ביי פריימריז, און דאס איז ביי די גענעראלע וואלן.

דאס איז ווען מיר פאהרן קיין ארץ ישראל, ווען מיר זענען אויף דער וועג אריין צום ארץ חמדה טובה ורחבה, מ'באגעגענט די בני עשיו, איז דער אייבערשטער מיט אונז, עס פעלט אונז גארנישט, דארף מען עס ווייזען ווי א מענטש.

באהאלט דיר נישט.

זיי נישט כופר בטובה.

מאך דיר נישט כאילו דער אייבערשטער האט דיר גארנישט געגעבן.

אבער ווען ליידער ליידער מיר זענען אין גלות צווישען די גויים, איז הצפינו עצמכם, באהאלט'ס ענקער טובה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, זאלן די גויים נישט האבן נאך א סיבה פאר קנאה און שנאה, זאלן די בני עשיו נישט אויפוועקן זייערע אלטע ווייטאג, זאלן די בני ישמעאל נישט ארויסברענגען זייערע קנאה און שנאה, אזוי ווי דער זיידע יעקב, ישראל סבא האט שוין געזאגט, למה תתראו, פארוואס דארפסטו זיך ארויס שטעלן.

ווילסט א קערה פאר'ן סדר נאכט? דער שענסטע און גרעסטע וואס איז נאר דא, עס איז דאך הידור מצוה, אבער פאק עס איין אין א באקס פאר דו טראגסט עס אהיים פון געשעפט, פארוואס דארף עס דער גוי זעהן?
אויב האסטו א גויטע אין שטוב מזמן לזמן, לייג עס אוועק מיט די פסח זאכן, (סתם אזוי, ווי קומט די פסח כלים מיט די חמץ כלים צוזאמען? ווייל דו האסט א טשיינע קלאזעט? פארוואס טאקע דאפסטו א טשיינע קלאזעט, ספעציעל אויב קומט אנאל אריין א גוי אדער גויטע אין שטוב, ואכמ"ל), למה תתראו, פארוואס זאל עס דיין גויטע וואס רייניגט זעהן? פארוואס זאל איהרע שנאה און קנאה ארויסקומען ביי דיר?

ווילסט א גרויסע און באקוועמע הויז? אל תכפרו בטובה, בוי אויף עס זאל זיין א מקום השראת השכינה, א פלאץ אויפצובויען אידישע דורות, אידישע קינדער, מחנך זיין מיט א רחבות כבני מלכים, א פלאץ ווי דו קענסט אריינעמען געסט בכבוד, עס זאל דיר נישט שטערן ווען א גאסט איז אין שטוב, און דער גאסט זאל שפירן אז ער האט גענוג פלאץ, און עס שטערט קיינעם נישט ביי דיר.
גרויס און באקוועם, אבער פארוואס פענסי פון אינדרויסען? למה תתראו? הצפינו עצמכם, באהאלט'ס ענק.

דוגמאות פעלט נישט, אבער און קורצען, הצפינו עצמכם, למה תתראו? אבער! אל תכפרו בטובה, ווייל דער אייבערשטער איז מיט אונז.

גוט שבת.
לעצט פארראכטן דורך אויסגעהיילט אום פרייטאג אוגוסט 16, 2024 3:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: פאר'סמ'ן די ראטן, אבער וויסען וואס צו זאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

הערליך שיין געשריבן
******
איך זעה אז איר האט געלערנט פשט און כלי יקר אז אפילו אינדערהיים זאל מען נישט ווייזן וואס מען פארמאגט ווייל ווען מען נעמט אריין א דינסט פון בני מעקסיקא ושפאניע וכל שום וחניכה דאית להו...
איך בין נישט אינגאנצן איינשטומיג מיט אייך אויף דעים און לאמיר נאר אנכאפן איין דוגמא אז א איד דארף ל"ע עלינו אנקומען צי הילף און א גוי באדינט אים 24/7 טאר מען נישט ארויס נעמען די זילבערנע כלים ביים סדר/שבת טיש /חנוכה וכדומה?!?!? אתמהה!!!

אין יעדן פאל א פעדער האט איר א גיטע (ווייז עס נאר נישט פאר די גוים....)
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: פאר'סמ'ן די ראטן, אבער וויסען וואס צו זאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

טעוועליך האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 10, 2024 9:45 pm

איך ווייס נישט עכט וואס צו ענטפערן.

ווייל סיי רש"י אין פרשת מקץ, ביי למה תתראו, זאגט ער בני ישמעאל ובני עשו, און סיי דער כלי יקר איז דא מסביר קלאהר, אז בני ישמעאל האלטן אז יצחק האט בא'גנב'עט ישמעאל, און בני עשו טענה'ן אז יעקב האט בא'גנב'עט עשו.

איז לכאורה רעדט מען נאר פון די פעלקער.

אבער מאידך גיסא, דער כלי יקר אליין, שרייבט דאך אויך אנטקעגן די וואס פיהרן זיך אזוי בארצות אויביהם, און עס זעהט נישט אויס ווי ער רעדט צו די וואס וואוינען דוקא צווישען בני עשו וישמעאל.

עס זעהט אויס, אז ער רעדט צו אונז אידן, בכל מקומות מושבותיהם, און ער רעדט טאקע זייער שארף.

אויסגעהיילט האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 10, 2024 11:25 pm

איך האב מיר נישט געניג ארויס געברענגט איך האב בעיקר געמיינט בנוגע אינדערהיים
יעצט ליין איבער מיין תגובה

טעוועליך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 12:08 am

פרעגסט גוט.
איך ווייס נישט.

אבער דיין ראי'ה פון איינער וואס דארף ל"ע צוקומען צו א גוי אין שטוב, איז נישט קיין ראי'ה.
מהיכי תיתי אז מ'זאל טאקע ארויס לייגן טייערע כלים אויף אזא אופן.
איך ווייס נישט.

אבער די נקודה איז לאו דוקא אין שטוב, נאר אלעס ארום.
פוק חזי וואס עס גייט פאהר אויפ'ן גאס.
עס איז איבערגעטריבן.

איבערגעטריבן איז קליין געזאגט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פאר'סמ'ן די ראטן, אבער וויסען וואס צו זאגן - דברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גאר גאר גאר גאר שטארק!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”