איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

עס איז תשעה באב ביי מנחה: מען זיצט שוין אויף א געהעריגע באנק... די זריזין מקדימין טראגן שוין טלית ותפלין, און מען ווארט אויף ליינען.

אין ביהמ"ד לויפט אריין א אינגערמאן מיטן טלית בייטעל אין האנט, פון הינטער אים שלייכן זיך א גאנצע שורה אינגעלעך קע"ה, פון דריי ביז דרייצן, יעדע מיט אן אנדער קאליר קראקס... ער פלאצירט זיך אויף א טיש, און געשווינד טוט ער אן טו"ת, און זיינע קינדער זענען זיך מחיה מיט די שיידלעך...

ביים ליינען האט די גבאי 'פונקט' אים מכבד געווען מיט מפטיר... ער גייט צו צום בימה און לאזט איבער זיינע אינגעלעך אויף די אייגענע האנט...

פון דעם ווינקל פון מיין אויג זע איך ווי דער פינף יעריגן ווערט שוין צופלאצט פון זיין אין שול.... ער קוקט זיך ארום - און זיינע אויגן פאלן אויף דעם 'קרן שמואל ישעי' שאפקעלע... ביז א מינוט איז ער שוין ארויפגעקראכן ביז אויבן... ער זיצט דארט ווי א קעניג אויפן טראן... און זיין טאטע באמערקט בכלל נישט...

אינמיטן די לאנגע הפטרה איז עס געשען: טראך! זעץ! קראך! די גאנצע שאפע - מיט אירע טויזנטע שעות תורה - האט זיך צוזאמגעלייגט, עס פליען סידי'ס און mp3 פון אלע זייטען.... און דער אינגעלע קייכט... זיין יאמערליכן געוויין שניידט דורך דעם היכל.

די טאטע לויפט אוועק פון בימה (פרעגט אייער לאקאלע רב @דרעזנער) און לויפט צו צום אינגעלע און הייבט אים אויף און בארואיגט אים... ער ווישט אים זיינע טרערן...

* * *

באשעפער אין הימל: דער טאטע האט יעצט מיטגעהאלטן זיין אינגעל 'מאכן א חורבן' אין שול... די גאנצע מנין איז איבערגעדרייט....
ער וואלט געקענט זיין אזוי בכעס אויף זיין אינגעל...
אבער! אז אז מיין קינד וויינט - ווי קען איך אים איבערלאזן אין אזא צייט?! איך מוז אים נעמען צו זיך.... די חורבן וועט מען שוין שפעטער צוזאמנעמען און פאררעכטן...
יעצט וויינט מיין קינד!!!


באשעפער אין הימל! טאקע, עס איז אונזער חורבן! אונז זענען שולדיג!אבער ווי קען א טאטע שטיין פון דער זייט ווען א קינד וויינט?!?!


אפילו - מאוס מאסתנו עד מאוד... דאך!
השבנו ה' אליך ונשובה! חדש ימנו כקדם!
זייטיגע נאטיץ
זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
שטויביג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3043
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

גוט געזאגט!

השיבנו ה' אליך ונשובה! חדש ימנו כקדם!
ערענסטער פארשוין
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 3:40 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערענסטער פארשוין »

👍
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

הערליך!
די אייבערשטער ווייסט אין וועלכע מנין צו מאכן א זעלכע פאסירונגען…
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

זאגסטעך גוט!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4760
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

הייליג!
שקר נוטל כסף דובר
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

פיין געשריבן!
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

גאר גוט
צום פונקט
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

געוואלדיג געוואלדיג
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

זייער גוט
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

איך בין אפשר שפעט צו עס ליינען, אבער א לייק פאר @יחזקאל סגל לנדא איז קיינמאל צו שפעט,

זייער גוט👍
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: איך האב מיטגעלעבט דעם חורבן... און איר שנעלער נחמה!! [מעשה שהיה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

ארטיסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:45 am
איך בין אפשר שפעט צו עס ליינען, אבער א לייק פאר @יחזקאל סגל לנדא איז קיינמאל צו שפעט,

זייער גוט👍
צו שפעט צו ליינען?! פארוואס?!

איך מיין אז די #תקווה #ציפייה #נחמה מעסעדזש דא איז פיל שטערקער, ווי די #אבלות מעסעדזש...


אגב: כ'בין א בארדיטשוב'ע אייניקעל.
זייטיגע נאטיץ
זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”