ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

פיין, אז ס'גייט נישט מיט גוטנס, העט מען מוז גיין מיט בייזנס, אזוי פלעגן אלע אונזערע מלמדים אין חיידער זאגן, נאכן נישט פאלגן די ערשטע מאל.

האב איך נישט יעצט קיין ברירה, און איך העל מוזן ניצן די זעלבע מיטל.

מוצ"ש בין איך דא ארויפגעקומען מיט א שטרענגע ווארענונג פאר'ן בין וחביריו, אז זיי זאלן מיר נישט שטערן אנגיין מיט מיין לעבן, און זיכער נישט - מיר שטערן פון שלאפן, וואס דאס איז דאך די הארבסטע עבירה, און טאמער זיי וועלן ממשיך זיין מיט זייערע מעשים, העט מען מוזן ארויסגיין מיט א מערכה.

דיע נאכט, די לעצטע נאכט פון מיין האלידעיס, גיי איך אריין אין בעט אויסגעמאטערט פון די לעצטע פאר שעה ארבעטן צאמצופאקן אלע געפעק. איין קליינע לעקטער האט געברענט אין מיין צימער, אין די פענסטער איז געבליבן אפן, ס'זאל אריינקומען אביסל פרישע לופט. (אזוי האב איך געמיינט....)

כ'ווייס נישט צו ענק ווייסן, אבער די אלע מינע פליגן און אינזעקטן, האבן א מורא'דיגע משיכה צו ליכטיגקייט (אזויווי מענטשן האבן א משיכה צו טונקלקייט ווי אויסגעשמועסט דא אין איינע פון די אשכולות אז די ארטיקלען וואס האט שוועריקייטן, משברים, צובראכקייט, וכו' באקומען במציאות די מערסטע לייקס....)

פלוצלינג, אינמיטן נאכט, צווישן די 2'טע און דריטע חלום, הער איך משונה'דיגע אומבאלומפערטע אבנארמאלע קולות, קודם, האב איך געמיינט אז ס'איז פון מיר.... אבער איך געב מיר אזא כאפ אויף, און איך זע, ווי נישט איין, נאר 3!! 3 בייזוויליגע קאלט-בלוטיגע מערדליכע בינען, וואס דרייען אין פליען ארום אין צימער מיט זזזזזזזז-קולות, און ספעציעל ארום די לעקטער (וואס איז נעבן מיין בעט), ווי כאילו איך בין געמאכט פון לופט. כאילו איך בין נישטא. אז די גייסט זיי פרעגן 'ווער איז אין די צימער?' העלן זיי ענטפערן 'קיינער נישט'....

און גיי שלאף איין... ברכה והצלחה.....

איך דריי זיך פון איין זייט צום צווייטן, אבער גארנישט.... ס'פשוט נישט מעגליך איינצושלאפן, סיי די קולות, און סיי די פחדים און שרעק אז יעדע מינוט קענסטו געשטאכן ווערן, און איך האב קיינמאל נישט גענומען א וואקסין....

איך האב פשוט אנגעהויבן שפירן, אז דע מצב איז נישט גוט, כ'מוז דאך איינשלאפן, כ'מיין.... איך דארף זיין אויסגערועט מארגן, איך דארף אהיימדרייוון אפאר שעה.

ארויסגיין פון בעט? ס'דאך אזוי שווער.... נאכדערצו ווען מ'איז אין דעם.... און ק"ו בן בנו של ק"ו - אויב מ'האלט עכטיג אינמיטן שלאפן און ביסט אויף נאר וועגן אפאר ווילדע בארבארישע קרייצ-ציגלער, וואס פלאנען אויס א פרוגרום.

(און די מעשה איז געווען שוין נאכדעם וואס נעכטן נאכמיטאג אינמיטן כאפן א ציגאר האבן איינע פון די חברה דעסיידעט צו גיין אין מלחמה קעגן מיר, ותוצאות מי ישורנו. שוין, זאל ער זיין א גוטע בעטער - די גלעזל קאלע.....)

אזוי ווי איך זע, אז די משוגעים האלטן נישט ביים ארויסגיין, האב איך נישט געהאט צופיל ברירות (אויך נישט צו ווייניג), און איך בין אויפגעשטאנען און פשוט אויסגעלאשן די לעקטער, און געעפנט די טיר - וואס אינדרויסן איז ליכטיג, אזוי זאלן זיי ארויספליען. וואס זאלן איך ענק זאגן, ס'ממש נפלאות הבורא, אויפן רגע וואס ס'געווארן טונקל אין צימער, זענען די 3 חברה שטיל געווארן ווי ביי שופר-בלאזן. מער האב איך נישט געהערט פון זיי.

אבער די טרואמע, איז מיר געבליבן. נאכאמזל אז מיר פארן באלד אהיים, און מיר גיימיר זיך געזעגענען פון די אלע לינקע חברה.

לחיים ולשלום!
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ליכטיג!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 5:00 am
ליכטיג!
@לכאורה ביסט 'נאך' אויף, אדער 'שוין' אויף?
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יש משהו האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 5:04 am
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 5:00 am
ליכטיג!
@לכאורה ביסט 'נאך' אויף, אדער 'שוין' אויף?
צווישן נאך און שוין... אויפגעשטאנען איינצופאסטן
אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9231
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 5:00 am
ליכטיג!
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 1:25 am
יא, לכאורה גייט יעצט אויך אביסל וואקאציענען. א גוטע נאכט
זאל איך גיין ביים צענער?
אוועטאר
ווייסע לייב
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 22, 2024 8:03 pm

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע לייב »

קענען מאכן צוויי ארטיקלען פאר איין בין, דאס איז שוין טאלאנט

@לכאורה האט לכאורה אריין געכאפט א קאוועלע פארן עלות
אראפ מיט גוגל!! Abajo Google!!! DOWN WITH GOOGLE
גראבע ליגנער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:19 pm

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבע ליגנער »

יש משהו האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 4:56 am


ארויסגיין פון בעט? ס'דאך אזוי שווער.... נאכדערצו ווען מ'איז אין דעם....
מדבר שקר תרחק!
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

ממש נפלאות הבורא ווי די אויבערשטער האט ארייגעלייגט אינעם פליג ער זאל וויסן פונקטליך ווי מיין אויער איז... מה רבו מעשיך השם
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3408
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

כ'האדיר געזאגט אז די חברה געבן נישט אויף... קיין חילוק בייטאג צו ביינאכט...
viewtopic.php?t=70876
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

נעבעך, האסט גענדיגט דיין הערליכע שיינע האלידעיס טריפ מיט אזעלכע קאשמארן און טראומע....
אוועטאר
צלפחד וועבער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 28, 2024 6:40 pm
לאקאציע:שיק מיר א לאקעישאן איך ווייס נישט ווי איך בין

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צלפחד וועבער »

לאזט גריסן די פליגן בינען מאסקיטאס פוטער-פליגן ספיידערס וכ"ו פון לאנדאן
🦋🦋🦋🦋
👍👍מ'מעג געבען א לייק אפילו ס'נישט קיין פרישע זאך, אי ן אודאי אויב סאיז יא ,
עס אין פאר פרי געב צוויי👍👍
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

עמער מוזן איינזעצן אז מ'רעדט דא פון גאר א זיסע אינגערמאן...
אוועטאר
ראש ישיבה
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:49 pm
לאקאציע:מגי''ש שטיבל

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש ישיבה »

יקל פעדער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:08 pm
עמער מוזן איינזעצן אז מ'רעדט דא פון גאר א זיסע אינגערמאן...
ראש ישיבה פארוואס?
אוועטאר
בקשר
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:41 pm

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקשר »

דו האב קאשמארן עס אונז אן הנאה...
אקעי ביי.. וועלן מיר זיין בקשר שפעטער..
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6135
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: ביטערע קאשמארן אינמיטן די נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

זייער זיס
שכח @יש משהו פאר דיינע זיסע אשכולות
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
דו פרייסטעך מיט די דעמאקראטן'ס סוקסעסן און איך פריי מיך מיט טראמפ'ס, הער אויף פעינטן א פיקטשער ווי כאילו דו ביזט דער נייטראלער מענטש און איך בין דער פארגלייבטער קולטיסט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”