דאס לאנד בעלגיע -ח"ב ארויף
בעלגיע
דאס לאנד בעלגיע אדער דאס קעניגרייך פון בעלגיע איז דאס גלות ארט ווי מיר אנטווערפענע אידן ווארטן בכליון עיניים אויף משיח זאל אונז שוין אויסלייזן איז ווילאנג מיר זיצן דא לאמיר זיך אביסל בעסער באקענען מיט דאס קליין לענדל און איר היסטאריע און אלעס ארום דער פלאץ ווי מיר וואוינען דעריבער האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף א רייזע צוריק מיט אפאר הינדערט יאר צאמצוקלויבן אינפארמאציע און פאקטן איבער בעלגיע.
ליינט און האט הנאה.
היסטאריע פון בעלגיע - קורצע פאקטן
דאס לאנד בעלגיע איז געגרינדעט געווארן און יאר 1830 למספרם נאך די בעלגישע רעוואלוציע קעגן די פאראייניגטע האלענדישע מלוכה.
אבער בעפאר מיר הייבן אן צו באשרייבען דאס גרינדונג פינעם לאנד לאמיר זעהן וואס איז פארגעגאנגען אויף די באדן וואס רויפט זיך היינט בעלגיע נאך איידער די האלענדישע מלוכה האט עס באהערשט.
אין די געגנט פונעם היינטיגער בעלגיע, האבן פאר צוויי טויזנט יאר צוריק געוואוינט שבטים אזוי וואו די קעלטן און די גאלן.
און יאר 57 פאר דער קריסטליכע ציילונג, האט יוליוס קייזער אויסגעברייטערט די רוימישע אימפעריע, און איינגענימען נאך לענדער און זיין מיליטער האט דערגרייכט ביז גאליא בעלגיקא, אזוי האט מען דעמאלט גערופען דער געגנט וואס נעמט אריין די היינטיגע בעלגיע און האלאנד, די רוימער האבן עס פארוואנדעלט און א רוימישער קאלאניע אבער אין דעם 5טן יארהונדערט האט יוליאנוס איבער געגעבן גאליא בעלגיקא פאר די פראנקען (די פראנקען זענען א צאמשטעל פון פארשינדענע גערמאנישע שבטים) אין דעם 8טן יארהונדערט האבן זיי זיך געטויפט צו קריסטנטום.
במשך די אלע יארן האבן פארשידענע קעניגרייכן געוועלטיגט איבער בעלגיע.
אין דעם 14טן יארהונדערט איז אנגעקומען די גאלדענע עפאכע צו פארשידענע געגענטער אין בעלגיע, וואס זענען געוועהן אונטער די הערשאפט פונם פראנצויזישן בארגאניע פירשטן. אין די צייט איז געוואקסן די עקאנאמיע, אינדוסטריע און קונסט.
די פלעמישע שטעט איפער, ברוגע און גענט זענען געווארן סוקסעספול מיט זייער טעקסטיל און קליידער פראדוקציע. און מיט די צייט איז אנטווערפן געווארן א וויכטיגע ים-פארט וואס האט ערמעגליכט אריבער צופירן סחורה פון אייראפעישע און בריטישע אונזלען און אויך שיקן סחורה אהין.
אינמיטן דעם 16טן יארהונדערט האבן זאכן אנגעהויבן גיין בארג אראפ, די נידערלאַנדן זענען אריבער אונטער די הענט פון די שפאנישע האפסבורגן, די איינוואוינער האבן אנגעהויבן א לאנגע קאמף קעגן דער הערשאפט פון די שפאנישע קאטאליקן.
אין יאר 1568 האט אויסגעבראכן דאס קריג פאר זעלבשטענדיגקייט פון די נידערלאַנדן, "די רעוואלוציע פון די נידערלאַנדן". דער קריג האט געדויערט אכציג יאר, צום סוף האט האלאנד מיט אירע פארבינדעטע פארטריבן שפאניע פון זייערע טעריטאריע, אבער בעלגיע און לוקסעמבורג זענען געבליבען אונטער די הערשאפט פון די שפאנישע קאטוילן און זענען געווען באקאנט אלס די דרום נידערלאַנדן אדער שפאנישע נידערלאַנדן.
אונטער די אוטרעכט אפמאך וואס האט געענדיגט די מלחמה, זענען די שפאנישע נידערלאַנדן אריבער אונטער דער הערשאפט פון עסטרייך.
נאך דער פראנצויזישער רעוואלוציע האבן די פראנצויזן אינוואדירט דער געגנט, די פראנצויזישע אינוואזיע האט צוגעברענגט דאס אויפשטעלן פון דער פלעמישער נאציאנאלער באוועגונג, וואס האט זיך קעגן געשטעלט צו א פראנצויזישער הערשאפט, דאס אמאליגע נידערלאַנדן איז געווארן א פולשטענדיגער טייל פון פראנקרייך, די פראנצויזען האבן צוטיילט די געגנט און 9 געגענטער.
נאך דער נידערלאגע פון נאפאלעאן אין יאר 1815 , איז דער געגנט איבערגעגעבן געווארן צו דער פאראייניגטע קעניגרייך פון די נידערלאַנדן.
גרינדונג פון זעלבסשטענדיגע בעלגיע
אין יאר 1830 האבן די קאטוילישע דרום פראווינצן ווידערגעשפעניגט אין די האלענדישע פראטעסטאנטן און עס איז דעמאלט פארגעקומען די בעלגישע רעוואלוציע די קאטאליקן האבן געוואונען זעלבסשטענדיגקייט, און זיי האבן אויפגעשטעלט צום ערשטן מאל אן אייגן זעלבסשטעניג קעניגרייך און אדאפטירט דאס רוימישע נאמען פונעם געגנט בעלגיקא/בעלגיע.
אזוי ווי עס איז געוועהן אייגעפירט יענע צייט אז א קעניג פירט די לאנד האבן די בעלגן אויך געוואלט אן קאנסטיטוציעלע מאנארכיע דעריבער האבן זיי זיך געוואנדן צום פראנצויזישען קעניג מיט א ביטע אויפצונעמען זיין זון אלס קעניג פון בעלגיע. ווען ער האט זיי אפגעזאגט, האט מען אנגעבאטן דאס קעניגרייך פארן דייטשן פרינץ לעאפאלד פון דער זאקסען-קאבורג-גאטהא משפחה.
אום 21סטן יולי 1831, דאס בעלגישע זעלבסשטענדיגקייט טאג, איז פארגעקומען די קרוינונג פון פרינץ לעאפאלד אלס לעאפאלד דער ערשטער, דער קעניג פון די בעלגען,. (עס איז אינטערעסאנט אנצומערקען אז די בעלגישע קעניגען זענען נישט קעניג איבערן לאנד נאר איבערן פאלק און דערפאר רופט מען זיי נישט קעניג פון בעלגיע נאר קעניג פון די בעלגען) און אזוי האט זיך אנגעהויבן די דינאסטיע פונעם בעלגישע קעניגרייך.
המשך יבוא בעז"ה

- אטעטשמענטס
-
- unnamed.png (86.83 KiB) געזען 1349 מאל
וואס קוקסטו? שטייט דא גארנישט!!!
א גמר חתימה טובה!!!!
א גמר חתימה טובה!!!!