נייע ארגאניזאציע "משא המסע"
איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן, אבער בכלליות אין 10 מינוט וויל איך פארשטעלן מיין נייע ארגאניזאציע "משא המסע"
ב"ה במשך די לעצטערע יארן איז אסאך געטון געווארן צו שפארן געלט פאר אידן בעת שמחתם ווען זיי מאכן חתונה די קינדער בליעה"ר, און פילצאליגע תקנות זענען געווארן פראקלאמירט, פילצאליגע ביליגע זאלן רענאווירט, פילצאליגע קאמפיינען געפירט, פילצאליגע ארגאניזאציעס ארגאניזירט, פילצאליגע געשעפטן צו שפארן געלט מאדיפיצירט, די הויכע קאסטן פון חתונה מאכן היבש רעדוצירט, און עסקנים און די צייטונגען סעלעברירט, די פלאקאטן אין בית המדרש פארפירט, נייע מהלכים און מבצעים אויספרובירט, וכו'
על של עתה באתי:
אין ליכט וואס עס איז רעלאטיוו ביליג און גרינג צו פארן אויף מקומות הקדושים, עס איז שיין אהערגעשטעלט היינט צוטאגס, איז צוגעקומען א נייע סעיף בהלכות חתונה מאכן, נעמליך: א נסיעה צו מקומות הקדושים, מען דארף זיך אויסוויינען און זיך אויסבעטן אלעס גוטס אויף די נייע לעבן פון חתן כלה דעריבער שפענדט מען צווישן $3,000 און $5,000 דאלער פאר א נסיעה צו מקומות הקדושים. און אויב די מחותן פארט אויך מיט איז עס כמובן דאפעלט,
מען פארט אויף די געהויבענע נסיעה, מיט א חשובע משפיע, מען וויינט זיך אויס, מען געבט די געפילן ארויס, מען פועלט אויס אלעם גוטן, ברכה והצלחה אויף די נייע טריטן, וואס דער חתן שטעלט אין לעבן, ווען ער וועט זיין נייע שטוב אויסוועבן.
זייער א שיינע און געהויבענע זאך – אבער די ברענעדיגע פראגע וואס די גמרא פרעגט אין מס' קידושין מאנט! כסף מנלן??? – דער טאטע האט ניטאמאל א הונדערטער צו באצאלן א דרייסיגסטל פארן שדכן, ער איז שולדיג געלט פאר דריי פערטל שטאט, אבער א נסיעה מוז זיין! היינט גייט יעדע חתן אויף א נסיעה אויף מקומות הקדושים...
א איד טרעפט מיר היינט אין בית המדרש, ער איז א קאנטראקטער פאר קלענערע פראיעקטן, איז ער געוואר געווארן אז א איד וואס קומט אים $20,000 פארט א נסיעה צו מקומות הקדושים!!!, ערעב איד! אז איר האט יא די איבריגע 5 אלפים וואו בין איך???
אוודאי! א טאטע זאגט מיר היינט אז זיין חתן האט זיך אפגעשפארט אייגן געלט און דאס גענוצט אויף זיין נסיעה, יעצט ווען א געוויסער רב איז געפארן מיט א קבוצה בחורים האבן טייל בחורים זיכער – וואס איך קען זיי, זיי האבן געארבעט בין הזמנים און געמאכט דאס גאנצע געלט, אדער גרויסע חלקים פון דאס געלט, און דאס האבן זיי גענוצט פאר די נסיעה (זייער א געהויבענע נסיעה, די בחורים בינם לבין עצמם האבן גענומען נאר געדינגענע טעלעפאנען, וועלנדיג זיין באמת אויסגעפלאגט פון די וועלט, אזש ווען כ'האב גערעדט מיט איינע פון בחורים זייענדיג דארט, און כ'האב אים געוואלט מיטטיילן גאר גרויסע נייעס בחצרות קדשינו האט ער נישט געוואלט הערן, יעצט בין איך דארט אין א וועלט פון רוחניות...)
אבער ווען דער טאטע דארף עס באצאלן אינדערצייט וואס ער מוטשעט זיך דורכצושוויצן דעם חודש, און דא פאלט ארויף אזא עול, און נאך אזא רוחניות'דיגע עול וואס איז אסאך שווערער צו רעדן דערקעגן, איז דאס זייער אומפארשטענדליך.
איז אזוי: אין שיעור א' איז דא א שיינע פראצענט וואס דארף פארן איינמאל א יאר, שיעור ב' איז שוין א חיוב איינמאל א יאר, שיעור ג' – צוויי מאל א יאר, פארשטייסט...?
אין ליכט פון די אלע עלטערן וואס מיטשען זיך אזוי, גרינדן מיר די נייע ארגאניזאציע, 'משא המסע' געווידמעט צו ארויסהעלפן אידן שלעפן זייער משא פון די מסע צו מקומות הקדושים.
חברי הנהלה: נאך דא עטליכע סלאטס אוועילעבל.
סכום וואס מען וועט טיילן: לויט ווי די חברי הנהלה וועלן באשטעטיגן אין יעדע פאל עקסטער. (דארפסט פארשטיין אז איינער וועמענס פאטער עס דרייווט א קאדילאק מיט געבארגטע געלט, דארף דער זון זיצן אין ערשטע קלאס...)
אן עקסטערן וועד ווערט געגרינדעט צו טרעפן אלטע און נייע האטעלן אין די אפסטעיט אומגעגנט און מפעל בעידן חדוותא וועט זיך אפגעבן מיטן אימפארטירן קברי צדיקים דא אין די קרית יואלע אומגעגנט, - אקציע וועט ווערן דורכגעפירט דורך חלומות פונעם אלטן משמש.
די וועד וועט זיך אויך אפגעבן מיטן מאכן א דאטא באזע פון די מערסט צובראכענע ראודס מיט די מערסטע פאטהאלס ווי די גרויסע טשארטערס וועלן דארט פארן און מען וועט קענען מיטטאנצן און שפירן כאילו מען איז אינדערהיים אין אלט פולין...
דאס אלעס איז געשריבן היבש ציניש, אבער כ'מיין ארויסצוברענגען די געדאנק דערפון.
דער כולל אינגערמאן וואס דאס ווייב ברענגט אהיים 400 דאלער א וואך און דא פארט ער אויף א 2 אהאלב טויזענט דאלער'דיגע נסיעה, עס דארף מאכן סענס.
-----
געשריבן אינטערן רושם פון א שמועס צווישן עלטערן וואס מאכן חתונה, איינער איז א מרביץ תורה וואס האלט עס מיט פונדערנאנט אין ישיבה.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך