אנדי פעטיט האט געשריבן: און די קנויטן ווערען אריינגעקוועטשט אין די צלאזטע וואקס!
ביי דע וועי וואס טוסטו מיט די אויל לעכט?
איך ווייס נישט פארוואס, אבער די אויל קנויטן ברען איך נישט אפ! פילייכט האב איך אזוי געזען ביים פאטער, כ'געדענק שוין אבער נישט.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
קרעמער האט געשריבן:אנדי פעטיט האט געשריבן: קרעמער כתב:
דעברעצינער רב אין זיין ספר באר משה (חלק ח' סי' ל"ו) האט א שמועס איבער עטליכע אזעלכע מנהגי נשים, צב"ש נישט לאזן א פיצל קינד קוקן אין שפיגל, נישט איבערגיין א קינד (און אויב יא, צוריקגיין), אנבינדן א רויט בענדל קעגן עין הרע, וכו' וכו'.
אפשר ברענגסטו עס אראפ להנאתינו ולהנאת אנשי ביתי ולהנאת אנשי בית ישראל.
איך האב עס נישט אינדערהיים. בעט דעם סקרענטאנער, אפשר איז עס דא אויפן נעט.
ערנסטער האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן: 4. אויף א שטיינערנע פאדלאגע טאר מען עפ"י הלכה נישט קניען אן קיין הפסק (בגד וכדומה).
נאר אויב מ'בוקט זיך און איז מען טוחה פניו בקרקע (אפילו אן פישוט ידיו ורגליו). אבער סתם שטיין אויף די קני - פארוואס נישט?
אלטעבחורל האט געשריבן: האט איינער אמאל געהערט, אדער געזעהן ערגעץ שטיין.
אז אויב ווען מען טרעט ארויס פון שטוב, און מען באגעגענט א צובראכענעם 'כלי' וכדומה.
זאל מען זיך אויסדרייען און צירוק אהיימגיין, ווייל דאס ווייזט אויף א נישט גוטער מזל אויף יענעם טאג,
א רמיזה מן השמים.
איך האב עס אמאל געהאט געהערט.
איך ווויל דאס וויסן, ווייל איך האב געזען ווי איינער קומט היינט ארויס פון זיין הויז,
און ער האט באמערקט, א צובראכענעם 'סנעפלל', און ער האט זיך אויסגעדרייט און צוריק געגאנגען.
איך וויל פשוט וויסן ווי דער מקור איז, איך האב מיר דערמאנט דערפון.
פאפיגיי האט געשריבן: ווי איז דער מקור אז מען טאר נישט עסן די עק פון א ברויט?
ווי איז דער מקור אז מען טאר נישט אויסבלאזען א ליכט מיט די מויל?
ווי איז דער מקור אז מען טאר נישט אריינלייגען איין האנט אין צווייטען (ווי די גוים טוהן ביים פרעפלען?)?
ווי איז דער מקור אז א איד טאר נישט קניען?
ווי איז דער מקור אז אויב מען פרעגט ווי איז דער מקור איז מען א אפיקורס?
קרעמער האט געשריבן:אנדי פעטיט האט געשריבן: און די קנויטן ווערען אריינגעקוועטשט אין די צלאזטע וואקס!
ביי דע וועי וואס טוסטו מיט די אויל לעכט?
איך ווייס נישט פארוואס, אבער די אויל קנויטן ברען איך נישט אפ!פילייכט האב איך אזוי געזען ביים פאטער, כ'געדענק שוין אבער נישט.
סאכדעס האט געשריבן: וויי געוואלד, זאג איהם דארט אז ער זאל נישט קניען...
יאנקל'ע קני נישט...
דו קניעסט????אוי וויי, שנעל זעץ זיך אראפ...
האט דאס א מקור???
קרעמער, אז דאס איז דער מנהג ווייס איך, כ'זוך שוין יארן א מקור אין שולחן ערוך אויף דעם. ווער עס האט שוין געלערנט איבער דעם, זאל מיר זיימוחל זיין לאזן וויסן.
קרעמער האט געשריבן:ערנסטער האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן: 4. אויף א שטיינערנע פאדלאגע טאר מען עפ"י הלכה נישט קניען אן קיין הפסק (בגד וכדומה).
נאר אויב מ'בוקט זיך און איז מען טוחה פניו בקרקע (אפילו אן פישוט ידיו ורגליו). אבער סתם שטיין אויף די קני - פארוואס נישט?
לכאורה גערעכט. דאך קען מען נישט אוועקמאכן די אלטע אידישע ווערטל: נון נון נון, א איד טאר נישט קניען. עס איז זיכער געווען א שטארקע קפידה ביי אונזערע עלטערן אינדערהיים, צוליב סיבות ידועות להם.