עקסעל: קאלקיולעישן / רעכענען פראצענט
וואן - וויאזוי שטעל איך אן אז איין "גאנצער" קאלום זאל זיין דער SUM פון די ערשטע צוויי קאלומ'ס. למשל, איך וויל א "גאנץ" קאלום C זאל זיך אטומאטיש אהערשטעלן אלס א טאוטל פון קאלום A ענד B, אזוי ארום אז איך וועל למשל אריינטייפן א סכום הגון לכבוד שבת אין A5 און דערויף די הוספה אין B5, זאל מיר אטומאטיש דער C5 ארויסשפייען דעם סכהכל?
וזאת למודעי, אז אויף איינצעלע קאלומ'ס ווייס איך וויאזוי מ'מאכט דאס. כלומר, ווען איך האנדל בלויז מיט איין ענטערי, בין איך באקאנט וואס איך האב צוטוהן. מיין פראגע איז, וויאזוי איך שטעל אן א ליידיג SHEETאז קאלום C זאל זיך אטומאטישן אלס סך הכל פון A ענד B.
טו - איז שייך צו קאלקיולעיטן אויך פראצענט (הן פלוס און און הן מיינוס)? אויב יא, וויאזוי?
טרי - וויאזוי מאך איך אז איין געוויסער קאלום זאל זיך SUM'ן צו איין נומער, אן צו דארפן אריינטייפן דעם נומער. כלומר, איך וויל אז איין קעסטל, אדער קאלום, זאל זיין כסדר פלוס אדער טיימס 50, ס'טייטש איך וועל אריינקלאפן בלויז דעם נומער וואס כ'וויל אין קאלום A און ער זאל זיך מיר אטומאטיש פלוס'ן צו פופציג אין קאלום C, פארשטייט איך זאל נישט דארפן כסדר אריינקלאפן נאכאמאל און נאכאמאל דעם 50.
יישר כח למפרע