וואס וועלן מיר ענטפערן?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע:אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

וואס וועלן מיר ענטפערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

ווען איך בין קלענער געווען פלעגט מיין פאטער מיר דערציילן ווי אזוי מ'האט זיך אמאליגע צייטן געפלאגט אויפן דאללער, און ווי שטארק מ'האט זיך געהאלטן ביי נסיונות. ער פלעגט מיר פארציילן וויאזוי עס האט אויסגעזעהן א ער"ח אלול, ער פלעגט מיר פארציילן וויאזוי א א' סליחות איז געווען און ווי מ'האט געזעהן אידן ברעטשען פאר שרעק אין ביהמ"ד און אז עס האט אויסגעזעהן די הייליגע טעג ווי ערב מלחמה.

מיין זיידע פלעגט מיר פארציילן וויאזוי די אידן וואס זענען געקומען אויף אמעריקע האבן פארלוירן זייערע דזשאב'ס פארן נישט וועלן ארבעטן שבת. ער פלעגט מיר פארציילן וויאזוי מ'האט געדארפט פארן שטרעקע'ס צו האבן ריכטיגע כשר'ע מילך, אנע דעם וואס מ'זאל האבן אייגענע אויטא'ס. ער פלעגט פארציילן וויאזוי מ'האט זיך געדארפט ספראווען מיט גויאישע שכנים, אפילו נאר ווען עס איז געקומען צו א קידוש לבנה טענצל, כ"ש בן בנו של ק"ו ווען מ'האט געוואלט מאכן א ערב פסח שריפת חמץ וויאזוי די אנטיסעמיטישע גוים האבן געמאכט פראבלעמען.

אין ביהמ"ד פלעגן די זקנים אלס פארציילן און איבערשמועסן וויאזוי מ'האט זיך געפלאגט מיט א טעפל און קעסל צו האבן צוגעשטעלט ווארים'ס אויף שבת, און די ארץ ישראל'דיגע אידן ווי מ'פלעגט טראגן דעם טשולנט צום בעקער עס צו האלטן ווארים. זיי פלעגן פארציילן ווי מ'איז געקומען אין מקוה אין די קאלטע צופרי'ס און די מקוה האט געהאט די איינציגע ווארימקייט וואס איז געבליבן פון די נעכטיגע טבילות, זיי פלעגן דערציילן ווי מ'האט געדארפט פארן צום פארם צו שלאגן כפרות און די לאנגע רייע'ס ביים קויפן מצות.

און ווען איך בין אינטערגעוואקסן האב איך נאטירט זאכן וואס איך האב געהאפט צו קענען קוועטשן און קאמפלעינען פאר מיינע קינדער ווי שווער עס איז מיר אנגעקומען צו זיין א איד. אבער איך האב נישט געטראפן גארנישט דראמאטיש. איך האב געוואלט זיי זאגן אז מיר פלעגן זיצן אויף בענק מיט ספלינטער'ס אין קעמפ אדער אז מיר האבן געדארפט נוצן האנטוכער מיט לעכער. איך האב געוואלט קענען זאגן אז מיר פלעגן דארפן נוצן "איצקאוויטש קאפי" און אז עס איז נישט געווען עירקאנדישן אין קעמפ אין לאנטש רום. איך האב געוואלט זיי זאגן אז מיר פלעגן גיין שפאצירן א מייל און באקומען א פאקסי פאפ נישט קיין גאנצע אויפגעבלאזענע בעג מיט מטעמים. ועוד ועוד...

אבער! עס קלינגט עפעס נישט דראמאטיש! איך זעה אז אויב וועל איך שטאלצירן מיט מיין אידישקייט פאר מיינע קינדער אין ליכט פון די אלע אויבנדערמאנטע שוועריגקייטן וועלן זיי זיך שטעלן אין א ווינקל און זיך אונטערשמייכלען און פרעגן: דאס הייסט שווער? מיר האבן עס אסאך שווערער! ווען אונז גיי מיר אין חדר ווארט מען אונז אפ ביים טיר און מ'גריסט אונז אבער ווען עס קומען אריין אפאר קינדער אויף אמאל ווערט נישט יעדער עקסטער געגריסט, ווען אונז גיי מיר ארויף אויפן באס דארפן מיר זיצן אינמיטן אויב איינער זיצט שוין ביים פענסטער און ווי שווער דאס קומט אן. אויב אונז קען מיר א חזרה פארהער באקומט מען דארט א צוויי דריי ספרים'לעך אדער אנדערע מתנות וואס זענען בכלל נישט אזוי געוואלדיג טייער. וכו'.

איך שפיר ווי אונז זענען מיר א סענדוויטש דור! איך האב געמיינט נאכן כאפן פעטש פון מיין רבי'ן אז ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך נקמה נעמען אין די קומענדיגע דורות און דארט טיילן קנאקעדיגע פעטש. און? אבערווייז! היינט טאר מען שוין נישט שלאגן, מ'מעג נאר רעדן שיין! און מסביר זיין מיט א משל אז מ'מוז זיין וואויל.

איך האב געמיינט ווען מיין מנהל האט מיך איבערגעדרייט מיטן מאטראץ פארן נישט אויפשטיין פארטאג'ס אז איין טאג וועל איך דרייען מאטראצן און פארפירן אן קיינעם וואס זאל מיר שאפן אויפן קאפ וואס צו טון. און? היינט איז דאס בכלל אומאיידל!

איך האב געמיינט ווען מיין טאטע פלעגט מיך מוסר'ן פארן ארויסקוקן אינמיטן בענטשן פון סידור'ל אז איך וועל דאס טון שפעטער פארן קומענדיגן דור. עה! זיי קוקן נישט אריין אין פירסט פלעיס!

וואס גייט דא פאר?

אבער מיין גרעסטע קשי' איז: ווען מיר וועלן עלטער ווערן און אונזערע קינדער וועלן לעכצן צו הערן עפעס א אידישקייט מעשה וויאזוי מיר האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט, וואס וועלן מיר ענטפערן? וואס וועלן מיר ווייזן? אה! א קאמפיוטער האט מען געמוזט האבן פאר פרנסה! פארן אויף שוי'ס? פאר פרנסה! דאווענען אן מנין? פאר פרנסה! וכו' וכו'.... און וואס פארן באשעפער?

מיינע טייערע פריינט איך בין נישט ח"ו מקטרג! איך זאג נאר אז ער"ח אלול איז צייט זיך אונטער צו נעמען א דבר טוב, און יא האבן וואס צו ווייזן! און מיט דעם זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

I AM DISAPPOINTED

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איך האב געזיכט אויף וואס צי שמייכלען און גארנישט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע:אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

קיקיון האט געשריבן: איך האב געזיכט אויף וואס צי שמייכלען און גארנישט

ר' קיקיון ווען נישט אייער גיל, וואלט איך ווען אויף אייך נקמה גענומען פאר מיינע קינדער יארן!!! עס איז נישט קיין דזשאוק דער ארטיקל, עס איז גאר ערנסט....
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

און אז עס איז נישט קיין דזשאוק דער ארטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מעג שוין נישט דער קאמלימענט זיין א ווערטעל ?

וואס האב איך דיר ג'טוען אלס קינד? איך בין נישט ג'ווען קיין מלמד, בוס דרייווער, מקוה טרייבער, שמש אין בה"מ
אפשר בין איך ג'זעסען מיט דיין טאטען אויף איין באנק אין בהמ"ד אין ג'שטערט דיין שפילען מיט די טראקעלעך אויף מיין סידור?
דיך נישט ג'לאזט קניפען ( OOPS שלייפען) ציצית ביי כל הנערים?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע:אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איר נעמט שוין אויך זאכן ערנסט? איך בין חושד אז אלול אפעקטירט שוין די אייוועלטל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ist.png
ist.png (2.21 KiB) געזען 1407 מאל

אדער גאר ביידע ??
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

oder keiner der beiden
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
שפיציג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיציג »

אונז וועלמיר כאטש קענען זאגן אז מ'האט זיך געזארגט וואס מ'גייט ענטפערן. (קרעדיט זאלץוואסער אויף אייוועלט)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

'
אטעטשמענטס
kvod zalzy.png
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

זאלצי דו בוזט געפערליך

אפשר זאלסטו זיי מסביר זיין ווי שווער סע איז געווען צו טייפן אויף אייוועלט אביסל מוסר
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12262
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך רעד שוין נישט פון די מליצות. אבער די איידיע איז דאך געוואלדענע
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח זאלץוואסער פאר די שאקל אום חודש אלול
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דו וועסט זאגען אז אין דיינע צייטען האט דער שטן ערפונדען אזא כלי וואס הייסט אינטערנעט, וואס דורך דעם פלעגט מען קענען צוקומען צו דאס ערגסטע במינות ובעריות. די צרה איז געוועהן אז דער כלי האט מען געמוזט נוצען צוליב אנדערע צוועקען און די נסיונות זענען געוועהן אומגעהויער.

וועסט זאגען, 'קינדערלעך, דער וואס איז דאן נישט געוועהן קען זיך נישט פארשטעלן וואספארא נסיונות דאס האט געברענגט. קוקטס ארוך אויף ענקערע חברים, יעדע איינער פון זיי האט א טאטע און זיידע וואס זענען געוועהן פון די שבעת אלפים ברכים שלא כרעו לבעל.'
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”