נייע וועבסייט - tzetelmaker.com

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

נייע וועבסייט - tzetelmaker.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

באקומען אין אימעיל:

לכבוד חברי היקר הי"ו

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו!

נאך יארן פון עוסק זיין אין די פעלד פון גרעפיקס פאר היימישע אידן איז מיר אויסגעקומען פיל מאל צו זעהן ווי עס איז דא א שטארקע פלאץ צו פארבעסערן די סערוויס וואס מען שטעלט צו פאר די קלענערע קאסטומערס וועלכע דארפן נישט מער ווי א צעטיל אויפצוהענגען אדער ארומצושיקן, וואס פילע גרעפיקערס זענען ניטאמאל אויסגעשטעלט צו סערווירן אזאלכע קליענטן, און אפילו ווען יא געבט מען נישט די ריכטיגע ישוב הדעת צו דעזיינען מיטן מאקסימום קריעטיוויטי.

נאך פיל טראכטן און זיך נאכפרעגן, בין איך אויפגעקומען מיט א מהלך וואס איך האב משקיע געווען אסאך צייט געלט קאפ און מח, אוןן וועט ערלויבן אליינס צו קענען מאכן הערליכע קלאסישע צעטלעך, אן דארפן זיין אנגעוויזן אויף קיינעם.

איך טוה דערמיט פארשטעלן פאר אלע מיינע חברים וידידים די נייע וועבסייט
http://www.tzetelmaker.com

כשמו כן הוא: "צעטיל מעיקער" צעטיל מאכער...

מיר האבן דארט פארשידענע דעזיין טעמפלעט'ס פאר פארשידענע געלעגנהייטן, וואס מען קען קאסטומייזן פאר'ן אייגענעם געברויך, און דערנאך דאנלאודען פאר א מינימאלע אפצאל.

פארשטייט זיך אז עס איז ווייט פון פארטיג, מיר וועלן כסדר האלטן אין איין אפדעיטן מיט פרישע דעזיין טעמפלעט'ס, און צוביסלעך עס נעמען העכער און העכער און מער און מער פארגעשריטן צו קענען באהאנדלען מער קאמפליצירטערע דעזיינ'ס, ווי חתונה אינוויטעישאנ'ס, פאוסטער'ס, א.א.וו., עס איז דעריבער ראטזאם צוריקצוקומען כסדר קוקן צו עס איז דא פרישע אפדעיטס.

שיקט ארום דעם לינק פאר אייערע חברים, איבערהויפט פאר א חבר וואס מאכט א שמחה וואס וועט זיך שפארן איבעריגע צייט און טירחה דורכ'ן קענען מאכן א צעטיל אונטער א מינוט אויף דעם וועבסייט.

און זעלבסטפארשטענדליך, לייגט אוועק דעם לינק ביום תת ה' שמחה באהליכם, דער אייבישטער זאל העלפן יעדעם מיט שמחה ונחת.

ידידכם: מתתי' פערל

נ.ב. איר האט באקומען דעם אימעיל זייענדיג אויף מיין ליסטע וואס האט זיך צוזאמענגעקליבן במשך די יארן, ביטע אנטשולדיגט אויב איר שפירט אז איר וואלט נישט געדארפט באקומען דעם אימעיל, ביטע שיקט מיר צוריק און איך וועל אראפנעמען אייער אדרעס אן קיין פראגעס.
PDF
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך PDF »

Massive idea
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

אינסטראקציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

ברוך שהחיינו וקימנו, נאך שווערע הארעוואניע פון לאנגע חדשים עפענען מיר דעם וועבסייט “צעטיל מעיקער” צו פארגרינגערן דאס מאכן צעטלעך פארן היימישן עולם, מען זאל זיך נישט דארפן פלאגן און ארומלויפן צו דעם און צו יענעם און באצאלן הויכע פרייזן ביים מאכן א צעטל.

ווי איר וועט זעהן ביים ארומקוקן אויף די טעמפלעטס לייגן מיר אריין גרויסע כוחות אז די דעזיין זאל זיין הערליך און צוגענגליך, מיר וועלן בלי”נ כסדר צולייגן פרישע דעזיינס אי”ה.

וויאזוי עס ארבעט:

די צעטל וועט איר קענען פולקאם נוצן און ארויספרינטן ביי אייער פרינטער אדער שיקן צו א פרינטער – איינמאל די פעימענט וועט אריבערגיין… בעפאר’ן צאלן וועט איר בלויז קענען זעהן א “פריוויו” פון די צעטל, מיט די לאגא פון “צעטל מעיקער” ארויפגעלייגט דערויף.

נאכ’ן אריינלייגן אלע אייערע אינפארמאציע אין די באשטימטע טעמפלעט וואס איר האט אויסגעקליבן, וועט איר דארפן אריינלייגן אייער אימעיל אדרעס, און דאן צאלן מיט “פעי פעל” (מען מוז נישט האבן קיין פעיפאל אקאונט, מען קען צאלן מיט א געהעריגע קרעדיט קארד). א פרישע אקאונט וועט זיך אויטאמאטיש עפענען פאר אייך, איר וועט באקומען אין אימעיל אייער באניצער נאמען און פעסווארד, און א האלבע מינוט נאכדעם וואס די פעימענט איז אריבער וועט איר קענען דאולאודען דעם צעטל גרייט אין א “פי די עף” פארמאט דורך אייער אקאונט אויף דעם וועבסייט.

טוישן די אינפארמאציע וואס מען לייגט אריין

די אינפארמאציע וואס איר לייגט אריין סעיווט זיך “נישט” אויף א אופן עס צו קענען פאררעכטן שפעטער, די בעסטע איז עס צו מאכן ווען מען האט גרייט אלע אינפארמאציע, און אויב זענט איר מסופק אויף א געוויסע פרט האלט אפען דעם בלאט ביז איר האט אלע אינפארמאציע, ווייל איינמאל איר מאכט צו דעם בלאט ווערט אלעס אויסגעמעקט. (פארשטייט זיך אז איינמאל די פעימענט איז אדורך – איז די אינפארמאציע ארויף אויפן פי די עף וואס איר וועט קענען דאונלאודען, אבער איר וועט דאס שוין נישט קענען פאררעכטן).

סייז פון די צעטלעך

די סייזעס פון די צעטלעך לויפן דערווייל אויף די צוויי אנגענומענע אמעריקאנער סטאנדארטן אין פרינטינג: 1) א פולע פעידזש, וואס איז גרויס 8.5 ביי 11 אינטשעס, 2) העלפט דערפון וואס איז 5.5 ביי 8.5 אינטשעס, וואס אזא סייז קען מען ארויפלייגן צוויי דערפון אויף א פולע פעידזש.

אויב ווילט איר ארויפלייגן צוויי אויף א בלאט וועט איר דאס מוזן טון אין אייער אייגענע פראגראם, אויב פרינט איר דאס ארויס אזויווי עס איז – 5.5 ביי 8.5 – אבער אויף א פולע פעידזש, איז גוט ארומצושניידן אז עס זאל נישט זיין צופיל ליידיגע ספעיס ארום.

זעהן קלארער די צעטל

צו זעהן גרעסער דעם צעטל בשעת איר לייגט אריין אייער אינפארמאציע, דרוקט אויפן קיבארד CTR מיט די “+” קנעפל, און דערנאך CTR מיט די “-” קנעפל צוריק קלענער צו מאכן.

שיקן די צעטיל דורך אימעיל

אויב ווילט איר שיקן די צעטיל צו אייערע חברים דורך אימעיל, רעקאמענדירן מיר דאס צו מאכן צו א קלענערע פייל, אז אייער חבר זאל דאס קענען גרינג עפענען און זעהן אויף סיי וועלכע פלאץ. זעהט דא פאר אנווייזונגען.

אונזערע פלענער בעזה”י

אונזערע פלענער אויפן צוקונפט זענען בעזה”י צו פארגרעסערן און פארשענערן דעם וועבזייטל, און צולייגן נאך און נאך אפציעס וואס מען זאל אליינס קענען אויסשטעלן איינפאך און שנעל (ווי חתונה איינלאדענונגען, פאוסטער’ס א.א.וו.), אן דארפן צוקומען צו איבעריגע קאפוויי מיט וואס דאס איז לעת עתה פארבינדן.
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

איך וווער פרייליך ווען א אינגערמאן האט א קאפ אויפן פלאץ
צלח ורכב
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

איך מיין אז ס'האט עפעס מיט Dart Design פון ק"י
קען עס איינער באשטעטיגן?
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

קנאקעדיגע איידיע, מאך די זעלבע זאך פאר אינוויטעישן'ס, וואס יעדער מאכט די זעלבי זאך נאר די נעימען טוישן זיך, עטליכע טענפלייטעם און ג'ענדיגט
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

פרישער האט געשריבן: קנאקעדיגע איידיע, מאך די זעלבע זאך פאר אינוויטעישן'ס, וואס יעדער מאכט די זעלבי זאך נאר די נעימען טוישן זיך, עטליכע טענפלייטעם און ג'ענדיגט

;l;p-און נאכאיינס;l;p-
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
..........
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מאסיוו און קריעטיוו. ב"ה אידן ניצן די של ראש אויף זיסע איידיעס
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געוואלדיג!!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

http://tzetelmaker.com/affiliate-program

מיר האלטן אינמיטן צוזאמענשטעלן א ספעציעלע פראגראם אונטער וואס פרינטינג און קיאקסק פירמעס וועלן קענען צושטעלן אונזער סערוויס פאר זייערע קליענטן אין אויסטויש פאר פראצענטן, אויב ווילט איר זיך איינשרייבן דערין ביטע אימעילט אונז אייער ביזנעס אינפארמאציע

[email protected]
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
..........
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שוועמל האט געשריבן: געוואלדיג!!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

געוואלדיג
לאז מיר צולייגן נאך א געדאנק
מאך טעמפליטס פון שער בלעטער, היינט צוטאג ווען יעדער שמויגער וואס האט א קאמפיוטער געט ארויס א קונטרס, האט מען קאפוויי צו האבן א גוטן שערבלאט, צו גיין צו א געהעריגן מדפיס קען ער דיר טאשארדזשען 300 דאלער פאר א שער וואס ער האט נעכטן גענוצט פאר א צווייטן און יענער האט אויך געצאלט 300
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

פיינעלי! זייער א גיטע איינפאל.
זאכען וואס מען קען צילייגען.
שטר תנאים
שטר כתיבה
אפשערען סטיקערס
קרי"ש סטיקערס
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

להגדיל שמו האט געשריבן: פיינעלי! זייער א גיטע איינפאל.
זאכען וואס מען קען צילייגען.
שטר תנאים
שטר כתיבה
אפשערען סטיקערס
קרי"ש סטיקערס

נישט אויסגערעד פרי דאונלאודס...
אוועטאר
esteem
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך esteem »

גיוואלדיג!!
WOW

אולי מעג זיין שענערע טעמפלעיטס דארטן.
ס'עט מסתמא זיין מיט די צייט.

כה לחי!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זאל ער נאר אנהאלטן לאורך ימים...

היינט מארגן פארט ארום די טעמפלעטס פון רעכל צו מעכל....
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

אלטן דור האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן: פיינעלי! זייער א גיטע איינפאל.
זאכען וואס מען קען צילייגען.
שטר תנאים
שטר כתיבה
אפשערען סטיקערס
קרי"ש סטיקערס

נישט אויסגערעד פרי דאונלאודס...

האה?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

זיסע איידיע, חתונה אינוויטעישן איז לכאורה די וויכטיגסטע
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

I think to open a service for "ivelt" templates
Some times people want to write something but they don't have what to write, so rather then writhing senseless tguvas they can buy ready templates and just change the nick.
אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע:אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

עם הארץ האט געשריבן: I think to open a service for "ivelt" templates
Some times people want to write something but they don't have what to write, so rather then writhing senseless tguvas they can buy ready templates and just change the nick.

זאג מיר דעם אמת, איז די תגובה אייגענס אדער גאר פון די "אייוועלט טעמפלעט'ס"?
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

יהיה כן האט געשריבן: זאל ער נאר אנהאלטן לאורך ימים...

היינט מארגן פארט ארום די טעמפלעטס פון רעכל צו מעכל....

לויט ווי איך פארשטיי וועס זיין א JPG אזוי אז עס זאל זיין שווערער צו פארן פון רעכל צו מעכל
מטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטל »

די פרייז וועט זיך נישט קענען האלטן מיט די טייערע מודעות פון די סייט אויב יעדע מעכל וועט עס האבן ביי זיין קידוש
מצאלט טייער צו זיין אנדערש פון א צווייטען
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21621
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אלטן דור האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: זאל ער נאר אנהאלטן לאורך ימים...

היינט מארגן פארט ארום די טעמפלעטס פון רעכל צו מעכל....

לויט ווי איך פארשטיי וועס זיין א JPG אזוי אז עס זאל זיין שווערער צו פארן פון רעכל צו מעכל


on their homepage it says clearly

Create your Simchah Tzetel
and download it as PDF File

http://tzetelmaker.com/
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

א געווענליכער ציווילער מענטש קען נישט טוישן קיין ווערטער אויף א פי די עף.

ווער עס קען, קען אריינסקענען א צעטל אויכעט און אזוי זיך ארום שפילן דערמיט.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
שרייב תגובה

צוריק צו “גראפיקס און דעזיין”