עצרת תפילה אין וואל סטריט קעגן גיוס בני ישיבות בארצה"ק

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

צייטליך האט געשריבן: אגב. צוליב די לעצט מינוט'גע אפמאך צו מאכן א עקסטערע VIP גאס פאר די רבנים, נישט ווי פריער געפלאנט אז יעדער וועט שטיין ווי ער וויל א שטייגער ווי ביים עצרת אין ירושלים, זענען אסאך רבנים און ראשי ישיבות נישט געהעריג אנגעקומען צום פלאץ (א שטייגער ווי אדמו"ר מ'פאפא - וואס די בילד פון אים איז נישט צווישן אלע אדמורי"ם - און נאך)

קען זיין אז געוויסע רבנים האבן נישט געקענט אנקומען צום VIP סעקשאן, אבער פאפא רבי איז געשטאנען אויף דעם ארט געפלאנטערהייט.
שוין עטליכע שעה פאר די עצרת האט מען געמאלדן אויף די פאפא וואויסמעיל סיסטעם, אז דער רבי וועט שטיין פארנט פונעם באנק אוו אמעריקא ביי וואטער סטריט קארנער וואל סטריט.
ער איז דארט געשטאנען מיט זיינע קינדער, אחיו הגה"צ דומ"ץ פאפא שליט"א, און א קבוצה פון חסידי פאפא.

זעה ביייגעלייגט בילדער
אטעטשמענטס
Pupa.jpg
Atzeres.png
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

@KolHaolam: NEW YORK: U/D - The Jewish Press apologizes to its readers for the hate filled headline. Writer of the article has been fired. @hameditor

@JewishReporter: WOW! Jewish Press Fires Online Editor Following Offensive Headline Against Haredi Community http://t.co/xnRoyShf7F
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

טשיהא.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

תגובה דורך והנה און נון »

פריער האט איינער אויף 770 אויך געהאקט קעגן דעם פראטעסט און אידן האבן ארייגעקאלט, ער האט נישט אבער געלאזט אויסרעדן
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25364
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

היות איך האב אפגשריבן פאר מיר מיינע געפילן אין התרגשות ביי די עצרת מחאה.
ע''כ האב איך מחליט געוועהן צו מהנה זיין דער עולם, איך האף דער עולם וועט הנאה האבן, הגם איך בין בעצם גארנישט מחדש, דאך ארויס צו ברענגן מיינע הרגשים, אין מיין בליק אויף דעם...

מיינע איינדריקן פין דער עצרת תפילה ומחאה,
נעכטן זינטאג אין לוער מאנעהעט'ן בראשי אלפי ורבבות ישראל
.

שוין פין א וואך פריער אן - נאך דער "עצרת המליון" וואס איז פארגעקומען בפלטרין של מלך אין ירושלים עיה''ק, וואס א געשאצטע ערך פין 800.000 יוד'ן פין אלע שיכטן אין קרייז'ן האבן זיך צוזאם גענומען, בראשם דער חברי הבי''ד הגדול שבירושלים בד''ץ עדה החרדית, מיט דער ראשי צדיקי ומאורי הדור, ראשי ישיבות ואדירי התורה, צו אויס שרייען דער טיעפן וויי געשריי פין די יהדות החרדית הנאמנה אקעגן דער שלטון המינים, וואס זוכן אונז ביי יעדע גלעגענהייט צו רודפ'ן אין אונז צוברעכן, ובפרט מיט דער לעצטען גזירה השמד, דער גזירה הידוע לשימצה מיט גיוס בני הישיבות וכו', נאר מיט'ן איינציגן ציהל צו צוברעכן דער רוקן ביין פין די ערליכע יודן אין פין דער תורה הקדושה - האט מען שוין גערעדט אז דאהי אין ניו יארק גייט מען אויך אי''ה צוזאם קומען א וואך שפעטער זינטיג פר' צו לס' 'אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה' ז' אדר יו''ד של משה רבינו, ביחד ראשי אלפי ישראל למעמד אדירה עצרת תפילה ומחאה זיך משתתף זיין מיט אחינו בני ישראל יושבי ארצינו הקדושה, האב איך אויך אזוי ווי אלע געווארט מיט געדולד זוכה צו זיין אויך צו אויסצושרייען קבל עם ועדה שאין לנו חלק בשלטון הכופרים, אין צוזאמען שרייען צום רבש''ע זאל שוין מרחם זיין אויף אונז צו ראטעווען פין די שלעכטע הענט וואס ווילן אינז צוברעכן.
שוין פאר שבת איז ארויס געקומען א קול קורא פין דער גדולי צדיקי הדור וראשי ישיבות וואס וואוינען דאהי מיט א שטארקע ריף אז יעדער זאל קומען צו אויסשרייען דער וויי געשריי פין אחינו בנ''י היושבים בארץ ישראל הנאנקים ונאנאחים תחת יד הרשעה, ובמיוחד האט זיך ארויס געשטעלט דער אמת'דיגע דעת תורה פין דער לוחם מלחמות השם כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א וואס איז ארויס געקומען מיט א באזונדערע קול קורא וואס איז אונטערגעשריבן געווארן דורך דער וועד באי כוחו ובשם דער רבי'ן אז עס איז א חוב קדוש יעדער זאל זיך משתתף זיין, האט דאס ארויס געוויזן א באזונדערע אינטערעס ביי דער גאנצע קהל אין האט געהאט א טיעפן אפקלאנג.
זינטיג א' צו היום הגדול והנורא

חאטשיג זייער'דיג א תושב וויליאמסבורג איז מיר אבער אויסגעקומען צו זיין אין בארא פארק, ע''כ האב איך אויס געשטעלט מיין פלאן צו פארן פין ב''פ, געטראכט האב איך קודם עה! אוודאי וועט זיך נישט אנהייבן פאר 3 אזייגער ממילא האב איך נישט וואס צו יאגן, איז דער פלאן געוועהן צו פארן בערך 1:45 אבער למעשה האט א חבר מיינער מיר געזאגט אז עס איז יא כדאי צו גיין פריער, מחמת עס וועט דאך זיין א אנלויפעניש פין א ריזן ציבור, האב איך מיר טאקע זיך געאיילט צו גיין 1:00, שוין אנקומענדיג צו דער טרעין סטעיטשן אויף פארט העימילטאן צו נעמען דער טרעיןD , איז שוין א ריזן ציבור געציילט עטליכע הינדערטע שוין געשטאנען אויפן פלאטפארמע צו ווארטן אויף דער טרעין, אין ווער רעדט נאך אין דער טרעין אליינ'ס, עס האט ענדערש אויס געזעהן א בית מדרש וכדו', פין איין זייט זעה איך זיצן א יונגערמאן אין געשמיסט מיט א עלטערע יונגערמאן אין לערנען, אנדערע זייט איז געשטאנען א קבוצה פין יונגעלייט אין געשמיסט סיפורי צדיקים, אין דא איז געשטאנען א פאר בחורים אין לערנען צוזאמען ביי קליינע גמרות, סתם עמך יודן אויכעט וואס זענען געשטאנען מיט א ערנסטקייט מיט שטארקע התרגשות, וואס הייסט.. עס גייען דאך צוזאם קומען א ריזן קיבוץ פין יודן, פין אלע שיכטן אין קרייזן וכו', ביי אנטלאנטיק סטעיטשן האט מען געדארפט טוישן א טרעין, אוי.. האט עס ענדערש אויס געזעהן ווי א גרויסע יודישע סענטער, גוים זענען געשטאנען ביי די זייט אין געקוקט אין גשטוינט נישט פארשטייענדיג וואס גייט פאר יעצט אינמיטן א העלע זינטאג, אינמיטן טאג,.. מיר האבן געכאפט דער טרעין 4 וואס איז געפארן ביז WALL ST, דארטן זענען מיר געגאנגען ביז WATER ST וואס איז שוין געוועהן אנגעלייגט ימים פין מענטשן, אפי' אויבן ווי עס איז געוועהן צוגעגרייט פין פאראויס א סעקשאן פאר די נשים, איז געווארן איבערגעפילט, אז די פאליס האט געדארפט צו לייגן נאך 2 געסלעך פאר זיי.
סדר המעמד

איך בין אנגעקומען פונקטליך זייגער 2, איך האב מיך אוועק געשטעלט ערגעץ אינמיטן נאך pine st. , ווארטענדיג מען זאל אנהייבן, דערווייל איז דער איבערפליס נאך אנגעגאנגען אויף גאר א שטארקע טעמפא, נאך אין נאך יודן זענען אנגעקומען, דער פאליציי האט שוין געמיזט צו מאכן אינזערע בלאק מיט געיט'ס, עס זאל זיך נישט איבערפליסן וכו', מען האט עטליכע מאל אויסגערופן אויף דער הויכהילכער אז מען בעט דער עולם זאל שטיין רואיג אין זיך נישט שטיפן, מען האט געזאגט סיי אויף יודיש אין סיי ענגליש.
תפילת מנחה
2:20 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה,[בשעת מעשה האב איך נישט געוויסט ווער עס האט פארגעדאווענט מנחה, אבער נאך די מעמד האט מיר איינער געזאגט אז דער בעל תפילה איז געוועהן ווילעפאולער רבי פין פלעטבוש] דער בע''ת האט געדאווענט מיט א מתינות, יעדער האט געשפירט ווי דער שערי שמים זענען יעצט אפען, אין מען שטייט מיט ברייטע ארעמעס אויפצונעמען דער יודישע תפילות, ביי ברכת ולמלשינים איז געוועהן וואס צו בעטן אין אינזין האבן, אזוי ווי עס איז באקאנט וואס מען זאגט נאך פין דער פרידיגער בעלזער רבי'ן הגה''ק ר' ישכר דוב זי''ע אז מען דארף ביי ולמלשינים אינזין האבן דער ציונים למיניהם.. אויך ביי עלינו לשבח איז געוועהן וואס צו אינזינען האבן דער 'להעביר גלילים מן הארץ והאלילים כרת יכרתן לתקן עולם במלכות ש-ד-י' וכו'.. 'להכרית כל רשעי הארץ ויכירי וידעו כל באי עולם וכו'. ס'זאל שוין מקיום ווערן אויף דער מלכות הרשעה וואס ווילן אויף אינז שולט זיין הן בגשמיות הן ברוחניות, איך גלייב אז יעדער האט דאס גאר טיף געבעטן אין עס האט געהאט א אנדערע משמעות.
אמירת תהילים

נאכדעם האט מען געבעטן דער עולם היות עס איז דאך א שעת הכושר, איז אוודאי גלייכער אז מען זאל אויך אינזין האבן דער חולי ישראל אין אנדערע צרות וואס יודן מאכן מיט ליידער ליידער רח''ל ירחם השם, אין מען האט מכבד געוועהן דער משגיח הגדול הגה''צ ר' דן סגל שליט''א זאל פארזאגן תהילים וואס ער האט געזאגט מיט שטארקע בכיות עטליכע קאפיטליך, שפעטער האט מען מכבד געוועהן דער ספרדישע חכם הגאו' ר' יוסף הררי רפול שליט''א צו זאגן קאפיטל קכ''א פסוק בפסוק, אין דערנאך קאפיטל קמ''ב האט דער משגיח הגאון הגדול ר' מתיהו סלימון שליט''א געזאגט מיט א שטארקע התרגשות פסוק בפסוק.
אבינו מלכינו

מיט אבינו מלכינו איז נתכבד געווארן דער נובומינסקער רבי שליט''א וואס דער תפילה איז געזאגט מיט גרויס התרגשות צוזאמען מיט דער הונדערטע טויזנעטער יודן אינאיינעם, אוי! דער 'קרע, רוע גזר דינינו' האט געדינערט, השי''ת זאל שוין טאקע צורייסן דער שלעכטע גזירה פין גיוס אין אזוי אויכעט די אנדערע גזירות .
אמירת סליחות

דערנאך איז אויפגערופן געווארן כ''ק אדמו''ר מצאנז קלויזנבורג שליט''א צו זאגן דער סליחות ישראל נושע וכו' יחביאנו וכו' וואס ער האט געזאגט מיט גאר א שטארקע ברען כדרכו בקודש, אין דערנאך מיט דער י''ג מידות האט מען מכבד געוועהן הגאון ר' שלמה מנדל שליט''א ראש ישיבה דברוקלין וואס מיט זיין מעכטיגע הויכע קול האט ער גאזאגט דער ד' ד' וואס האט אפגעדינערט אין דער גאנצע פלאץ מיט א שטיק פלאקער..
קבלת עול מלכות שמים

יעצט איז מען אנגעקומען צו די שפיץ פין דער מעמד, דאס קבלת עול מלכות שמים, וואס כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט פארגעזאגט, וינועו אמות הסיפים, מיט א קול גדול בכח האט מען מקבל שמים געוועהן, ווען רבינו שליט''א האט געזאגט 'ד' הוא אלוקים' אוי!! האט דאס אפגעקלונגען גאר ווייט, עס האט געקענט דאכטן אז דער גאנצע בריאה הערט זיך איין מיט א שטילקייט, ווי אזוי אונז זענען מיר מקבל עולם ומלואו אז דאס איז דאס, מיר וועלן זיך נישט אינטערגעבן פארן שלטון המינים אפי' א זוז כלשהוא, דער באשעפער פין אמאל איז דער זעלבער היינט, אין מיר וועלן זיך שטארקן אין שטיין פעלזן פעסט א קעגן דער בייזער ווינטען וואס בישעווען דורך דער אנשי בליעל וואס ווילען אינז איינשלונגען, אבער היו לא תהי' בעזהשי''ת.
סיום המעמד

דערנאך האט מען דערקלערט אויף ענגליש פארן מידיע וואס אונז ווילן מיר, די תורה איז אינזערע לעבן, אין מיר וועלן גארנישט טוישן, אין קיין איין בחור האט נישט וואס צו גיין אין מיליטער, אין דערנאך זענען דער בני הישיבות ארויס אין גאר א פרייליכער טאנץ מיט זינגען 'עצו עצה ותופר'.. א.א.וו.
דערנאך זענען מיר אלע אהיים געגאנען מלא רגש דקדושה מיט א פעסטן באשליס אז מיר האלטן ביי אונז אז מען בייגט זיך נישט פאר קיינעם, אינז זענען מיר שטאלץ, אין פין אונזערע תורה גייען מיר קיינמאל נישט אוועקריקן.
אשרינו מה טוב חלקינו.. אז מיר האבן זיך משתתף געוועהן אין אזא זעלטענע עצרת מחאה, וואס האט כמעט אזאנס גלייכן נישט געהאט אין דער אמעריקאנער היסטורי', וואס אזוי פיל יודן – וואס מען שאצט נאנט צו א 100.000 יודן, אין א טייל זאגן אפי' מער - בכל אופן א זעלטענהייט פין אזא צוזאם קום פין אזוי פיל יודן אינאיינ'ם.
איך בין צירוק געפארן מיטן טרעין, אויטש האט זיך אפגעטוהן, אנגלייגט מיט יודן, איינער האט מיר באמערקט אז מען זאל אביסל אריינטראכטן, ווי אזוי האט אויס געזעהן בזמן שביהמ''ק היה קיים, ווי יודן האבן זיך געשטיפט בעת עולה רגל זיין, ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן... בלייב מיר טאקע צו ווינטשן אז מיר זאלן שוין טאקע אינגיכן זוכה זיין צו דער גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום דינסטאג מארטש 11, 2014 2:14 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

WOW
נישט געוואוסט אז דו ביסט א מומחה אין דעם אויך
געוואלדיג;l;p-;l;p-
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובה דורך חסיד נלהב »

נאטרוליסט האט געשריבן: די העדליינס אינעם המבשר אוון אינעם אפיציעלן ארגאן המודיע, שרייען קלאר עצרת תפלה ומחאה.


א רעקארד געשלאגן.


דעי רעקארד ברענגט אויף אביסעל ווינדער בעיני, פארוואס טאקע האט דער זעלבער פרעסע וואס האט עד היום זייער פארמינערט דאס ארויסגיין מיט מחאות און קיינמאל נישט געגעבען קיין דעקונג, פלוצים עפעס אזוי שטארק ארויס מיט א תמיכה און קנאי'שע אייפער למען המחאה, דא לכ' האט נישט י. פארקאש א יד נו? הדבר צריכה תלמוד, וואס שטעקט אין דעים אז זיי זענען אזוי פריש מיט מחאות וכו' האט איינער עפעס הסבר דערויף?.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4503
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

פארוואס האסטו מורא חושש צו זיין אז אפשר אפשר זענען זיי מוחה ווייל ס'טוט זיי וויי??
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובה דורך חסיד נלהב »

derech eretz האט געשריבן: פארוואס האסטו מורא חושש צו זיין אז אפשר אפשר זענען זיי מוחה ווייל ס'טוט זיי וויי??

דאס איז עפעס א פלא והפלא,
מעגליך אז מיר האלטען שוין טאקע ביי דעים.

...
לפענ''ד ווען איינער וויל וויסען וויאזוי מען רעאגירט צו ווייטאג, זאל ביטע כאפען א בליק אין די אראבישע פרילינג ערטער ווי מען ווארפט אום איין מאכט נאכען צווייטען מיטן אויסדריקען ריכטיגע ווייטאג.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובה דורך מצב כללי »

יישר כח מומחה יוחס, פאר דיין שיינע באריכט.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4503
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

מצב כללי האט געשריבן: יישר כח מומחה יוחס, פאר דיין שיינע באריכט.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

private האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן: די העדליינס אינעם המבשר אוון אינעם אפיציעלן ארגאן המודיע, שרייען קלאר עצרת תפלה ומחאה.


א רעקארד געשלאגן.

איך בעט אייך אלע איבער שוין אויב איך פרעג א נארישע פראגע.

איך פארשטיי ביכלל נישט וואס איז די פרייליכקייט אז המודיע/המבשר האבן באריכטעט/שרייען. אמער זיי זענען דאך די ארגאנאזירער פינעם גאנצען פרטעסט אוואדע ווילן זיי ס׳זאל זיין גרויס מעכטיג.

אפשר דאך
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

מען האט נישט גערעדט פון די חידוש אז זיי מאכן עס מעכטיג, נאר פון דעם אז זיי רופן עס אן "מחאה", נישט בלויז עצרת תפילה כדעת תורתם של רחוב חזו"א..
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

derech eretz האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן: יישר כח מומחה יוחס, פאר דיין שיינע באריכט.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

‏@tariqnisarahmed Mar 9
Literally right outside my office! Well organized religious service and protest.
אטעטשמענטס
BiTgirXIQAA6Hy9.jpg
לעצט פארראכטן דורך דער תהילים איד אום מאנטאג מארטש 10, 2014 11:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

@tariqnisarahmed Mar 9
If religious Muslims protest government injustice? How would they be treated?
אטעטשמענטס
BiTkWZyIIAANyrm.jpg
רבינו שאג בקול גדול וגו'
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

חסיד נלהב האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן: פארוואס האסטו מורא חושש צו זיין אז אפשר אפשר זענען זיי מוחה ווייל ס'טוט זיי וויי??

דאס איז עפעס א פלא והפלא,
מעגליך אז מיר האלטען שוין טאקע ביי דעים.

...
לפענ''ד ווען איינער וויל וויסען וויאזוי מען רעאגירט צו ווייטאג, זאל ביטע כאפען א בליק אין די אראבישע פרילינג ערטער ווי מען ווארפט אום איין מאכט נאכען צווייטען מיטן אויסדריקען ריכטיגע ווייטאג.


הייסט אויב מיר פירן זיך נישט ווי פראים און ווי די שחורים האבן געטאן אין קרוינהייטס און געלינטשט א איד רח"ל פאר'ן פאטאלן עקסידענט, הייסט עס נישט אויסגעדרוקט ווייטאג?

עס וואונדער מיך טאקע פארוואס סאטמאר רב זי"ע האט נישט אונטערגעצינדן קיין מיסט-קאסטענס ביי פראטעסטן... אכשור דרא!
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובה דורך חסיד נלהב »

איך האב חלילה נישט פארלאנגט אז זיי זאלען ווערן להבדיל ווי די גרועים שבאומות אין אוקריינע אדער עיגיפטען, צו גאר זיי זאלען זיך טוישען גאנג און ווערן ווי די נ.ק.
נאר צו מאכען פעולות אויף וואס אזא אויסוואורף ווי דער ח''כ ליפמאן צו די מזרחי קענען זיך דערמיט שפירען באקוועם מיינט, אז מען קען נאך טון היבשע פעולות ביז די עקסטרים, צו ארויסצייגען ווייטאג.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

חסיד נלהב האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן: די העדליינס אינעם המבשר אוון אינעם אפיציעלן ארגאן המודיע, שרייען קלאר עצרת תפלה ומחאה.


א רעקארד געשלאגן.


דעי רעקארד ברענגט אויף אביסעל ווינדער בעיני, פארוואס טאקע האט דער זעלבער פרעסע וואס האט עד היום זייער פארמינערט דאס ארויסגיין מיט מחאות און קיינמאל נישט געגעבען קיין דעקונג, פלוצים עפעס אזוי שטארק ארויס מיט א תמיכה און קנאי'שע אייפער למען המחאה, דא לכ' האט נישט י. פארקאש א יד נו? הדבר צריכה תלמוד, וואס שטעקט אין דעים אז זיי זענען אזוי פריש מיט מחאות וכו' האט איינער עפעס הסבר דערויף?.


הוא הדבר וואס דער סאטמאר רבי מהר"א האט געזאגט, זיי וועלן נאך אסאך מער פארפירן, זיי זעהן שוין איין אז נאר מיט'ן כוח מחאה וועט מען עפעס אויפטוען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובה דורך קרעפטיג »

derech eretz האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן: יישר כח מומחה יוחס, פאר דיין שיינע באריכט.

איך בין נישט געווען דארט סאו איך איפרישיעט דיין באריכט.
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובה דורך חסיד נלהב »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
חסיד נלהב האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן: די העדליינס אינעם המבשר אוון אינעם אפיציעלן ארגאן המודיע, שרייען קלאר עצרת תפלה ומחאה.


א רעקארד געשלאגן.


דעי רעקארד ברענגט אויף אביסעל ווינדער בעיני, פארוואס טאקע האט דער זעלבער פרעסע וואס האט עד היום זייער פארמינערט דאס ארויסגיין מיט מחאות און קיינמאל נישט געגעבען קיין דעקונג, פלוצים עפעס אזוי שטארק ארויס מיט א תמיכה און קנאי'שע אייפער למען המחאה, דא לכ' האט נישט י. פארקאש א יד נו? הדבר צריכה תלמוד, וואס שטעקט אין דעים אז זיי זענען אזוי פריש מיט מחאות וכו' האט איינער עפעס הסבר דערויף?.


הוא הדבר וואס דער סאטמאר רבי מהר"א האט געזאגט, זיי וועלן נאך אסאך מער פארפירן, זיי זעהן שוין איין אז נאר מיט'ן כוח מחאה וועט מען עפעס אויפטוען.

עס איז אן ערנסטער איסתפקתא, ווייל זיי ווייסען סך בעסער ווי דיר און מיר אז דאס כח המחאה איז דאס איינציגסטער, נאר וואס עס האלט זיי געבינדען איז די 'בענקלעך' 'געלט' און נאכאמאל 'געלט', איז די פראגע צו זיי ''האלטען דערביי'' עס אפצולאזען און אויב נישט דאן קומט זיי נאר צוניץ דאס וואס זיי האבען נאך א צורת הקנאי אויכעט צו די האנט, בבחינת ויגזול את החנית מיד המצרי, כמב' בקול נטרונא בטוטו''ד.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

חסיד נלהב האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
חסיד נלהב האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן: די העדליינס אינעם המבשר אוון אינעם אפיציעלן ארגאן המודיע, שרייען קלאר עצרת תפלה ומחאה.


א רעקארד געשלאגן.


דעי רעקארד ברענגט אויף אביסעל ווינדער בעיני, פארוואס טאקע האט דער זעלבער פרעסע וואס האט עד היום זייער פארמינערט דאס ארויסגיין מיט מחאות און קיינמאל נישט געגעבען קיין דעקונג, פלוצים עפעס אזוי שטארק ארויס מיט א תמיכה און קנאי'שע אייפער למען המחאה, דא לכ' האט נישט י. פארקאש א יד נו? הדבר צריכה תלמוד, וואס שטעקט אין דעים אז זיי זענען אזוי פריש מיט מחאות וכו' האט איינער עפעס הסבר דערויף?.


הוא הדבר וואס דער סאטמאר רבי מהר"א האט געזאגט, זיי וועלן נאך אסאך מער פארפירן, זיי זעהן שוין איין אז נאר מיט'ן כוח מחאה וועט מען עפעס אויפטוען.

עס איז אן ערנסטער איסתפקתא, ווייל זיי ווייסען סך בעסער ווי דיר און מיר אז דאס כח המחאה איז דאס איינציגסטער, נאר וואס עס האלט זיי געבינדען איז די 'בענקלעך' 'געלט' און נאכאמאל 'געלט', איז די פראגע צו זיי ''האלטען דערביי'' עס אפצולאזען און אויב נישט דאן קומט זיי נאר צוניץ דאס וואס זיי האבען נאך א צורת הקנאי אויכעט צו די האנט, בבחינת ויגזול את החנית מיד המצרי, כמב' בקול נטרונא בטוטו''ד.


די שאלה איז: ווען יענער שרייט איך בין מוחה קעגן די מדינה וואס מאכט גזירות קעגן אידן און קעגן דת, צי דו דארפסט אריינקריכן אין זיין קאפ?

ווען א יוד זאגט ולמלשינים כדת, האבן די חכמים געגעבן א רעכט צו טשעלענדזשען יענעם צי זיינע מחשבות זענען אזוי ווי דו פארלאנגסט?

די חכמים האבן געהייסן זאגן ולמלשינים, נאכן זאגן, האט יענער יוצא געווען לכל הדעות. אפילו זיין נאז געפעלט דיר נישט?
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

חסיד נלהב האט געשריבן: איך האב חלילה נישט פארלאנגט אז זיי זאלען ווערן להבדיל ווי די גרועים שבאומות אין אוקריינע אדער עיגיפטען, צו גאר זיי זאלען זיך טוישען גאנג און ווערן ווי די נ.ק.
נאר צו מאכען פעולות אויף וואס אזא אויסוואורף ווי דער ח''כ ליפמאן צו די מזרחי קענען זיך דערמיט שפירען באקוועם מיינט, אז מען קען נאך טון היבשע פעולות ביז די עקסטרים, צו ארויסצייגען ווייטאג.


איך אנטשולדיג זיך טויזנט מאל, אבער דו האסט ערווענט די אראבישע פרילינג... אז דאס הייסט "עכט" אויסדריקען ווייטאג!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

חסיד נלהב האט געשריבן: איך האב חלילה נישט פארלאנגט אז זיי זאלען ווערן להבדיל ווי די גרועים שבאומות אין אוקריינע אדער עיגיפטען, צו גאר זיי זאלען זיך טוישען גאנג און ווערן ווי די נ.ק.
נאר צו מאכען פעולות אויף וואס אזא אויסוואורף ווי דער ח''כ ליפמאן צו די מזרחי קענען זיך דערמיט שפירען באקוועם מיינט, אז מען קען נאך טון היבשע פעולות ביז די עקסטרים, צו ארויסצייגען ווייטאג.


ביזט גערעכט מיט דעם אז זיי קענען טוען מער פעולות, זיי קענען ווען גיין אויף די גאסן און האלטן דרשות קעגן די מדינה, נאר זיי זענען נאך היבש משוחד און זיי האפן אז זיי וועלן אפקומען מיט האלב-בייזן נישט צו דארפן ניצן קיינע שארפע מחאות, אבער אזויפיל זעהט מען אז זייערע צייטונגן ניצן דאס ווארט מחאה, א זאך וואס איז ניי ביי זיי.

הוא הדבר אשר דברנו, דאס האט מען געהערט פרייטאג העעל"ט, אז זיי וועלן נאך גיין נאך שארפער, דער בו"ע זאל אפהיטן מ'זאל נישט דארפן אנקומען צו נאך ביטערע גזירות רעות.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”