שאלה ב: וואס איז די מיינונג פון די הנהלה בנוגע נעמען בילדער און ארטיקלן פון אייוועלט, מיט/אן רשות און צו מ'ברויך געבן אן עפענטליכע דאנק פאר אונזערע שרייבערס
עין טובה האט געשריבן:
שאלה ב: וואס איז די מיינונג פון די הנהלה בנוגע נעמען בילדער און ארטיקלן פון אייוועלט, מיט/אן רשות און צו מ'ברויך געבן אן עפענטליכע דאנק פאר אונזערע שרייבערס
נעמען ארטיקלן און בילדער פון דא איז נישט קיין פראבלעם, די סייט איז פובליק און מ'קען נישט אפהאלטן קיינעם צו קאפירן זאכן וואס מענטשן לייגן דא. אבער מענטשליכקייט איז אז מ'גיבט קרעדיט פאר דער וואס האט דאס ארגינעל געשריבן אדער געשאפט. אבער דאס קען די הנהלה נישט אינפארסירן אפילו זיי ווילן.
מאנ-יימער האט געשריבן:
שאלה ג' איז דא נאך אן אופן וויאזוי ארויסצושלעפן צייטליך פון די קעלערן, אדער איז עס נאר דורך פרעגן פראגן?
שאלה ד' וואס איז דיין דעיט אף בוירט און דיין מאמעס מעידען נעים?
דו האסט הפנים פארשטאנען אז דא פרעגן מנהלים און אחראים און ווער זאל ענטפערן? דארף מען אלערטירן נשמה איבערן קעפל "שאלות פאר די מנהלים און אחראים"
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
לפי"ז, אויב וועט איינער פון די הנהלה קומען און ארויסגעבן סודות פון חדר, און שרייבן עפעס וואס אם אנדערע מנהל וויל נישט אז מיר זאלן זעהן, וועט אויסקומען אז איין מנהל וועט מעקן וואס א אנדערע אחראי האט געשריבן....
געלעגער זאגט איך זאל נישט מורא האבן, אן אחראי מוז מען פאלגן...
פון דיין אנטווארט האב איך פארשטאנען אז די פשוטע באשלוסן ווי מעקן וכו' קען א אחראי אליינס מחליט זיין, אבער באשלוסן וואס קענען אנרירן די גרעניצן פון די סייט'ס פאליסי'ס מוזן באשטעטיגט ווערן דורך א מנהל (אדער גאר מנהלים). אין אנדערע ווערטער, די רעכטן וואס א מנהל פארמאגט איז מער ווי פון א אחראי.
מיין פראגע: וויאזוי איז צוגעגאנגען די החלטות ווער עס באקומט וועלכע ראנג?