און ממילא?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

און ממילא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

ווער קען נאכנישט שמעי' טרעגער? יעדן טאג שטייט ער פונדאסניי מיט א פרישקייט ביים מארק
פלאץ פון נאכ'ן ותיקין מנין ביז ווען די ערשטע דריי שטערנס באווייזן זיך אויפ'ן הימל, און ער שלאגט
פאר זיין סערוויס פאר כל עובר ושב. שטייט ער דארט אזוי, נאך אזוי לאנג ווי איך געדענק דעם
הימל שטיין, באוואפנט מיט זיינע דיקע שטריק און ברייטע שלייקעס, זיין האנט וועגעלע מיט די
אפגעשאסענע גרינע פארב און זיינע רינדעכיגע גלעזער, טאג איין טאג אויס, ביז ער איז געווארן א
טייל פון די מארק פאנעראמע פון שטעטל.

געווען איז ער א טיפישער אמאליגער דארפס-איד. ער האט זיך געלערנט זיין שיעור 'חק' פאר'ן באגינען אינדערפרי,
ביינאכט איז ער געזעצן און געדרימלט ביי ר' פייש דיין'ס שיעור, און שבת פלעגט ער טיילן טאבאק ביי לכה דודי פאר'ן גאנצן
בית המדרש. אין שטוב ביים עק שטאט (ווי איר פארשטייט אליינס, נישט ווייט פון בית החיים) האט ער געהאט זיין געזונדל.
איי איז דאס געווען א ריכטיגע קעניינעהארע. וואס קען שוין זיין? אז שמעי' איז
א ריכטיגער דארפס איד, איז זיין ווייב א ריכטיגע דארפס אידענע מיט אלע מפרשים, און אז
גאט שענקט, האט ער אויך באקומען קינדער, צוויי מער פון א מנין. און דאס מעגט איר וויסן אז ביי שמעי' איז
א ווארט א ווארט, און ווען ער זאגט א ווארט קען מען דערויף בויען אן אייזערנעם בריק. און
אז שמעי' האט זיך אונטער די חופה, בפני קהל ועדה דער רב דער חזן און די גאנצע ז' טובים, זיך
אונטערגענומען צו שפייזן ביילא (נאר וויאזוי דען זאל זי הייסן?) מיט די גאנצע כאפטע בנים ובנות,
האט ער עס געמיינט ערנסט.

ויהי ערב ויהי בוקר, דעם ערשטן אינדערפרי נאך שבע ברכות איז שמעי' שוין געשטאנען גרייט
אין מארק לעול ולמשא. ליינען און שרייבן האט ער נישט געקענט, א פלייצע האט ער אבער פארמאגט
גאר א ברייטע און דאס זעלבע איז געווען זיין חשק צו ארבעטן, איז ער געווארן דער טרעגער פון דארף
עד היום הזה. עס זענען געווען גרינגערע צייטן און שווערערע צייטן, שמעי' האט אבער אלץ באוויזן
אהיימצוברענגען א לעבל ברויט און א קריגל מילך יעדע נאכט, און צומאל אפילו א הינדל אויף שבת.
*
שווערע צייטן זענען אנגעקומען אויפ'ן האריזאנט. א שווערער שניי זאווערוכע האט זיך אראפגעלאזט אויפן דערפל.
אלע דעכער זענען ווייס, אלע נעזער רויט און אלע קוטשמעס טיף אראפגעצויגן איבער די פרירנדע אויערן. אין יוצא
ואין בא. אויך דער מארק האט געליטן פון דער רעסעסיע, און אין רעזולטאט דערפון אויך שמעי'.
ער איז געשטאנען אגאנצן טאג אין דער שניי מיט ביידע הענט טיף אריינגעשטעקט אין די ארבל און
געווארט אויף ארבעט, עס איז אים אבער נישט געלונגען. היינט דארף קיינער נישט קיין טרעגער.
נישטא קיין סחורה, נישטא קיין געשעפטן, און נישטא פאר שמעי' וואס צו טראגן. און אז שמעי' האט
נישט וואס צו טראגן איז פינסטער און חושך. דאס מיינט נישטא היינט קיין ברויט און מילך, נישטא קיין
נאכטמאל און מארגן נישטא קיין פרישטאג. דאס ווייב און קינדער גייען נעבעך שלאפן הונגעריג און קאלט.
צומארגנס פארטאגס שטייט שמעי' ווידער אין מארק ווי א זעלנער אויף דער וואך. זיינע שטיוול האבן די ערשטע
צוטראטן די פרישע שניי וואס איז געפאלן איבערנאכט, אבער עס איז אויך געווען פון די לעצטע. דאס
דערפל זעט אויס ווי אין די שווארצע מגיפה. אלע טירן און לאדנס זענען פארקלאפט ווי פאר'ן רוס,
און קיין נפש חיה באווייזט זיך נישט אויפ'ן מארק. און אז קיינער האט נישט וואס צו האנדלען, האט
שמעי' נישט וואס צו טראגן, און ס'איז שוין די צווייטע נאכט וואס די קינדער גייען נעבעך שלאפן
הונגעריג.

דעם קומענדיגן אינדערפרי, ס'הארץ גייט אים אויס פאר רחמנות ווען ער דערמאנט זיך פון די
בלאסע דארע פנים'לעך. נאכ'ן דאווענען טראגט ער שנעל אהיים עטליכע ברעקעלעך, שריים
פונעם לחיים פון ברוך ראש הקהל'ס מאמע'ס יארצייט, זאל דאס געזונדל זיך דערהאלטן דאס
חיות ביז ביינאכט, און געשווינד לויפט ער זיך שטעלן אויף זיין פאזיציע אין מארק. ער שטעלט זיך ביי זיין
באשטימטן וואונקל מימים ימימה, און די אויגן זיינע, ווייכע ווי פוטער,
הייבט ער אויף צום הימל מיט א שטומען געבעט. אפשר היינט? אולי יחוס אולי ירחם.

"פעטער שמעי'" – קען איך נישט פארשטיין – "וואס שטייט איר דא היינט נאכאמאל? איר האט נישט געזען
אז ס'איז העל ווינטער אין דארף? שוין צוויי טאג אריבער וואס עס איז נישט געלונגען
אהיים צו ברענגען ס'ביסל ברויט און מילך. דורכפאל על גבי דורכפאל! קיינער נוצט נישט היינט קיין
טרעגער! נוצט אביסל קאפ און פארשטייט אז ס'איז שוין געקומען די צייט אוועקצופאקן די כלי
עבודה און אהיימגיין, שוין גענוג פרובירט, אז מ'קען נישט קען מען נישט!?"

שמעי' לאזט מיר אויסרעדן די גאנצע מוסר דרשה, און ווען ער זעט אז איך בין שוין שטיל בייגט
ער זיך אראפ און ער איז מיר מסביר ווי פאר א קליין יונגל אין חדר: "אמת ויציב. כ'האב פרובירט נעכטן, כ'האב
פרובירט אייערנעכטן, און ס'איז נישט געגאנגען. און ממילא?"
"וואס און ממילא" –
פארשטיי איך נישט – "אז
ס'גייט נישט, גייט מען אהיים."
"ביזט נאך יונג" – ווערט שמעי' נישט ברוגז פאר קיין געלט אויף דער וועלט – "איז עס נישט געלונגען
פאר עטליכע טעג, און ממילא? זאל איך לאזן מיין ווייב אויסגיין פאר הונגער?
און ממילא זאלן מיינע קינדער פארטרוקנט ווערן פאר דארשט?
און ממילא זאל איך פארשימלט ווערן אינדערהיים?"
"ס'ערשטע דארפסטו פארשטיין" – געבט ער מיר געדולדיג א לעקציע
וואס האט זיך מיר טיף איינגעקריצט אין די ביינער אויפ'ן גאנצן לעבן – "איך האב נישט קיין ברירה.
אויב איך גיי נישט היינט פרובירן צו ארבעטן, גיי איך שטארבן.
איך קען נישט אויפהערן, צו ס'שמעקט מיר צו נישט. אדורכגעפאלן וויפיל מאל איך בין אדורכגעפאלן,
איך וויל אבער נישט שטארבן. און אויב איך וויל נישט שטארבן, דארף איך היינט נאכאמאל פרובירן. ברויכסט
פארשטיין אז איך ארבעט היינט פאר'ן היינטיגן ברויט. דער נעכטיגער טאג איז טאקע אריבער א הונגעריגער,
ער איז אבער מער נישטא! וואס שטייט היינט אויפ'ן וואגשאל איז היינט. איך קען היינט נאכט זיין א זאטער."
"צווייטנס יונגעלע, איך שטיי שוין דא יארן לאנג. יעדעס יאר האט א ווינטער... ס'איז דא בעסערע סעזאנען און שוואכערע צייטן.
יעצט איז טאקע שווער, איך ווייס אבער אז ס'גייט ווערן ווארעמער, לעכטיגער, און גרינגער."

* * *
זיך האלטן בקדושה איז דער יסוד פון דעם מענטש, נישט אומזיסט ווערט עס אנגערופן "מדת היסוד".
אויב מען היט זיך נישט די אויגעלעך, פייניגט און הונגערט מען דערמיט אויס די נשמה און מען פארשמירט
איר. דאס איז אבער נישט דאס ערגסטע. וואס איז ערגער? דער מארגן. ויהי ממחרת, מאכט מען
זיך דעם חשבון, אייערנעכטן האב איך פרובירט אביסל זיך איינצוהאלטן און ס'איז נישט געגאנגען. נעכטן, אודך.
היינט, הייב איך לכתחילה הענט... דאס איז דער גרעסטער חורבן. דער ריינער אמת איז
פונקט קאפויער: נעכטן אדורכגעפאלן, אייער נעכטן אדורכגעפאלן, און ממילא? און ממילא זאל איך שטארבן?
דער נעכטיגער טאג איז טאקע אריבער א הונגעריגער, ער איז אבער מער נישטא! וואס שטייט היינט אויפ'ן וואגשאל איז היינט.
איך קען היינט נאכט זיין א זאטער. איך ארבעט היינט פאר די היינטיגע ברויט. און עס גייען נאך קומען
ליכטיגערע צייטן... יעדעס יאר האט א ווינטער... ס'איז דא בעסערע סעזאנען און שוואכערע
צייטן. יעצט איז טאקע שווער, זייער שווער. שווערע בייזע ווינטן פון נסיונות בוזשעווען אין אלע גאסן,
איך ווייס אבער און איך טרייסט זיך אז עס גייט נאך ווערן ווארעמער, לעכטיגער, און גרינגער.
מען שוויצט אדורך איין טאג אויף א מאל, און נאר אזוי געלונגט עס אסאך מאל יא.
עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין דעם היינט!
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

WOW אזא פריילאכ'ע מוסר שמועס שכח
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטס!

זייער שטארק ארויס געברענגט, און מען קען עס ניצען יעדער אין זיין מלחמת היצר אין וועלכע הינזיכט עס זאל נאר נישט זיין

יישר כחכם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער שיין! שטארקע געדאנק, גאר גוט ארויס געברענגט.

און זייטיג... אן די אלע מעלות וואס כ'האב דערמאנט.... ס'ארא שפראך!! קע"ה, שמאלציג!! שרייב נאר נאך, סיי וואס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

סיי די משל איז עכט אויף למעשה, און סיי די נמשל.
הערליך
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

maybeeynot האט געשריבן: WOW אזא פריילאכ'ע מוסר שמועס שכח
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: זייער שיין! שטארקע געדאנק, גאר גוט ארויס געברענגט.

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3951
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א געדאנק פון פרייליך
יעדעס ווארט צייל איך
געפארבט דעם הלוך ילך
פון די אלע שמעי'עלעך
דעם מוסר אפטייל איך
וויסען אז מכאן ואילך
זיין בעסער און פריילאך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די ערשטע שובבי"ם תורה איך הער היי יאר. גאר פיין געזאגט!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7154
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שמירת וקדושת היסוד. שכח זייער שיין.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ייש"כ.
געליינט און נתעורר געווארן.
זייער שיין און טרעפליך.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4503
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

געשטאנען אין איינע פון די וועכענטליכע גליונות, ניין?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

פרייליך, איך ווער ממש אויס מענטש פון דיין שפראך!!!! שרייב נאך, מאך זאט אונזערע הונגעריגע זעל...

גאר א הערליכע נקודה, שטארק! א אייזערנע בריק קען מען אויף דעם אויסבויען
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9253
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געוואלדיג שיין, א דאנק!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מי אני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אני »

[quote="לכאורה"]די ערשטע שובבי"ם תורה איך הער היי יאר. גאר פיין געזאגט![/quote]
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

א גרויסן יישר כח מעומקא דלבא פאר די גליון הנהדר "עין יפה" וואס האט אהרן געשטעלט אזא וואונדערבארע ארטיקל, ותשואות חן חן להם.

עיי"ש ותמצא נחת http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 1&gil=1259
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”