Re: ר' יו''ט גלעזער possible you
לכשעצמי בין איך געווען ווייניגער ווי צוויי יאר צוריק, אבער איך האב שוין פארברענגט מיט צענדליגער אידן וואס האבן גענומען דעם סעמינאר. טייל לעצטנס און אנדערע א צייט צוריק.הגוגעה האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 12, 2023 2:37 pmווי לאנג צוריק? איז שוין דורך א צוויי יאר אן זיין אנגעהאאקט?
איך האב גערעדט צו מענטשען וואס זענען געווען. סאיז עקסייטינג אבער סוועפט אויס... ער האט א ספעשל פרייז פאר מענטשען וואס קימען צוריק נאכאמאל און נאכאמאל...
נב
זיין השקפה איז זייער ווייט פון אונז ובפרט בענייני ציונות. ער איז משוגע אז יעדער מיז און וועט מאכן אן עליה צו זיין סעיף...
די ערשטע פאר טאג ביז 6-7 וואכן האבן רוב רובו געשוועבט אין וואלקן מעין עולם הבא. ווי שפעטער עס גייט אדורך וועפט די ״סעמינאר היי״ צוביסלעך אויס און מען בלייבט נאר איבער מיט די כלים צו ארבעטן און בעזר השם אנקומען גאר אסאך. דא צוטיילט זיך עס אויף למעשה וויאזוי מען האנדעלט ווייטער מיט די כלים. לכאורה א רוב פונעם ציבור האט הנאה פון די היי, און דערנאך נעמט מען די כלים און מען פארפאקט עס אוועק צוזאמען מיט אלע אנדערע כלים וואס מען האט, אמאל א יובל כאפט א שטיקל התעוררות מיט געגועים מען פרובירט אביסל דא דארט און שוין. איינער מער איינער ווייניגער.
איז דא אבער א מיעוט וואס נעמען עס צי א נעקסט לעוועל און בלייבן ארבעטן אויף זיך מיט א שטארקייט און די קומען אן צי א גאר גוטע פלאץ.
אויף למעשה איך האב אזוי אינדשויט די היי, אז אויב נאר דאס, דיינו.
בנוגע גיין נאכאמאל איז עס לאו דווקא זיך איבערצופרישן נאכאמאל (הגם איך גלייב אז געוויסע טוען דאס אויך, אבער נישט פארדעם אפערט עס הרב גלעזער) נאר מער אזוי פאר די וואס זענען נישט געווען גרייט ביים ערשטן מאל צוגיין עד הסוף זיך צו טרעפן מיט זיך, אבער נאכן ענדיגן די גאנצע פראסעס איינמאל, זענען זיי שוין יעצט גרייט אינגאנצן צו אויפקראכען זייער שאלאכטץ, געט מען זיי נאך א געלעגענהייט עס צו כאפן.
בנוגע זיין השקפה, איך האב שוין פארברענגט מיט אים אסאך שעות און קיינמאל פון אים געהערט איבער דעם. ער פארעכענט זיך אלס א פינסק-קארלין חסיד, און פרובירט צי גיין מיט אלעם אויף זייער גאנג. איך פארגלייך אים נישט צו מיר און דיר, נאכאלעם איז ער אויפגעוואקסן פריי און האליוואד קאליפארניע, און זיין בליק אויף אידישקייט איז אינגאנצן אנדערש ווי מען לערענט אונז, אבער ער האלט זיך זייער צוריק פון מישן השקפה אין זיינע שיעורים כדי עס זאל זיין א דבר השווה לכל נפש.