רצה עתירתם בעמדם בלילות...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

רצה עתירתם בעמדם בלילות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

א' סליחות תשע"ו

דער זייגער האט געקלאפט 4:20 און דער אלארם האט זיך אויפגעוועקט מיט זיינע אלט באקאנטע באנומענע קולות פון וועם איר האט שוין געהאט צו הערן דא עטליכע מאל.

אבער נישט היינט נאא... היינט איז עפעס אנדערש... א מאדנע רואיגקייט האט איינגעהילט דעם גאנצן ארום א געפיל פון התחדשות באנייאונג שפירט זיך אין דער לופט. ס'הייסט, ס'אלף סליחות אויף דער וועלט! מיט איין אימפעט בין איך שוין געשטאנען מיט ביידע פיס אויף ד'רערד און די שיסאלע וואסער אין מיינע הענט, זיך אנגעטון געפוצט די ציין, אלעס מיט א פלינקייט עפעס נישט ווי דער געווענדליכער שטייגער.

4:35 האב איך זיך געטראפן ארויסגיין פונדערהיים מיט'ן טלית בייטל און איין האנט, און דער לאנג אויסגעדינטער סליחות'ל אין צווייטן האנט. א טריט ארויס אין די פינסטערע האריזאנט און דער באקאנטער קילער א' סליחות ווינטל האט מיר באגעגנט אנזאגנדיג אז תשע"ז איז אן דע וועי...

די בלאסע לבנה שיין פון סוף מאנאט האט געווארפן א מאטן שיין אויף די שווארצע טראטואר פארמירנדיג לאנגע שווארצע שרעקעוודיגע שאטנס אויף אלע ריכטונגען.

פינסטער? נאכט? אבערוואס.. ווי מיינע אויגן האבן זיך צוגעוואוינט צו דער פינסטערניש האב איך שוין באמערקט צום שיין פון די האלב פינסטערע גאסן לאמפן ווי פון אלע זייטן שלייכן זיך יודאלאך מיט פלינקע טריט אין שול אריין דער שמש - קלאפער'ס געזאנג האט ווי אפגעשפילט אין מיינע אויערן.. 'שטייטס אויף צו סליחות.. שטייטס אויף צו סליחות.. שטייטס אויף לעבודת הבורא..'

מאסן מענטשן אין אלע עלטערס און פון אלע שאטירונגען און קרייזן האבן פארפלייצט די געווענדליך שטילע געסאלאך אין די שעה. פון 7-8 יעריגע חדר אינגאלאך (וואס גייען גיין שפעטער אין חדר...) ביז 80 און אויך 90 יעריגע זקנים, אלע אינאיינעם גרייטן זיך צום יום הדין.. דער מיט א קאר און דער מיט די פיס.. בבית ה' נהלך ברגש.

איך קום אן אין סמעדרעש, און דארט הייבט זיך ערשט אן דאס ריכטיגע. די מקוה איז פול איבער אלע ברעגעס, זקנים עם נערים, אלעס וויל נאך א טבילה טון פארן בורא איידער מ'טרעט אריין דעם ערשטן רעכטן טריט אין די פארכטיגע טעג ווען אונזער זיסער טאטע גייט אונז פאר'משפט'ן צום נייעם יאר.

ביי די קאווע האט זיך שוין שטייצעך געטון א צונאמי פון קלעבעדיגע צוקער מילך ס'נישט שווער געווען צו כאפן וואס גייט דא פאר זעהענדיג דערנעבן די לעכטיגע תמימות'דיגע פנים'לעך פון די תינוקות של בית רבן וואס זענען ארויסגעלאזט געווארן פון שטייג מיט די פארשמירטע מיילעכלעך פון די קאווע (ליבערשט ווארעמע צוקער מילך...) וואס 'טאטי האט געלאזט נעמען לכבוד אויפשטיין פארטאגס'..

מ'האמער אראפ געלייגט א ברכה"ת, געמאכט א ווארעמען קאווע (מ'דארף דאך האבן כח צו פאסטן), זיך שנעל געכאפט א גוטן פלאץ ווי לאנג ס'איז נאך דא, און זיך געשטעלט זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים ביז מ'הייבט אן זאגן.

צוביסלעך איז געוואקסן דער עולם, קעפ אויף קעפ איז מען געשטאנען צוזאמען געדריקט ווי סארדינס אינעם שאכטל, יעדער מיטן זעלבן ציל זיך אויסצובעטן ביים שומע תפילה א זיס לעכטיג יאר.

די סליחות איז אדורך גאר דערהויבן, מ'האט געשפירט א העכערקייט א אימת הדין אין די לופט, אינאיינעם מיט א 'וגילו' ברעדה, וואוסנדיג אז דאס איז דאך אונזער געטרייער טאטע וואס וועט אונז זיכער געבן פון אלעם גוטן.

אפגעזאגט, געשאקלט, געבויגן, געפאלן און מ'שטיימער שוין נאך סליחות. געכאפט א ותיקין מנין און שוין אריינגעכאפט נאך א זכות צום יום הדין. איך טו מיר אויס די טלית און תפילין, ס'שוין היבש שפעט געווארן אינצווישן מיט די ר"ת, תהילים, וכדו', און איך געב זיך א קוק ארום איך הייב אן זוכן די שפעטע מנינים ווי וואס ווען? דא דארט זעהט מען נאך אפאר געהויבענע יודן פון די חסידים הראשונים וואס האבן זיך שוהה געווען די טעגליכע שעה אחת פארן דאווענען שטעלן זיך שוין, אבער נישט מער ווי דעם.

גייט אדורך נאך א שעה, ס'שוין 9:00, מ'האלט מיר שוין נאך א שיעור אין גפ"ת, מ'גייט שוין אהיים זיך צולייגן אביסל, און איך שטיי פארוואונדערט ווי זענען די אלע שלעפערס היינט? ס'טאקע א' סליחות, אבער דאך, יעדער קען דען אויפשטיין פינף אזייגער פארטאגס, כ'מיין ס'דאך דא אזוי פיל מדרגות ביי כלל ישראל, ווי זענען די יודן וואס דאס דאווענען נעמט זיי ליידער נישט צו לאנג יעדו טאג? און איך זעה זיך מיטן פאקט אז 'יעדער' יא 'יעדער' איז אויפגעשטאנען פארטאגס צו סליחות!!

יא, פון קליין ביז גרויס, יונג און אלט, דער קאנטראקטער מיטן פלאמבער, דער ערנסטער יונגערמאן מיטן שוואכערן וואס עפנט נישט אויף א ספר איבערן וואך, יעדער האט זיך ארויסגעריסן 4:00 אזייגער פארטאגס נאך געציילטע שעה שלאף ווען פילע לייגן זיך נאך פון די ווארעמע דאכענע וואס ציט ווי א מאגנעט צוזאמען מיטן יצר וואס גיט נישט אויף אפילו אין אזא טאג, אינדרויסן איז קאלט, אינטער די קאלדרע הערשט א געשמאקע ווארעמקייט. די אויגן קלעפן פארלאנגן דאס זייעריגע, די מידע ביינער בעטן זיך פאר נאך אפאר שעה שלאף.

און וואס איז געשעהן?? מ'האט געמאכט 'תקנות'? ס'איז ארויסגעקומען א קול קורא פון די גדולי ישראל? מ'סטראשעט מיט ארויס ווארפן קינדער פון די מוסדות? גארנישט! לא מיניה ולא מקצתיה!..

מ'האט נישט געמאכט קיין תקנות און נישט צוגעזאגט קיין גליקן, נישט געסטראשעט מיטן ערגסטן און נישט אראפ געברענגט א זינגער פון ארץ ישראל. סך הכל האט א קליינע קאלענדער אויפן פרידזש אנגעוויזן מיט פיצעלע שוארצע אותיות'לעך אז ס'איז דער ערשטער טאג סליחות!... און א שטאט דרייט זיך איבער!.. יונג און אלט לויפט און קויפט!... זאל נאר אבאמא פרובירן צו מאכן א געזעץ אז איין זונטאג אינדערפרי דארף יעדער אויפשטיין פיר אזייגער פארטאגס, מעג ער שטעלן די שטרענגסטע פאליציי קראפט, דער עולם וועט שנארכעצן אויפן העכסטן וואליום! מ'וועט קענען אנפילן די תפיסות אין איין טאג.. און דא, נישט קיין פאליציי נישט קיין תפיסה, גארנישט! ס"ה א מנהג ישראל..

ווי אזוי האט נאר דער הייליגער בארדיטשובער געזאגט פסח ווען קיין שום יוד האט נישט געוואלט געבן ביר פאר די וועלטס געלד..

און דאס איז נאר דער אנהויב.. די קומענדיגע וואך זונטאג וועט מען ווידעראמאל זיך ארויסרייסן פון בעט אין די פריע פארטאגס שעות, און דאסמאל שוין נישט פאר א קורצע סליחות מיטן פלאן זיך צוריק לייגן אין געציילטע שעות.. אנדערהאלבן-צוויי שעה וועט מען שטיין און זיך אויסגיסן דאס הארץ. דערנאך צוויי טעג זיצן אין סמעדרעש פון אידערפרי ביז שפעט נאכמיטאג דאווענען וויינען בלאזן און שרייען, צעהן טאג וואס מען איז פארנומען נאר מיט מצוות, זוכן א שיינע ארבע מינים פאר טייער געלט, כפרות פרי פארטאגס, זיצן גאנץ יום כיפור אין שול פאסטענדיגערהייט... דאס איז נאר אנגערירט אויפן שפיץ גאפל וואס איעדער יוד פונעם חשוב'סטן ביזן פשוט'סטן גייט אדורך אין די פאר טעג.

ס'שרייט זיך ארויס פון זיך אליין 'מי כעמך ישראל!!'אין פולן זין פון ווארט!!

לאמער זיך אלע פארנעמען טאקע נאר צו זוכן די גוטס ביי כלל ישראל, נאר זעהן די הערליכע חלקים פון איעדן יוד, וועט אונזער זיסער טאטע אודאי אויך טון אזוי און קוקן נאר אויף אונזערע שיינע טיילן, און אונז אלע אנשרייבן א שנה טובה ומתוקה, א זיס לעכטיג יאר בתוך גאנץ כלל ישראל. אמן.


אויסצוג פון 'מיין טאגע בוך' http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=31401
לעצט פארראכטן דורך וואוילע שעפעלע אום מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

הערליך שייך, א שיינעם דאנק, מי כעמך ישראל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8911
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פיין פיין;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

זייער שיין און גוט אראפגעלייגט, מי כעמך ישראל, א זיס לעכטיג יאר
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

געליינט אינעם טאגע בוך, שיין!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יא, כלל ישראל איז א 'וואוילע שעפעלע', מ'דארף נאר וויסן וויאזוי צו קוקען. יש"כ פארן ארויסברענגען די שיינע, אמת'ע נקודה.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס באשערט »

יישר כח. געוואלדיג אין די וועלט.. שנראה כל אחד מעלת חברינו. משיח קען שוין קומען פארדעם אליינס..
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

זייער שיין באשריבן, זכותים וואס מיר אידישע קינדער קענען ניצן ביים יום הדין.

פעלט אויס מיינע צוויי צענט צוצושטלן אז נישט נאר איז דאס שיין ארויסגעברענגט מיט ווערטער נאר איז אמת ויציב.
כ'דעק מיר צו דאס פנים און כ'וועל פארציילן דעם אמת.
אמאל מיט יארן צוריק האט זיך געמאכט א מעשה און יעך בין נישט אויפגעשטאנען פארטאגס צום קול פינעם וועקער זייגער, פארוואס,פארווען ,עס איז נישט נוגע, דאס איז די פאקט.
כ'בין מיט אזא פלינגקייט ארויסגעלאפן פון שטוב און געפלויגן צום ביהמ''ד ( ) כבין געווען זיכער עס וועט זיך מאכן א שפעטע מינין אויף א סליחות, רבותי אם לא ראיתי לא האמנתי! עס איז נישט געווען מיט וועם צו רעדן! נישטא קיינער וואס 'זוכט' אפילו א מינין יעצט.
כדענק נישט וויפיל דער זייגער איז געווען אבער איך בין געווען שאקירט אז איך בין דער איינציגער וואס האט געזאגט דעם ערשטן טאג סליחות צעבראכן, איינזאם, פאר נאך א סיבה פון זוחלין ורועדין!
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

גוט געשריבן וואויל געשריבן
ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע:בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

שיקאעך
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

א העליכער לימוד זכות אויף כלל ישראל אראפגעלייגט ערשט קלאסיש.
I reserve the right to disagree
12:56
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

עניני דיומא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”