יתד ותנועה
האב איך געהאט א שמועס מיטן אלטער
איינס האט געשריבן: נאך א הערה הער
א אינטערסאנטע ערשיינונג באמערק איך
מען שטייט אויפן פער
כאטש שורות אסאכמאל שלענגט זיך
צומאל די פיר אזוי לאנג
און די פינעף גאר קליין
וואס איז די געדאנק
דיקא פיר פינעף זאל זיין?
אלטער האט געשריבן: איינס, סהערט זיך נאריש
פאר מיר אויך נישט געפעלט
קען איך נישט זיין מפרוש
אצווייטע גראמען אשכול צוגעשטעלט
וועלמיר טאקע גיין דארט
ווער סוויל קען מיט קומען
מען ציילט נישט יעדע ווארט
קיקטס נישט מיט'ן נאז א קרומען
איינס האט געשריבן: מיין שאלה איז וואס די איידיע פון שטיין אויף 4 5
אבער מדארף נישט מקפיד זיין אויף די לענג
צומאל קען זיין אז איין שרוה איז זייער לאנג און די צווייטע שורה קלייין די עיקר סאיז 4 5
אלטער האט געשריבן: איך פארשטיי דיין שאלה, ווי איך פארשטיי איז די מעין פאוינט סזאל זיין 4,5 סמאכט נישט אויס צונדי שירה איז לאנעג אדער קארץ
איינס האט געשריבן: דא איז מיין שאלה וואס דארף שטעקן אונטער דעם
אויב דארף מען ווייזן עלוישקייט וואלט געווען מער א חכמה וויפל תנועות און יתדיות (איך פארשטיי אויך נישט וואס דאס מיינט...) ליגט אין יעדע שורה.
ווי אין די אלטע צייטן (געדענקסט נאך?...) עיין אבן עזרא ור׳ יהודה הלוי אין זייערע פיוטים אז סאי געווען א געווויסע חכמה צו האלטן מיט איין נאמבער
אלטער האט געשריבן: איך פארשטיי, קען זיין מען דארף עפענען א נייע אשכול וואס יעדע ליין פון יעדע תגובה דארף זיין די זעלבע לאנג...
איינס האט געשריבן: באט נישט די זעלבע לאנג אין אותיות אדער ווערטער
נאר די שעלבע לאנג אין תנועות
למשל
איך (1) בין (2) גע (3) גאנ (4) גען (5)
אבער דעמאלטס דארף מען איינער זאל אריינקומען קלאר צסביר זיין וואס מיינט א תנועה און וואס מיינט א יתד
דו קענסט זיך אויס מיט דעם?
איך וואלט זייער הנאה געהאט (איך גלייב אז נאך אירע) איינער זאל אריינקומען און אויסקלארן וואס מיינט תנועות און יתידות, און ארום נעמען די שיינקייט פון די אלטע פיוטים.
ווער קען זיך מנדב זיין.
נישט דוקא אלס גראמען נאר בכלל די נושא