Re: טאָהש מיט אידיש נחת!
אחד הרבנים האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:פיטום האט געשריבן: אין א שמועס אויף קול מבשר דעקט מושי קרויס אויף, אז ער ארבעט אויף א פרישע פראיעקט אין די "נחת" סעריע, א שטייגער ווי די "סקולען נחת", און דאסמאל איז עס די ניגונים פון די טאהש'ער הויף!
ווי ער זאגט פילט ער אז עס איז דא א גרויסער פארלאנג דערפאר, און זייענדיג א טאהש'ער חסיד האט ער גאר א שטארקע געפיל צו ארבעטן דערויף.
ער צילט אז דער סידי זאל זיין אינדרויסן לאור עולם אויפן קומענדיגן יארצייט כז' אב הבעל"ט.
קוק מיר ארויס דערויף!
מיר קוקן ארויס
וואס איז די צושטעל פון סקולען נחת מיט ענדליכס פון טאהש? סקולען נחת זענען ניגונים וואס די די צדיקים לבית סקולען זצוקלה״ה האבן אליינס מחבר געווען און אין סקולען איז דאס זינגען געווען ממש א חלק פון די עבודה אויף א טעגליכען פארנעם.
עס איז נישט באקאנט אז הרה״ק מ׳טאהש זצוקלה״ה זאל האבן מחבר געווען ניגונים. עס איז ס״ה דא ניגונים וואס מען האט געזינגען אין טאהש וואס איז פון חסידישע הויפן פונעם טאהש׳ן גזע. איך מיין נישט ח״ו אוועקצומאכן ניגונים וואס מען האט געזינגען בבית מדרשו פונעם צדיק, אבער די צוויי זענען נישט קיין פארגלייך, לפעי״ד.
ממילא?
איר מאכט א שיינעם חילוק פונעם סקולענער הויף ביזן טאשער הויף, אבער וואס האט דאס אהער?