עניני קו התאריך והמסתעף

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און דעם אשכול 'ספרי אוסטרונומיה וגיאוגרפיה' איז דא א לינק צי דעם ספר היומם בכדור הארץ.
דער ספר איז פון ר' מיכל טוקצינסקי ז"ל.
עס איז דא א קנאקעדיקע מחלוקות צווישען חזון איש מיט ר' מיכל און איבער דעם קו התאריך וויא ער איז.
דער חזון איש האט מבאר געווען זיין שיטה און זיין ספר 'קונטרס י"ח שעות' און עס קוקט אויס אז ער האט
עס גשריבען במכוון אף צי פרעגען ר' מיכלס שיטה. ער דערמאנט נישט זיין נאמען אבער ער קוואט אסאך פונעם 'היומם'

[אגב איך האב געהערט אז ווען עס האט זיך געפענט א פענסטער פאר די ישיבת ליטא ארויס וואנדערען אין די מלחמה יארען, זענן
א טייל געפארען קיין שאנכאי, אווי למשל דער מירער ישיבה, און אטייל זענען געפארען קיין יאפאן און פון דארט אריבער קיין אמעריקא. בשעת
מען איזגעווען און יאפאן איז געקומען די שאלה פונעם קו התאריך צי הלכה למעשה.
איך האב געהערט זאגען אז ווען מען האט געפרעג דעם רבין זי"ע האט ער גענטפערט אז דער חזון איש האט שוין דורך געטון דער ענין
און מען זאל טיהן אוויא ער זאגט]


הערה נומער 2
דער ספר בין השמשות איז אויך פון הרב טוקצינסקי ז"ל .
עס איז דא דארט אויף פעידש 94 אן אינטערעסאנטע בריף פון ר' איסר זלמן מעלצער ז"ל וויא ער שרייבט זייער שטארק מחמיר אווי שיטת
רבינו תם, און נישט מיקל זיין אווי שיטת הגר"א לגבי מוצא שבת,

[דרך אגב. ביידע ספרים זענען געקומען פון מיין לייברערי]
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' שמחה פאר'ן צושטעלן פאר ספרים-אנליין אייערע קאלעקציעס אזוי קענען מיר אויך הנאה האבן.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום פרייטאג יוני 06, 2008 9:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן: [וועגן דעם 'קו התאריך' מחלוקה ברויך מען לכאורה עפענען אן עקסטערע אשכול אין ידיעות התורה]
בי מיי געסט!
אז איר עט עפענען, עלעך בל"נ צי שטייער געבען.
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום פרייטאג יוני 06, 2008 9:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אין א 'נוטשעל' וויא מעזאגט, די מחלוקות צווישען דער חזון איש מיט 'היומם' פון ר' יחיאל מיכל טוקצינסקי ז"ל

דער חזון איש האט געהאלטען אז דער קו התאריך איז 18 שעה צי מזרח פון ירושלים.
רב טוקצינסקי איז מבאר און זיין ספר אז ירושלים איז אין מיטען און דער קו התאריך איז 12 שעה צי מזרח.

א ברייטערע ביאור קומט בעזה"י
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה,
שוין לכבוד יו"ט שבועות זמן מתן תורתינו האב איך מקיים געווען דעם מפני שיבה תקום און געעפנט דעם אשכול על עניני קו התאריך (אפגעטיילט פונעם אוצר הספרים).

פון ר' ישראל דוד הארפענעס אין זיין ספר ישראל והזמנים איז אויך פארהאן אביסל איבער דעם קו התאריך, איך מיין ר' שמחה אז עס איז פארהאן מער ווי צוויי שיטות אויף וואו פונקטליך דער קו התאריך געפונט זיך עס כאפט א נפק"מ לגבי אסאך זאכן אבער בעיקר וועגן וועלכע טאג עס איז שבת.

די גאוישע חכמים האבן אנגענומען אז דער קו התאריך (אינטערנעשאנעל דעיט-ליין) איז ערגעצוואו אינעם ים הגדול אזוי אז עס זאל נישט אפעקטירען די יושבי היבשה, ווייל ווי פארשטענדליך אויב איז דאס אין א ישוב קען אויסקומען אז ווען ביי איין שכן איז שוין זונטאג און ער איז א בעד-מוד, איז ביי זיין אקראס-די-סטריט פרענד שבת אינדערפרי ווען מ'דאווענט 9:30 מיט א רואיגקייט, אבער לויט רוב פוסקים איז דאס טאקע נאר באזירט אויף א הסכמה און נישט אויף קיין מקור.

(אגב, עס איז אויך כדאי צו דערמאנען די שאלה פון שבת קודש וואס דער אייבירשטער האט גערוהט פון מעשה בראשית און בפשטות איז דאך דאס געווען אין איין רגע ממילא וויזאוי איז מעגליך אז דער שבת ווערט נתקבל אין אנדערע צייטן אין די וועלט, די קשיא איז אבער נישט שווער ווייל בראית שמים וארץ איז געשעהן דורכן אייבערשטען וואס דארט איז אלעס למעלה מן הזמן ממילא איז די גאנצע זאך נישט שייך)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן: די גאוישע חכמים האבן אנגענומען אז דער קו התאריך (אינטערנעשאנעל דעיט-ליין) איז ערגעצוואו אינעם ים הגדול אזוי אז עס זאל נישט אפעקטירען די יושבי היבשה, ווייל ווי פארשטענדליך אויב איז דאס אין א ישוב קען אויסקומען אז ווען ביי איין שכן איז שוין זונטאג און ער איז א בעד-מוד, איז ביי זיין אקראס-די-סטריט פרענד שבת אינדערפרי ווען מ'דאווענט 9:30 מיט א רואיגקייט...
דער חזון איש האט אויך אנגענומען אביסעל פון דעם ארגיומענט.
ער האט אויך געהאלטען אז דארט וויא דער קו התאריך איז ערגעטץ אין כינע, איז דער גאנצע יבשה עד קצה כינע אפילו עס גייט אריבער
דעם קו רעכענט זיך לויט ירושלים. דער נפקא מינה כאפט אבער און יאפאן ווייל דאס איז שוין נישט אויפען המשך היבשה פון ירושלים ביז
דעם עק כינע, דאס איז שוין אן אינזעל

דער סוגיא איז א גרויסער אריכות, נאך מער וויא די סוגיא פון גבולי א"י, איבערהויפט היינט ווען יודען וואונען איבער גאר די וועלט, און מיט
טרענספארטעישאן היינט קען מען אן קומען און וועלכע ארט אויף דער וועלט וויא מען וויל.

ר' צבי פסח פראנק ז"ל און זיין ספר מקראי קודש רירט שוין אן די שאלה ווען איינער קומט פון אוסטראליא לגבי ספירת העומר, לגבי שבעה
נקיים ועוד.

[הגם איך האב געזעהן א תשובה פונעם לעצטען לובאבוטשער רבי אז יודען וואס קומען פון אוסטראליא אדער פארען אהון, זענען ממשיך
ציילען אוויא ביי זיי אונדערהיים און וועלען האלטען שבועות לויט זייער ציילען.
איך האב טאקע געהאט א שכן און מאנסי וואס א פארהייראטער קינד זייער איז אויסגעקומען צי זיין און אוסטראליא אויף יום טוב און ער
האט געפראוועט שבועות א טאג שפעטער וויא דער עולם דארט.]


מעט פרובירען אנקומען איבעראל.
איך האף נאר אז עס איז דא דא אנדערע אויך וואס האבען א ידועה און דער סוגיא און וועלען אויך צישטעלען צום ענין
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

scy4851 האט געשריבן: הגם איך האב געזעהן א תשובה פונעם לעצטען לובאבוטשער רבי אז יודען וואס קומען פון אוסטראליא אדער פארען אהון, זענען ממשיך
ציילען אוויא ביי זיי אונדערהיים און וועלען האלטען שבועות לויט זייער ציילען.
איך האב טאקע געהאט א שכן און מאנסי וואס א פארהייראטער קינד זייער איז אויסגעקומען צי זיין און אוסטראליא אויף יום טוב און ער
האט געפראוועט שבועות א טאג שפעטער וויא דער עולם דארט.


לפי ידיעתי האבן די אוסטראליער געסט אין קראון הייטס אלץ געהאלטען 3 טעג יום טוב.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי פעטיט האט געשריבן: לפי ידיעתי האבן די אוסטראליער געסט אין קראון הייטס אלץ געהאלטען 3 טעג יום טוב.

הוא אשר דברתי.
דער אוסטראליער גאסט האט שוין געהאלטע זיין שבועות ווען ביי אינז איז נאך געווען ערב שבועות!

אין זיין האלטען דעם דריטען טאג, דאס איז אינזעריו"ט שני, און אפילו אן א"י יוד און חוץ לארץ דארף אויך
האלטען יו"ט שני, און נישט טוהן מלאבה,
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב געהערט אויף א געוויסען רב וואס איז אמאל געפארן אויף אוסטראליע, אז ער האט ספעציעל געמאכט א סטאפ אין לאנדאן כדי נישט צו פארלירען א טאג מיט די דריי תפלות.

אז מ'רעדט פון אידן וואס וואונען אין שווערע טיים-זאנעס, אין אלאסקע איז פארהאן פלעצער אין געוויסע צייטן פונעם יאר וואס עס איז נאר טאג פאר ממש געציילטע שעות ווען מ'ברויך אריינשטיפען שחרית און מנחה אין אפאר שעה, די פלעצער זענען שווערע שאלות וויאזוי מרעכנט די טאג לענין שעות זמניות.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיין מאמע איז געווען דארט אין די זוממער ווי עס איז נאכט פאר אפשר אייניגע מינוטען, זי האט געמאכט הבדלה ערשט זונטאג אינדערפרי און געצונדען לעכט ערב שבת ווייסיך ווען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן: אז מ'רעדט פון אידן וואס וואונען אין שווערע טיים-זאנעס, אין אלאסקע איז פארהאן פלעצער אין געוויסע צייטן פונעם יאר וואס עס איז נאר טאג פאר ממש געציילטע שעות ווען מ'ברויך אריינשטיפען שחרית און מנחה אין אפאר שעה, די פלעצער זענען שווערע שאלות וויאזוי מרעכנט די טאג לענין שעות זמניות.
א מקצוע פאר זיך!
דער תפארת ישראל און משניות סוף מסכת ברכות בהאנדעלט די שאלה באריכות
ער רעדט דארט אויך וועגען פלעטצער אוויא נאנט צים נארט פאל וויא די זין גייט
אונגאנצען נישט אינטער פאר 6 חדשים
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ר' שמחה, איר האט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל.

דער תפארת ישראל צייכנט דארט אן 'דאנציג' אלס א שטאט וואס עס איז כמעט נאר טאג בימי הקיץ.

אינטערסאנט איז, אז ס'דא וואס זאגן אז וועגן דעם האט דער גר"א אנגענומען די שיטת הגאונים, ווייל ער האט געוואוינט אין ווילנא און ווילנא איז אויך אזוי ווי 'דאנציג'. זומער קען דארט אויסקומען אז אויב מ'זאל אננעמען שיטת רבינו תם וועט כמעט נישט זיין קיין נאכט דארט.
*

ר' שמחה, לגבי דעם רבי'ן מיטן קו התאריך איז דא עפעס א מעשה אויפן שיף. סענדער דייטש ע"ה האט ערגעץ אפגעשריבן וואס ער האט גערעדט מיטן רבי'ן דערוועגן, איך דערמאן זיך נישט יעצט אויפן מומענט וואס און ווען. דאכט זיך אז ער האט נישט אינגאנצן מסכים געווען מיטן חזון איש.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן: דער תפארת ישראל צייכנט דארט אן 'דאנציג' אלס א שטאט וואס עס איז כמעט נאר טאג בימי הקיץ.

ער צייכענט אויך אהן קאפענהעגען,
זארעכפעפער האט געשריבן: ...דאכט זיך אז ער האט נישט אינגאנצן מסכים געווען מיטן חזון איש.

געפון אויס מער פרטים אויב די קענסט,
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן: לפי ידיעתי האבן די אוסטראליער געסט אין קראון הייטס אלץ געהאלטען 3 טעג יום טוב.

הוא אשר דברתי.
דער אוסטראליער גאסט האט שוין געהאלטע זיין שבועות ווען ביי אינז איז נאך געווען ערב שבועות!

אין זיין האלטען דעם דריטען טאג, דאס איז אינזעריו"ט שני, און אפילו אן א"י יוד און חוץ לארץ דארף אויך
האלטען יו"ט שני, און נישט טוהן מלאבה,


קא-אינסידענטלי רעדנדיג מיט מיין טאטע זז"ג אויפן טעלעפאן אפאר שעה צוריק, האט ער מיר נאכגעזאגט אז ער האט היינט געזעהן אין ספר מועדים וזמנים פון הגר"מ שטערנבוך, אז ער ברענגט דעם מנהג חב"ד פון האלטן דריי טעג שבועות ווי ער מאכט דאס אוועק מיט א טענה אז ווען איינער קומט אויף א פלאץ ברויך ער זיך פירען כפי מנהג המקום.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

חב"ד גיט ארויס א קונטרס א יעדע וואך און מעטיילט דאס אויס און די בתי מדרשים.
עס הייסט לכבוד שבת אדער עפעס אזוי.
מעהאט דאס אנגעפאנגען דריקען יעצט שבועות 5 יאהר צירוק.
און דעם ערשטען קונטרס האט מען געדריקט דער תשובה פונעם לובאבוטשער רבי.
the SCY is the limit
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער ענין פון קו התאריך איז פארבינדן מיטן קו המשוה אויכעט.

עס איז א פארצווייגטע פרשה און פארוויקלט אין עטליכע מחלוקות'ן. וואס איז זיכער איז אז ס'יז ניינציג מעלות מזרחית פון ארץ ישראל און דאס איז די מחלוקת פון וואו מען רעכנט.
אגב, עס איז שוין צייט צו עפענען אן אשכול איבער די עצם 'יום טוב שני של גליות' וואס בפשטות איז דאס אומפארשטייבאר. עס ליגט דערין סודות פון די הייליגע חז"ל און ענינים גבוהים למעלה מהשגותינו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שוועמל האט געשריבן: עס איז א פארצווייגטע פרשה און פארוויקלט אין עטליכע מחלוקות'ן. וואס איז זיכער איז אז ס'יז ניינציג מעלות מזרחית פון ארץ ישראל און דאס איז די מחלוקת פון וואו מען רעכנט.

ר' שוועמל,
דאכט זיך מיר אז די האסט עס פארמישט.
זיכעראיז אז מען רעכענט פון ירושליםכמבואר בחזון איש קונטרס י"ח שעות, וכמבואר בספר היומם מרב טוקצינסקי ז"ל, וכמבואר בספר אגן הסהר
מהגאון הרב צימערעמאן [איך ווייס נישט אויב ער איז נאך בחיים], וכמבואר בתשובות הרדב"ז, ועוד.
די מחלוקות איז וויפיל מעלות צי מזרח רעכענט מען.
דער חזון איש האלט 90מעלות, דער ספר היומם 180מעלות, דער ספר אגן הסהר וויל ווייזען אז דער ספר היומם איז געבויט אויף א תשובת רדב"ז,

בעז"ה נאך יו"ט וועל איך בל"נ מער מרחיב זיין דער ענין.
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום מוצ"ש יוני 14, 2008 10:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיללער האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן: לפי ידיעתי האבן די אוסטראליער געסט אין קראון הייטס אלץ געהאלטען 3 טעג יום טוב.

הוא אשר דברתי.
דער אוסטראליער גאסט האט שוין געהאלטע זיין שבועות ווען ביי אינז איז נאך געווען ערב שבועות!

אין זיין האלטען דעם דריטען טאג, דאס איז אינזעריו"ט שני, און אפילו אן א"י יוד און חוץ לארץ דארף אויך
האלטען יו"ט שני, און נישט טוהן מלאבה,


קא-אינסידענטלי רעדנדיג מיט מיין טאטע זז"ג אויפן טעלעפאן אפאר שעה צוריק, האט ער מיר נאכגעזאגט אז ער האט היינט געזעהן אין ספר מועדים וזמנים פון הגר"מ שטערנבוך, אז ער ברענגט דעם מנהג חב"ד פון האלטן דריי טעג שבועות ווי ער מאכט דאס אוועק מיט א טענה אז ווען איינער קומט אויף א פלאץ ברויך ער זיך פירען כפי מנהג המקום.


נו! דאס האט גארנישט מיט אוסטראליע. די בעל שו"ע הרב האלט דאך אז בני חו"ל זענען זיך נוהג אין א"י נאר איין טאג יו"ט, אבער מיר פירן זיך נישט אזוי! רבי משה האלברשטאם זצ"ל האט אבער געהאלטן אז לחומרא מוזן די בני חו"ל לייגן תפילין ביו"ט שני ווען זיי זענען אין א"י.

איך האב מיטגעהאלטען א מעה שהי, ווען א מנין פון בני חו"ל האבן געפירט נעילת החג איין שבועות אין א"י און א שליח פון רבי משה איז אנגעקומען און ער האט איבערגעגעבן אז א יעדער איינער זאל אריין כאפען און לייגן תפילין כדי מען זאל נישט זיין א קרקפתא דלא מנח תפילין. עס האט געהערשט א גרויסע צומישענעיש און למעשה האט מען נשיט געלייגט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אנדי,

איך האב נישט דעם מועדים וזמנים אבער עס האט מיר משמע געווען אז אפי' מ'האלט לגבי ב' יו"ט של גליות נישט ווי דעם בעל התניא ווייל דאס איז א הלכה'דיגע שאלה (נישט א זמניות'דיגע ודו"ק) איז אבער כלפי טיים-זאנעס אנדערש און דארט גייט מען יא לפי המקום באשר הוא שם.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן: ר' שמחה, לגבי דעם רבי'ן מיטן קו התאריך איז דא עפעס א מעשה אויפן שיף. סענדער דייטש ע"ה האט ערגעץ אפגעשריבן וואס ער האט גערעדט מיטן רבי'ן דערוועגן, איך דערמאן זיך נישט יעצט אויפן מומענט וואס און ווען. דאכט זיך אז ער האט נישט אינגאנצן מסכים געווען מיטן חזון איש.

איך האב לעצטענס געהערט א סידי אויפען ענין פונעם קו התאריך. דער בעל דרשן איז ר' שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א דער מנהל.
דער סידי איז ארויסגעגעבען דורך ובלכתך בדרך

עס איז העכטס אינטערעסאנט וויא ער צינעמט דער גאנצע ענין און ער גיט צי פארשטיין אויף א זייער א קלארער און גרינגער אופן, וואס דער פראבלעם איז.
דערנאך גייט ער אריין און איז זייער שיין מסביר וואס די מחלוקה איז געווען צווישען דעם חזון איש, דער טשארטקאווער רבי, און אנדערע פוסקים.

ער דערמאנט אויך דער שמועס אויפען שיף מיטען רבין זי"ע. און טאקע אוויא זרח זאגט, עס איז נישט ארויסגעקומען קלאר צי דער רבי האט געהאלטען אוויא דער חזון איש אדער ער איז געווען מחולק
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

און די באקאנטע טעיפ 'ר' סענדר דערציילט' פארציילט טאקע ר' סענדר פון דעם שמועס אויפן שיף, לויט ווי ער זאגט האט ער קאנווינסד דעם רבין צום שיטת החזו"א.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע:אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

אין ביצונא קדישא שרייבט ער עס
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

היומם בכדור הארץ איז ר' מיכל טוקצינסקי אדער מ"מ כשר?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

טוקצינסקי
the SCY is the limit
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אין ישראל והזמנים ברענגט ער דארט אפאר אינטערסאנטע שאלות
1 איינער וואס האט בר מצוה זונטאג נאכט אויף מזרח קו התאריך און גייט אריבער צו מעריב ווי עס איז נאך טאג צו ער ווערט צוריק אויס מחוייב במצות,
2 ווען איינער ציילט ספירה אויף מזרח און גייט אריבער צו מעריב און עס ווערט נאכט וואס דארף ער ציילן
3 ער האט געקאוונט מעריב אויף מזרח אריבער צו מעריב און עס ווערט נאכט צו ער דארף נאכאמאל דאווענען מעריב ווייל די זון איז נאכאמאל אונטערגעגאנגן
4 געלייגט תפלין אויף מזרח אריבער צו מעריב ווען עס איז נאך נאכט די זון שיינט נאכאמאל אויף צו ער דארף נאכאמאל לייגן תפלין

און נאך
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”