אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן

קברי צדיקים און אלעס ארום

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

יעדער וואס איז דורך (אדער האט פרובירט דורכצוגיין) די אוקריינא גרעניצן אין די טעג וואס עס איז געווען אפיציעל פארשפארט פאריאר אין די תקופה פונעם הייליגן יום טוב ראש השנה, האבן די אויטאריטעטן (מעגליך) געלייגט אויף א "שווארצע ליסטע" פאר די "חוצפה" פון איגנארירן דעם פארבאט וואס זיי האבן געלייגט אריינצוקומען אין אוקריינע. עסקנים זאגן אז אפילו מען האט נישט קיין "שווארצער זיגל" פיזיש אויפן פאספארט, זאל מען טשעקן צי מען איז נישט אויף די פארבאטענע ליסטע, ווייל ס'איז מעגליך אז ביי זיי אין קאמפיוטער געפינט מען זיך אויף די "שווארצן ליסטע", און מען וועט זיי נישט דורכלאזן ביים גרעניץ.

די עסקנים פון "איחוד ברסלב אומאן" האבן אנגעקניפט קשרים מיט פארשידענע אפיסעס אין די אוקריינע רעגירונג, און אויסגעארבעט א מהלך וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט די "שווארצע זיגלען". זיי געבן זיך אפ מיטן טשעקן דעם פאספארט", און דערנאך אויב געפינט מען אויס אז ער איז אויף די "שווארצע ליסטע", קען מען גיין ווייטער מיט שתדלען אראפצונעמען דעם "שווארצן זיגל".

https://kesherhk.info/RedirectPage.aspx?id=50437
דא איז די לינק זיך איינשרייבן. מען דארף אויספילן א פארם, ענטפערן אלע פראגעס, אונטערשרייבן א "פראקסי", און באצאלן פאר זייער אדוואקאט, אויפגענומען זיך אפצוגעבן מיט דעם. אויב געפונט מען אויס אז ער איז פארבאטן אריינצוגיין אין אוקריינא, וועלן זיי זיך פארבינדן און אויסארבעטן א מהלך וואס מען גייט טון צו פרובירן אראפצונמען דעם שווארצן זיגל.

זיי זאגן אס עס איז ערווארטעט אז עס נעמט בערך דריי טעג אויס צו געפינען צי מען איז אויף די שווארצע ליסטע, און דערנאך נעמט בערך דריי וואכן אראפצוגיין פונעם שווארצן ליסטע. די פרייז איז 350 שקל (בערך 90 דאלער) צו טשעקן א פאספארט; און צווישן 700 און 1000 דאלער זיך אפצוגעבן מיט אראפנעמען א שווארצע זיגל. (ווענדט זיך אין פארשידענע פאקטארן).

די עסקנים האבן געבעטן מען געדענקען די פינעף פונקטן און מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף מצליח זיין: 1. אויספילן פעימענט פארם 2. אויספילן די פרטים פארם 3. ביילייגן א בילד פונעם פאספארט 4. ארויספרינטן דעם "פראקסי פארם" (יפוי כח) אויסגעפילן, אונטערשרייבן און צוריק שיקן 5. אוועקלייגן דעם ארגינעלן "פראקסי" צעטל וואס מען האט אונטערגעשריבן, אין פאל מען וועט עס דארפן שפעטער.
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

פארוואס נישט גלייך בעטען די סאושעל?
איך מיין די ערשטע זאך איז צאל נאכדעם פיל אויס די פארם ??????????
ס'קען זיין ס'איז אמת אבער די וועג זעהט אויס פישי
איך בין פישי ביי
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

זייער מאדנע.

איך בין זיכער עס איז דא אן אפיציעלע וועג אויסצוגעפונען אן דורך גיין דעם פראסעס.
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

I wouldn't trust them
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

Pinchus האט געשריבן: I wouldn't trust them

איחוד ברסלב אומן איז אנגעפיהרט ביי בן נון
זיי פיהרען די ציון וכו׳
זיי זענען אנענקערטע ארגענזאציע פארוואס זיי נישט גלייבן ?
כעלעמערחכם
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 pm
לאקאציע:כעלעם

Re: אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעמערחכם »

אידישע מוח האט געשריבן: דינסטאג אפריל 27, 2021 11:45 am
Pinchus האט געשריבן:
I wouldn't trust them
איחוד ברסלב אומן איז אנגעפיהרט ביי בן נון
זיי פיהרען די ציון וכו׳
זיי זענען אנענקערטע ארגענזאציע פארוואס זיי נישט גלייבן ?
אפילו "זיי" פירן די ציון זענען זיי נישט טראסבאר פאר ווער סקען אביסל אינעווייניג
איך וואלט זיי נישט געטראסט
שרייב תגובה

צוריק צו “אייראפע”