די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18285
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ווי באקאנט פאר אלע יודעי פאליטיק איז פרעזידענט ביידען יר"ה געלאפן אויף א פלאטפארמע פון עקספיריענס, נישט סתם עקספיריענס נאר איבער 40 יאר עקספיריענס, און נישט סתם עקספיריענס מיט טרעוולן אויפן עמטרעק באן און קלאפן מיטן האמערל אויפן סענאט פלאור, נאר טאקע ספעציפיש אין אויסערן פאליסי. עקספיריענס אין די האקעלסטע נושאים פון אמעריקא'ס אינטערעסן און פראצעדורן דורכאויסן כדיר העולם.

שוין, דער עולם האט עס אנגענימען ערענסט, מען האט זיך אויפגעהויבן מיט דרך ארץ פאר דעם בכבודיגן רעקארד, אויף אזוי ווייט אז דער כאריזמאטישער יונגער קאנדידאט באראק אבאמא האט אים אויסגעקליבן פאר וויצע אלס רוקנביין צו קאווערן דעם אויסערן פאליסי חלל אזוי ארום צו הייבן דעם רעספעקט ביי די מאסן פארן האופ ענד טשעינדזש טיקעט און פון דארט געשפרינגען ווייטער צום נעקסטן שטאפל גרייכענדיג דעם פרעזידענשאל שטוהל אליינס, אלעס אין גרויסן חלק צו פארדאנקען זיין לאנגע רעזומעי פון "עקספיריענס".

פאר די וואס האבן געכאפט א בליק אביסל ווייטער, אויף די רעזולטס, האט זיך אנטפלעקט א היבש אנטוישענדער בילד: כמעט יעדע גרויסע פאליסי דעסיזשאן אין זיין קעריער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א דורכפאל. לאמיר טרייען צו אויפפרישן זאך ביי זאך.

לאמיר אנהויבן מיט איראק. די ווארט "איראק מלחמה" איז היינט צוטאגס ממש א טריפהנע ווארט עקראוס דעם פאליטישן ספעקטרום, אבער עטץ ווייסטס ווער ס'איז געווען פון די גרעסטע אנטוזיאסטישע שטיצער בשעתו? יאפ צוגעטראפן, זשאו ביידען.

ווייטער האמיר אל קאידע. די גרעסטע, הילכיגע און ארגיובלי איינציגסטע קלארע אויסערן פאליסי זיג פון די אבאמא אדמיניסטראציע איז געווען דאס כאפן און אומברענגען דעם 9/11 מעסטערמיינד "בין לאדין". דאס איז א זיג וואס האט אפגעקלינגען מסוף העולם ועד סופו און העכסט ווארשיינליך געהאלפן אבאמא אין זיין לענדסלייד זיג א יאר דערויף. עטץ ווייסטס ווער אין די אבאמא אדמיניסטראציע איז געווען דערקעגן?! יאפ, אונזער זשאו.

דאן האבן מיר דעם באקאנטן טשיינע. "טשיינע איז די גרעסטע זשיא-פאליטישע געפאר פאר די וועלט" איז די יונאנעמעס דערקלעראציע היינט צוטאגס דורכאויס אלע שיכטן און קרייזן אין וואשינגטאן הבירה. פיין און וואיל, אבער אז מ'קוקט צוריק וויאזוי זיי זענען אנגעקומען דא דארף מען נישט קיין סאך זיכן.

דורכאויס זיינע יארן אין סענאט איז ביידען געווען דער פירערנדער טשאמפיאן צו צוזאמברענגען די אמעריקאנער און טשיינע רילעישאנשיפ און עקאנאמישע האנדל. אין 2001 האט ביידען אנגעפירט א נסיעה פון א בכבודיגע גרופע סענעטארן קיין טשיינע ווי ער האט דערקלערט אז "אמעריקא נעמט הערצליך אויף דאס ארייננעמען און אריינזעצן טשיינע אינעם וועלטס האנדל פלאטפארמע ווייל מיר ערווארטן א טשיינע וואס שפילט פולקאם לויט די געזעצן". איבעריג צו זאגן וויאזוי דאס האט זיך אויסגעלאזט און וויאזוי ער אליין האט שוין געמיזט מאכן א 360 דעגרי יוטערן דערויף.

אפגאניסטאן. א ווארט וואס רופט היינט צוטאגס ארויס ווייטאג און כעס בענעזאם, זיך דערמאנענדיג די היסטאריע וואס ליגט דערינטער. געווען טאקע זייער אן אומפאפולערע מלחמה און א קאמפ וואס האט אויסגעזעהן אן אן ציל און אן א ענדפונקט אבער איין זאך האבן די אמעריקאנע גענעראלן כסדר געווארענט, אויב עטץ לאזטס עס איבער גענצליך גייט געשעהן א כאאס. אלס וויצע פרעזידענט האט מר. ביידען נישט געהאלטן ביים הערן וואס זיי שרייען נאר זיך געאייסערט מיט זיין באאס אבאמא "נעם יעדעם ארויס", אבער אבאמא האט אים אנגעפיפן, יא גלויבנדיג אז יש דברים בגוי לגבי די פרעדיקציעס פון די מיליטער און די קאנסעקווענצן, האט ער דארט געלאזט א מינימום צאל טרופן און עס איז געווען רעאליטיוו שטיל דארט דורכאוס זיינע יארן.

ביידען איז אריינגעקומען אין אמט און באשלאסן צו פאלאוען אפ מיט טראמפ'ס טאליבאן דיעל און דער אפגאניסטאן ארויסציה, וואס האט זיך ווי טרויעריג באקאנט געענדיגט אין א טאטאלע קאטאסטראפע. דורכאויסן גאנצן זוממער ווען די אינטעליזשענטס, די מידיע, די מיליטער האבן געהאלטן אין איין שרייען די מצב איז שרעקעדיג, עוועקאאיר אונזערע פריינט ווייל די טאליבאנער מאכן פארשריט מיט ריזיגע טרעפ, איז ביידען און זיין שטאב געזיצן ווי פארגליווערט ליימענע קאטשקעס ווי נישט זיי מיינט עס בכלל, אייגענטליך אקטיוו פארארדערענדיג "נישט" צו עוועקאאירן דעם עולם אויס זארג פון אן "אויסזעהן" (ולכשונם: "אפפערענס") פון שוואכקייט. נו שוין, האט מען יעדעם דארט געלאזט ביזן סאמע לעצטע רגע, ועד בכלל, און די "אויסזעהן" איז שוין טאקע איינמאל געווען בושות.

נעקסט אויף די ליסטע האמיר סאודיע אראביע. די זענען דער אומאפיציעלער "אופעק" פירער, דער סאמע גרעסטער פאוערפלעיער ווען ס'קומט צו אויל דעסטריביוציע גלאבאל, און דערמיט האלטן זיי דעם שליסל צו גאז פרייזן אלוועלטליך. איבעריג צו זאגן אז דאס איז עפעס וואס דרייווד עקאנאמיעס אלל אווער, ווען הויכע גאז פרייזן אפעקטירט ממש יעדן סעקטאר אין די עקאנאמיע, שאקעלט מארקעטס, און א הויפט אינגרידיענט אין אינפלאציע.

ביידען האט פאר סאם ריעזאן באשלאסן אז די לאנד איז גענצליך אומוויכטיג פאר אמעריקא'ס אינטערעסן און זיי אפיציעל געלייגט אויפן שווארצע ליסטע און גענצליך איגנארירט אין סייוועלעכע דיסעזשען מעיקינג פראסעס אין די מיטל מזרח. איבעריג צו זאגן אז אזא איינער וועט דיר נישט צוהילף קומען אין צייט פון נויט.

יעצט צו זיין קלאר, ס'איז נישט קיין עוולה צו באזייטיגן א לאנד אויב שפירט אמעריקא אז ס'איז אין זייערע אינטערעסן, עס מוז אבער גיין בענעזאם מיטן פארשטענדעניש פון די מעגליכע קאנסעקווענצן און זיך פראטעקטן פון די אומפארמיידליכע נאכווייען.

אין דעים קעיס וואלט עס געמיינט זיך פארזיכערן אויפן ענערגיע פראנט דאמעסטיש. טעכניש קען מען ארבייטן אויף גרין אינציאטיוון ווי סאלער, עלעקטריק וויעהעקעלס, באטאריען מאניופעקטשורינג און טשארזשער סטאנציעס אן סאבאטאזשירן עקזעסטירנדע אויל פראדוקציע ווילאנג ס'איז נאך נויטיג.

למעשה אבער האט זיך ביידען ארויסגעלאזט אין א קאמף קעגן ענערגיע פירמעס, אפשטעלנדיג פעדעראלע דרילינג ליעסעס, געמאכט גאר שווער פאר פירמעס צו עררייכן פערמיטן, און אפען דערנידערט די פירמעס אלס באגאבונדן און דירעקטע גורמים צום קלימאטן קריזיס, א זאך וואס האט געהאט ריפל אפעקטס; בענק האבן אנגעהויבן זיך שפירן אלס "שטן" מיטן פינאנצירן א "פלאנעט צוזאמברוך" און אנגעהויבן צוריקווייזן לאונס פאר דרילינג פירמעס, אויל קאמפעניס האבן אנגעהויבן האבן שווערע קאפ וויי אויף יעדן טריט און שריט פונעם פראצעדור, און עווענטועל צוגעברענגט אז די מערהייט פירמעס זאלן אפשטעלן פלענער אויף פרישע לאונג טערם אפאראציעס און ציווארטן עד יעבור זעם.

דאס אלעס האט געלייגט א גרויסע געוויכט אויף די אויל מארקעט און אינאיינעם מיט די אופעק "אומווילן" צו אקאמאדירן א פיינטליכע אדמיניסטראציעס פארלאנגען האט עס געברענגט דעם אומפארמיידבארע רעזולטאט פון הימל גרייכענדע גאז פרייזן.

לאמיר יעצט אריבערגיין צו רוסלאנד-אוקריינע.

די ערשטע צייכן פון שוואכקייט כלפי דעם רוס האט ביידען דעליווערט תיכף נאכן ווערן איינגעשוואירן אין אמט, ווען ער האט אפראווד דעם נארד סטריעם 2 פייפליין. אפגעזעהן דאס אז %90 איז דאן שוין געווען פארטיג (א טראמפ דורכפאל) איז עס געווען א קלארע צייכן פון וויעקנעס כלפי דעם בער וואס פארשטייט בלויז פלעמיש.

דאן האט די וועלט מיטגעהאלטן ווי דער רוס בויעט אויף א ריזן מיליטערישע פארזאמלונג ביים אוקריינישער גרעניץ במשכ'ן גאנצן יאר. ביידען איז טיף געשלאפן.

אמעריקאנע אינטעל באאמטע האבן געווארענט אז די מצב רוקט זיך צו א פול פלעדזשד מלחמה און געזעצגעבער אין וואשינגטאן האבן געהאלטן אין איין מיטשען די אדמיניסטראציע צו שיקן גרויסע שיפמענטס פון וואפן. די אנטווארט איז דאן געווען עפעס וואס האט אנגעהויבן ווערן א קענטליכער ביידען סלאגאן: מ'טאר נישט "פראוואקירן פוטין".

שוין, עס איז געקומען אנהויב ווינטער און די אינטעל איז געווארן קלארער און אומצוויידייטיג, וולאדימיר פוטין גרייט זיך צו אינוואדירן דאס לאנד אוקריינע. דאן האט אנגעהויבן ווערן א סקרעמבל שנעל צו שיקן וואס אימער מ'קען נאך אריינכאפן, אבער אויך גאר גאר געמאסטן. א ספעציעלע גרופע אמעריקאנע פאורסעס צו טרענירן די אוקריינער קרעפטן פאר גורילע קאמפן איז וועטאאירט געווארן דורכן ווייסן הויז אויס מורא פון "פראוואקירן פוטין".

אין די וואכן בעפארן אינוואזיע האט ביידען גאר פיין געטוהן מיטן פארעפענטליכן די אמעריקאנע אינטעל (וואס האט עווענטואל זיך ארויסגעשטעלט די איינציגסטע ריכטיגע פרעדיקציע אפילו צווישן די מערב וועלט שפיאנאזש) זיכער מאכנדיג אז די וועלט איז אויף אלערט און פוטין קען זיך נישט אריינגליטשן אין קיעוו אזוי אומבאמערקט 2'ע פארטאגס. אבער ער איז ווייטער געגאנגען מיטן מאטא פון לייגן אן עקסטערן דגוש נישט חלילה צו וויי טוהן קיין כי הוא זה דעם רוסישן צר און נישט טוהן סיי וואס וואס קען אים חלילה פראוואקירן.

ביידען האט אנאנסירט גלייך אנהויב, חדשים בעפארן אינוואזיע, אז ער שליסט אויס סייוואספארא אמעריקאנע טרופן! דער דעקלעראציע האט ער זיכער געמאכט איבערצוחזר'ן עטליכע מאל א טאג פאר פרישטאג, לאנטש, נאכטמאל. "נאו יו עס טרופס"! ווער האט אים געבעטן איינצושליסן, ווער האטעם געבעטן אויסצושליסן? א מדרש פליאה.

די אנאנסירונג האט אפשר געדארפט זיין א חלק אינעם "נישט פראוואצירן" סעריע, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די שריט האט געגעבן דעם פיינעל גרינעם ליכט פאר פוטין פאראויסצוגיין מיטן אינוואזיע, וויסנדיג קלאר אז א מלחמה פון רוסלאנד וועט זיין בלויז מיטן קליינטשיגן אוקריינע. ומה יעשה הבן שלא יחטא?!

דאן איז ביידען געגאנגען און אנאנסירט אז חלילה אויב פוטין דערוואגט זיך צו פאראויסגיין מיטן אינוואזיע וועט קומען "שטרענגע סאנקציעס". וואס ספעציפיש די סאנקציעס וועלן זיין האט ער נאכאנאנד זיך אנטזאגט פון אנטפלעקן, הויפטזעכליך נישט צו "פראוואקירן דעם רוס".

עס איז קלאר אז די וועלט האט דאן נישט געחלומט די עקסטענד פון די סאנקציעס און אז ס'וועט זיין ממש נארט קאריע סטייל, און ס'מסתבר אז ס'איז נאך דאן אפילו נישט געווען פיינעלייזד. אבער ביידען האט געהאט יעדע סיבה צו אנאנסירן אז אלעס איז אויפן טיש! סוויפט, גלאבאל באנקינג צוטריט, פערזענליכע פוטין סאנקציעס, קלאוסד עירספעיס, באנדס, פריוואטע נכסים, ענערזשי, אא"וו אבער ער האט באשלאסן צו גיין מיטן איינגעהאלטענעם טאן.

דאן אין א נעקסט לעוול אפיעזמענט האט ביידען ביי א פרעסע קאנפערענץ געמאלדן אז מצידו וועט א רוסישע "קליינע אינוואזיע" נישט זיין אזוי געפערליך.. און נישט אויף דעם פארכט ער זיך אזוי. די אונטערלאגע צו דעם סטעיטמענט איז ווארשיינליך געווען דער געדאנקענגאנג אז מיטן געבן פוטין דעם שטיקל קיכן וועט ער שטיל ווערן, כאפן א חלק אוקריינע און צוריקגיין שלאפן..

ווען די אינוואזיע איז פיינעלי אנגעקומען איז יעדער געשטאנען מיט אנגעשפיצטע אויערן און אויסגעשפרייטע נאז לעכער, נו לאמיר הערן די קנאקעדיגע פראסקעס. נאכגעפאלגט האט א ליסטע פון זשענעריק סאנקציעס, אויסשליסנדיג עטליכע רוסישע בענק פון די גלאבעל מארקעט און אפשטעלנדיג סעמי קאנדאקטער דעליוועריס. נישט שלעכט, אבער נאטינג ספעשל ווי מ'זאגט..

אויף די פראגע וועגן "סוויפט" האט ביידען געמאלדן מ'טוט שוין אנדערע זאכן, פעלט נישט אויס. דאן עטליכע טעג שפעטער ווען די פרעשור איז געוואקסן, אקעי זאל זיין סוויפט..

אויף די פראגע וועגן פוטין סאנקציעס האט ביידען גענצליך איגנארירט, שטייצעך אויס מורא פון "פראוואקירן". הערשט עטליכע טעג דערויף ווען די איבעריגע וועלט האט שוין ארויפגעלייגט האט אמעריקא אווי געצווינגענערהייט נאכגעפאלגט.

דאס זעלבע מיט אפשליסן די לופט פאר רוסישע פליגער. די ביידען אדמין האט זיך נאכאנאנד אנטזאגט עס צו טוהן. הערשט נאך וואס יעדע אנדערע פרייע וועלט לאנד פון קאנאדע ביז אייראפע האט עס שוין געהאט דורכגעפירט איז אמעריקא פיינעלי נאכגעקומען.

דאן איז געקומען די נכסים פון די אליגארכן. הערשט נאך וואס דייטשלאנד, פראנקרייך און ענגלאנד האבן דורכגעפירט ברייט פובליצירטע אקציעס האט אמעריקא געמאלדן א "טעסק פאורס" נאכצוגיין די פארמעגנס. נישטא ווער זאל לאכן.

דאן האמיר געהאט די מיג-29 דעבאקל. פוילין האט זיך אנגעטראגן צו דעליווערן זייערע 30 סאוויעט ערא מיליטערישע פליגער צו אן אמעריקאנע מיליטערישע באזע אין דייטשלאנד פון ווי די אוקריינער וועלן עס קענען אויפפיקן. אלע נאטא לענדער האבן עס געשטיפט, אוקריינע האט זיך געבעטן, קאנגרעס מיטגלידער פון ביידע פארטייען האבן דערקלערט זייער שטארקע שטיצע, אבער ביידען האט עס פערזענליך וועטאאירט, אויס מורא פון... "פראוואקירן פוטין"..

דורכאויס דעם גאנצן קריזיס הערט מען כסדר שטריכן פון די ביידען ווייסע הויז קארידארן וואס אלעס פירט צום זעלבן מעסעדזש: מיר ציטערן פון רוסלאנד, מיר פרובירן פארמיידן א דריטע וועלט מלחמה, מיר ווארפן זיך פאר שרעק פון רוסלאנדס נוקליער וואפן, אא"וו. מ'דארף נישט זיין קיין חכם עתיק צו פארשטיין אז פוטין וואקלט זיך פאר געלעכטער. אז אמעריקא ציטערט פון מיר, וואס זאל מיר אפהאלטן?!

בקיצור, וואס וועט זיך אויסלאזן ווייסט איין באשעפער. נאכן ענדיגן מיט אוקריינע וואס זאל אים אפהאלטן כאפן מאלדאווע, פינלאנד, שוועדן, אא"וו סאנקציעס האט מען שוין אויסגעקוועטשט ביזן לעצטן ביינדל, אינטערווענירן מיחיטעריש קען דאך אוודאי נישט אמעריקא אויס מורא פון חלילה "פראוואקירן", נו וואס זאל פונקטליך זאל אים אפשטעלן.

באטטאם ליין, די וועלטס טראבל מעיקערס פארשטייען איין זאך, א שאקעלדיגע שטעקן. מיזט לאו דווקא שלאגן דערמיט אבער צום ווייניגסטענס עס שאקלען. אצינד מיט דעם יעצטיגן בעק סיעט שוואכלינג צוגאנג, אדער ווי מ'רופט עס אין אמעריקא בלשון כבוד "רעזערווד", קען מען זיכער זיין אז דאס איז אלעס נאר דער אנהויב, גרייטס אייך צו צו הערן נאך אסאך נויז פון נארט קאריע, טשיינע, איראן, אא"וו. זאל השי"ת האלטן די רעכטע האנט ס'זאל נישט שאטן קיין שום יוד.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16275
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מיינע פינגערס טוען וויי פון סקראללן ארויף און אראפ טויזענט מאל, דער ארטיקל מיטן ניק קלעבן עפעס נישט....

כאפצעם, מאסיווער דזורנאליסטישער דזאב געמאכט, ארטיקעלעט, דיטעילד און געשמאק. יישר כחכם

שוין ס’צווייטע און איין וואך, וואף הנה ימים באים ס’קומען גוטע טעג.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ווי אויך האט ער אפגערופן א געפלאנטע מיסל טעסט אלץ מורא פון פוטינ'ען
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

כאפצעם???
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10086
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע:אימבאקאנט

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

Wראנג ניק? (דזשאסט דזשאקינג)
זייער זייער קלאר אריינגעקומען, ברויך מען איבערלעזן שטייטעלעך!
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

כאפצעם? וואס גייט פאר מיט דיין סוקסעס פרעזידענט?:lol::lol:

איך האב איבערגעקוקט אפאר מאל אויב איך ליין נישט אן ארטיקל פון מסתמא אדער זעקל.

שטארק ארויסגעברענגט.
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

what's going on here??????????

כאפצעם איז נאך אונטער איינפלוס??????????
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

:shock::shock:
;l;p-
לעצט פארראכטן דורך יש הנאה אום זונטאג מארטש 20, 2022 12:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

איך בין זיכער אז מען שפילט אויף אונז.. ווארט נאר אויף די 2'טע ארטיקל.. ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס צו ליינען אזאנץ פון כאפצעם..

איך האב אז די לעצטע שורה וועט נישט זיין אמת ה"י.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך balkishron »

אפץעם?? לכבוד פורים ?
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
אוועטאר
הינגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4277
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

כאפצעם???????????????
איך מיין די RNC האט געהעקט כאפצעם......
!FIGHT! FIGHT! FIGHT
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

וואט עי סורפרייז כאפצעם.
ווען קומט אן ארטיקל אויף אינערן פאליסי סוקסעס?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18285
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מאך א ברכה האט געשריבן: ווען קומט אן ארטיקל אויף אינערן פאליסי סוקסעס?

ס'דא 103 בלעטער
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

כאפצעם א שיינע ארבעט געמאכט!!!:wink:

די קעפל מיט די ניק האט מיר עס געמאכט ליינען און איין אטעם...

פייט! פייט! פייט!

[email protected]
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מען דארף צוטיילן דא דעם אשכול אין צוויי,
איינס דער עצם ארטיקל, א מאסיווע הערליכע שרייבעריי, זייער שיין אראפגעלייגט
צווייטענס דעם שרייבער פון דעם ארטיקל, דאס אז כאפצעם איז געווען גרייט צו שרייבן אן ארטיקל וואס איז אין קאנטראסט צו זיין אלגעמיינע פאליטישע שטעלונג איז א שטארקע זאך,
און דאס אז אפילו ער האלט אזוי, קען זיכער אריין גיין אין דעם ביידן דורכפאל אשכול...
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

נאך איינער האט באקומען אן אימעיל פון אייוועלט אז מ'דארף זאפארט טוישן די פעסווארד?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אסאך אסאך אומגערעכטע נקודות.

פילייכט אונטערן איינפלוס פון ר' יעקל טעפער מיט די אנדערע נעאקאנס ביי טרוט ניוז. (טרוט מוז נישט דווקא מיינען הלכה כמותו בכל מקום, נעם א שטייגער ר' וואלף בליצער, האט נישט נארישערס וואס צו שטופן היינט ווי א ביידן באזוך אין קיעוו!)

דזשאסט עטליכע זאכן פאר יעצט אויף די מינוט פאר מלוה מלכה:

1) סוויפט איז למעשה נישט אפגעהאקט, חוץ פאר עטליכע סאנקציאנירטע בענק.

2) די "אנדערע זאכן" וואס ביידן האט געזאגט, שטעלט זיך לעת עתה ארויס אלס שטערקער פון סוויפט און האלט שוין פארמאכט דעם רוסישן סטאק מארקעט פאר דריי וואכן.

3) אומפארשטענדליך ווי אזוי אוקראינע זאל געבן אפעטיט פאר אנדערע לענדער.

4) מען זעהט יעצט פון דייטשלאנד'ס אפהאקן דעם פייפליין תיקף ומיד נאך פאר די קריג האט אפילו אויסגעבראכן, און וואס זײ טוען זינט, אז ביידן איז פיין געווען גערעכט מיט ווי אזוי ער האט געהאנדלט מיט דייטשלאנד בנוגע דעם פייפליין.

5) אומפארשטענדליך פארוואס @כאפצעם זאגט נאך דעם רעפאבליקאנער ליגענט אז אונטער ביידן, גראבט מען ווייניגער, ווען דער מציאות איז אז מען גראבט מער און מער זייט דעם קראך אנהייב קאוויד, אנע שום שינוי נאך וואס ביידן האט איבערגענומען.

6) דיר וואלט נישט געשטערט א הייסע קריג צווישן אמעריקע און רוסלאנד? איא? פאר ביידן שטערט דאס יא, ממילא פרובירט ער נישט איבערצוגיין די ליניע.



מאסיווע דזשורנאליסטישע היט דזשאב פון @כאפצעם ירום הודו, אין מאלד פון וואס ער האט געטון מיט פוטין פאריגע וואך. (וואס מיט יענץ בין איך אויך נישט מסכים...)
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2348
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע:צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

enjoy האט געשריבן:
די קעפל מיט די ניק האט מיר עס געמאכט ליינען און איין אטעם...

גא"מ

הערליך שיין און רייך געשריבן!!

נאר אויסגעלאזט די איראנער אטאקע אויף די אמבאסאדע אין איראק...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18285
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צל עובר האט געשריבן:

שוין עטליעסט מיטן חתימה זעמיר אויף איין בלאט..
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18285
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צל עובר האט געשריבן:
6) דיר וואלט נישט געשטערט א הייסע קריג צווישן אמעריקע און רוסלאנד? איא? פאר ביידן שטערט דאס יא, ממילא פרובירט ער נישט איבערצוגיין די ליניע.

איך בין נייגעריג ווי אין מיין גאנצע אנאליז דו זעהסט מיר אדוואקירן פאר א הייסע מלחמה מיט רוסלאנד
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

צ'ק

איז ביידן טאקע אזוי צידרייט??????


אושפיזין האט געשריבן: געווען באריכטעט, אז ביידען האט זיך אונטערגענומען אינעם איראנע דיל אז רוב סאנקציעס וואס מ'האט ארויפגעלייגט אויף רוסלאנד, גייען ווערן אראפגענומען נאך די מלחמה

און מיט דעם תנאי וועט מען קענען ווייטער אנגיין מיטן דיל אומגעשטערט פון די רוסישע דעלעגאטן
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

הערליכע ארבעט כאפצעם האסט א פיינע פענע מיט א געשמאקע שפראך.

(יעצט זעה איך באריכטעט אז צפון קאריע האט דורכגעפירט א פרישע מיסל טעסט)
This fall I will be voting for the candidate found mentally competent to stand trial.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18285
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א דאך האט געשריבן: .
יעצט זעה איך באריכטעט אז צפון קאריע האט דורכגעפירט א פרישע מיסל טעסט

דאס האט גארנישט מיט ביידען, זיי מאכן שוין טעסטס 20 יאר.

אויב עפעס איז עס א טראמפ דורכפאל, נאך 2 סאמיטן זיינער האלט מען אינערגעץ.
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

לאמיר זאגן אז טראמפ האט גארנישט אויפגעטין מיט די 2 סאמיטן, אין לגבי צפון קאריע איז ער געווען א דורכפאל, למעשה איז יעצט ביידען פרעזידענט דארף ער עס האנדלען, אין טאמער האבן זיי געמאכט א מיסל טעסט אינטער זיין זייגער איז עס א דורכפאל פאר אים!
This fall I will be voting for the candidate found mentally competent to stand trial.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די חרוב'ע אויסערן פאליסי פון זשאו ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Wow a1 האט געשריבן: צ'ק

איז ביידן טאקע אזוי צידרייט??????


אושפיזין האט געשריבן: געווען באריכטעט, אז ביידען האט זיך אונטערגענומען אינעם איראנע דיל אז רוב סאנקציעס וואס מ'האט ארויפגעלייגט אויף רוסלאנד, גייען ווערן אראפגענומען נאך די מלחמה

און מיט דעם תנאי וועט מען קענען ווייטער אנגיין מיטן דיל אומגעשטערט פון די רוסישע דעלעגאטן

איך עגרי נישט מיט אלעם מיט כאפצעם, אסאך זאכן האלט איך אז ער איז גערעכט מיטן פראטעקטן אמעריקע, אבער דאס איז שוין קרעיזי...
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”