שבתי'לע מיטן שופר - אום חודש אלול...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע:לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

שבתי'לע מיטן שופר - אום חודש אלול...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

חודעשעלעל... חודשעלעל... !

עס ציפט די פארגשמיות'דיגטן זעהל. מען גייט שוין דורך אין גאס עס איז שוין אויסגעפקט די באקסעס פון נאך ס'קאנטרי. יואלי פריעדמען באנק #154 איז שוין אהיים געקומען פון קעמפ. שמואלאָ אייזן'ס הוט באקס איז שוין אינדרויסן ביים מיסט הויפן. די קינדער זענען צוריק, די גאס איז אנגעשטאפט מיט קונדן וואס זענען הונגעריג פאר א ביינעזמאנעם. אלעס איז אָן-די-גאו.

צוגלייך ביינונז אין בנין האט נאך מיין שכן וואס האט אויך נארוואס אהיים געהויערט פון קאנטרי האט נאך נישט פארענדיגט צו ארויף טראגן זיינע קעסטלעך פוילישע-ספרינג-וואסער וואס מען האט איינגעקויפט ביי קאַצקאָ, ער ליגט שוין אבער ביי די שטיגן. ביז?... מוצאי בדיקת חמץ. גיי ווייס פארוואס ער האט דאס געקויפט...

אָטע איין דריי, אין איך שטיי שוין אין שורה ביים דיין מיטן פארבויגענען לולב. יא מאָך-ניש-מאָך איך שטיי אין שורה, פון ציני הר הברזל וועט ער זיכער נישט זיין, מיטן היינטיגן טעכניק. [זוי גלויבעך] נאך אביסל אין די קינדער האקן צאַם ברעטער פאר א פלאָהר פארן סוכה. ביינעזמאַנעם לופט שוועבט שוין העכער אונז אינגיכער.

האלט מען שוין טאקע נאכמאל דא? סיריעס? עס איז געווען א עיבור/איבער יאר? עס קומט שוין איבער די יאר. פשש... אין איך בין נאך די וויקטעם אויכעט.
אבער יא מיר זענען שוין דא נאכאמאל; יאפ. מיר האלטן דא.

מיר געדענקן ווען דאס געשעפט וואס האט זיך איבער געשפילט היינט אין שול, איז שוין נישט געווען נאנט צו א יאר, וואס איך זאל זיין לעבעדיג ביים סצענע.
איז געווען היינט ווען מען איז אריינגעפאלן מיט א מנין פרייע, חס-דשלום, מיט פרייע? נעעע... אידן וואס האבן כסדר 'פרייע' צייט, דאס געזעמל מנין איז האַרט נאכן דאווענען געווארן איינגעוואנדן צום שופר'ל, וואס גייט ארויס געבן די תקיעה, אין פארמישן די שָטן. הוי באשעפער, געב אונז נאר אזעלכע גארינגע מצוות וויאזוי צו פארבייטן אין פארמישן דעם צושויבערטן שטן. מיט אביסעלע שופר?

שַבתי'ל אונזער בעל תוקע דורכאויס חודש אלול, ווער קען אים נישט. ער בלאזט ווי א פידל, אלעס ביזן בלאזן... הלוואי זאל נאך זיין נאך איין סארט שר'ררועָה. וואס דאס וועט יא ענדערש אביסל ענלדען אינעם פייף פון אונזער שבתי. ער שבתי זאגט אז ווי מער די דרייע-ראַציע פונעם שופר איז אלס שווערער אין טריקי איז דאס בלאזן. אבער הער, פאר אים איז דאס ווי א ווינט בלאזט א פעפער'ל. ער קאָן באווייזן תקיעה'ס געמישט מיט תרועה, הגם עס ווערט שוין דערמאנט אין די...

הכלל; זעמער אריינגעפאלן מיט די 'פרייע' דארט. איז די רעדע געווען דארט צו מען בלאזט יא די גאנצע סעט תקיעות, צו נישט.

שטייצעך, יעדער בר הכי ולא כהלכה, איז אָתו להתם, יעדער אלע שושבינן איז געקומען אין געגעבן זייער מיינונג. מיילעכ'ל (אונזער טייערער לעקעך פארזארגער) האט גענומען א שטעלע אין געזאגט א מיינונג, רופט זיך אן א פרייער איד [פריי פון צייט]. אז נעעע ביינונז אין ברענגשוואַץ האט מען געוואוסט וויפיל עס גייט. בלאז ווילאנג איר שפורט אז דו לופט קוט ארויס פונעם אויער. אוישש... האאַאראאָראאַא... האט דער שבתי'ל זיך גענומען שופר'ן געבלאזן. זעמעער געווארן געשפארט מיט'ן טלית ותפילין. אין צוגעזעהן א ערנסטער מחלוקה, צווישן שבתי אין זיינע אנהענגער.

באמת; טייערע חיזוק געבער, ווי כאפט די נפק"מ ווען בלאזט מען נאר איין סעט תקיעות, אין ווער מאכט אפ אז מען זאל יא נאכגעבן פאר אונז ס'גאנצע טרריאאאָ "ילולי ילל" איז אויך נאר א משל צו דעם געבלאָזעריי וואס איז פארגעקומען דארט...

נו שבתי - שבתי! ווער נאך פארשטייט צו א שופעריי ווי דו?... בלאז נאר בלאז, ביז עס גייט אוזנ פון די נאז, דער עיקר אז דער שטן איז אויף קראָז, ער איז גוט צומישט. שכח שבתי; פארן אונז אויסלערנען וואס עס מיינט ילולי ילל...

לדוד ד' אורי...
נעגל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגל וואסער »

שכח אלטער!
כא'פונקט נעכטן אריינגעטראכט פאוואס חודש אלול ווערט עפעס יעדנס טלית בייטל דיקער האבעך גוט געקוקט האבעך געזעהן אז ווען מ'הייבט אן צו דאווענען פאקט יעדער (פון 40 און העכער) אזוי אינסטינקטיוו ארויס א שיינע געדרייטע שופר.
סאו, סעגוט אז פונקט פארענטפערסטו מיר מיינע שמערצן.
זייער וואויל געזאגט/געשריבן.
(כ'ווייס ניש צו דאס וואכאב גע'תגב'עט מאכט סענס אבער כאב געשריבן דשאסט טו שופר איט אוט)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16275
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

היינט נישט האבענדיג וואס צו טון פאר ליידיגיין האט איינער אין מיין מנין געווארט ביז א צווייטער הייבט אן די בלאזן און דערויף האט ער ארויסגעשלעפט זיין שופר'ל און גענומען הארמאנירן אז עס איז געגאנען א רויעך, די בכיות זענען געווען אין לשער ממש ווי ביים איצט לעזן דעם באכער'ס ארטיקל.

וועלקאם בעק ראש הקהל און א ריזן יישר כח.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נייס טו סי יו עגעין, באכי כהלכי. און אפילו אן קוקן אויפ'ן פראפייל, קען מען דערקענען אז דער ארטיקל איז פונעם בייכל פונעם באכל.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3037
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אלטר פיין פיין,

דער אמת איז אז דיע וואס בלאזן נאר תקועה שר"ת, ותו לא, דעי בלאזן גאנץ פיין,
נאר דיע וואס קענען נישט בלאזן דעם גאנצן סעט,
תשר"ת
תש"ת
תר"ת

אז ער קען נישט בלאז נישט...
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אלטער, וועלקאם בעק, און מיט פול פארסט, יישר כח, שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27110
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גיי לערן אן אלטער-באכער בלאזן!.....

באחער,
האסט מיר דערמאנט בהלו יענטאאש על ראשנו האט ער אויך אנגעראכטען אנארטיקל איבער די געשופעריי און טראמפייטעריי, דיינס איז אבער שופר הבָא-בָא מן החדש, גנוחי גנח וילולי ילל, אין א שמועס פונעם שטן מיט די צייטשריפט האט ער זיך אויסגעקוועטשט "מיט אזעלכע שופרות ווער וואלט נישט צומישט געווארן, אויך מיר א קונץ"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעכטיג שבמעכטיג, דיינע באהאלטענע אויסדרוקן אינדערמיטן האבן מיר געכאפט.
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

באכי איז בעק! ווייס איך נישט וויאזוי מען מאכט נקודות סאו קען איך נישט מגיב אפי' איך האב שטארק הנאה געהאט.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אלטער, געוואלדיג, גלייך ווי אלעמען האבעך געהאט גרויס נאָע פון דיינע זאפטיגע ווערטער.

קיפיראפ!
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע:וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

שלום עליכם אלטער, שוין לאנג נישט געזעהן, אבער יעצט האף איך אז דו ביסט דא פול פוירס
א קליינע הארה, אזוי לאנג נעמט דיר צו מאכן א ארטיקל?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אלטי יישר כוח פארן שיינעם ארטיקל איבער געבלאזעריי.

בלאזן צעמישט, הא ?
באשרייב אביסל די העי-פיבער אינעם סיזאן פון אלול ווייל פון אזויפיל בלאזן די נאז, ווער 'איך' צעמישט. איי ווי קלינעקס מאכט יעצט א לעבן פון מיר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33244
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אלטעבאאאכער... אלטעבאאאכער...

ס'פרייצעך די פאר'ביזי'טן זעהל, מ'סקראלט אריין אין קרעטשמע, אין געס וואט? א נארטיקל פונעם אלטן, און געהעריג, ווי פארן וואקאציע!

העי אלטי! האו וואז די וועקעישען? כ'האף אז דו ביסט געהעריג צוריק, און ס'גייצעך ווייטער גיסן כאכאכאכאכא'ס פון מיין מויל, נע... נישט פון דיר, נאר פון שבתי'לע מיט אלע זיינע פרענדס וואס האבן די זכי' לעלות על קיבארד'ך. (למשל, יואלי פריעדמען באנק #154, און שמואלאָ אייזן, דו קענסט זיי, איא?)

אלטער, גרעיט! קיפ אפ דע גוד ווארק!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ברוך האט געשריבן: א קליינע הארה

א קליינע הארא????? אלטער איז צוריק! לעץ גאו דענס א ריזיגע הארא!!!;1@;1@;1@;1@<:>P{|{}+|{}+
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע:לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

טענקס אָלל יאַ!

נאר א טייני הערה.

יאנאש; מ'האמיר ארויס געשךעפט עפעס מער פון צוואנציג קלאפעס פון קיובאורד, הע? נעם א ברעיק...

מיללער; ביסטו צופימפערט? דו טרופמייטערטס דיינע ווערטער איז 'כחצוצרות אחר היובל בזמן הזה...' (נו וואס די גמרא ווייטער דארט?)

וויכטיג; נאַדער א טעללער וועטשטעבל זופ, וויסן זאלסטו אז איך האב הנאה געהאט פון דיין תגובה. פינטל.

****
נאך א קליינער עובדא מיטן שופר. עקטשעלי א שאלה.

ביי אונז אין שטאט איז איינגעפירט אז דער בעל תפלה האט דעם שופר אין האנט, כך הווה נאך עלינו/באאאאאאאאָ... פּראָ-פראָ-פאָ... ער בלאזט שוין לאנג... נעכטן ווייזט אויס דער שופר'ר ביינונז אין מנין האט נישט געכאפט אז מען ברויך שוין בלאזן, קאן זיין אז ער איז נאך מיד פון שופר'ן בי יא חתונה א נאכט בעפאר.

הארצרייסנעד שטייען א קופקע אידן אין ווארטן צו הערן די תרועות, נ'יאָפ! שמעלקא דער שטילער וואס קוקט קיינמאל נישט ארויס פון אונטערן טלית, (נעעע ער גיבט יא צדקה, אבער ארויס קוקן - קוקט ער נישט ארויס). ער האט ארויס געגראבן א שופר פון זיי בייטל, דער האט גענומען בלאזן אזש... וויסן זאָלטעץ אז ער האט געמאכט א גאנצער סעט תשר"ת אין איין אטעם, נו שטעלט אייך פאר; דאס איז געווען נעכטן.

היינט אבער. איז אונזער סטעדי בעל תפלה יא געוועזן אין גיער פון בלאזן, איז אבער געקומען צו בלאזן אין עקטשעל, איז געשעהן אזאנס וואס האט אויפגעבראכן מיינע מילצן פרי אינעם טאג, "שמעלקא האט אויך זיך גענומען שופר'ן (נישט נעמענדי'ג אין אכט אז דער בעל תפלה בלאזט היינט אויך, נ'וודאי איז דאזס ווייל ער קוקט נישט ארויס פון ס'אונטער טלית'ל). עס איז פארגעקומען אזא מעלעדי, עס איז געווען "תקיעה" מיט הארמעני, שמעלקא איז געווען דגאר גוט אין דרייען מיטן טאָן.

עס איז געווען כאאאָס, דער עולם האט געשושקעט אויף שמעלקא, שמעלקא ווייזט מיטן הענט, איין רגע! איך האב היינט אנגעהויבן פארדעם בלאזן, ער האט זיך געזוימט, ס'איבריגער עולם האט געשריגן אויפן בעל תפלה, "ששש...." אבער איז געווען מענטשען וואס האבן זיך אנגענומען אויפן בעל תפלה, ווייל דאס איז באמת זיין דזשאב, וואס ער פלעגט טאן א יעדן טאג ביז נעכטן...

ווער איז באמת גערעכט?... גיי ווייס. אבער וואס וואלט איר געטאן אזא צייט?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ואס איך וואלט געטוען? וואס מיינסטו טו איך יעצט? איך זיץ און לאך. מיסתמא דאס זעלביגע וואלט איך דארט געטוען.

אלטער, פערפעל-פילן (במקום פארפאלן, קרעדיט: אלטער) צו דיין שפראך און דיינע המצאות'ער קען קיינער נישט צוקומען! ס'איז אויסערגעווענליך גוט.

כ'וועל דיר זאגן א סוד. איך ווארט שוין א גאנץ יאר אויף ביינאזמאנים פאר די איינע סיבה. צו הערן א גוט ווארט פון דיר. זאלעס זיין שמעלקא אדער שבתי'לע, גייט מיך גאנץ קנאפ אן, אבער אן ארטיקל זאל זיין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

אלטער, 1-A
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אלטער וואס איך וואלט געטוען? כ'וואלט גענומען דיינע אויפגעבראכענע מילצן און געלאכט ווי א קרעקער איבער דעם גארגל-שפילער, און געקומען ליינען און הערן וואס אלטער האט צו זאגן דערויף
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ס'הייסט וואס איך וואלט געטון? דאס וואס איך און צייטליך, און יעדער וואס וואלטעס מיטגעהאלטן און ליינען עס דא, טוהען. מ'לאכט און מ'לאכט און מ'לאכט נאך אלץ.

בחור'ל דיינע איידיעס זענען געוואלדיג.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע:וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

איך ווייס וואס איך וואלט געטוען, אבער האסט איינמטל זעכער געטוען די ריכטיגע זאך, עס אפגעשריבן מיט דיינע נאסע מליצות, כה לחי.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אלטער, שכוח פאר ביידע, סיי די ערשטע, און סיי די צווייטע.
אלטעבחורל האט געשריבן: ווער איז באמת גערעכט?... גיי ווייס. אבער וואס וואלט איר געטאן אזא צייט?

ס'האט זיך נאך קיינמאל נישט געמאכט ביי דיר אינדעהיים וואס ביידע האבן געבלאזן צוזאמען? ס'גייט אריבער אביסל צייט, און אלעס ווערט רואיג...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

חחחח.... אנטיפיקל תרועה...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך וויל נישט משוגע מאכען די מענטשהייט ארויפברענגען אלטע אשכולות, אבער איך קען מיך אויך נישט איינהאלטען פין ישר כוחען דא, באכי עס איז א גיט ארטיקעל, עס יוזשועל.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1929
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

*
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”