שלח תשלח את האב?
בענקעניש נאגט,
אזוי אנטוישט,
אזוי פארפלאגט.
ליבע געקוועלט,
דיר געברענגט,
אויף דער וועלט,
זיך אנגעשטרענגט.
אוי ס׳שווארץ,
געפילן בלוטן,
פון מיין הארץ,
דיר אפגעשניטן.
די מרעין בישין,
בארבאריש ברעטשען,
און מיין קושן,
טרערן קוועטשן.
ווי די טויבן,
טו איך בוכה׳ן,
דיר בארויבן,
מיינע אפרוחים.
אין גאטפארכטיגן שם,
מיין נפש׳ס רציחה,
מיין קינד מיין קלעם,
פסיק רישא דלא ניחא.
כ׳וויין במסתרים,
כ׳שלאג זיך בגלוי,
איפה הנערים?
ראה עניי ועמלי.
קינד מיינס נעם,
ביסט מיין בראך,
בשם השם,
הבנים תיקח לך?
מיין קינד אוי ס׳שווער,
ס׳פאלט מיר א טרער
מאך אויף דיינע אויגעלעך און זע
כ׳האב דיר ליב אן א מאס
אן א שיעור אן א צאל
הלוואי כ׳וועל דיר קענען צייגן נאך אמאל.