ביהיינד די סיענס מיט וויכי. (אדער אן?...)
יאך זיץ מיר אויפן קאוטש מוצאי דעם זיבעטן, מיט א ווארימען חמין במוצאי שבת מלוגמא'דיגן קאווע, און מ'ליינט זיך אידישע וועלט, באקאנט אלס אייוועלט, מיט א געמיטליכקייט.
מישט מען דורך אזוי צעביסלעך נייעס, לאקאלע נייעס, (רבישע נייעס? נע, נאר אין פארברענגען האט מען איבערגעלאזט א זכר דערפון...) דעת הקהל, די לעצטיגע קרעטשמע ארטיקלען, לויפנדיג אויף נאטיפיקאציעס, אלעס א_ווי א געווענליכער מוצאי שבת.
נו, אז אלס איז ווי געווענליך, איז דאך הדרא קושין לדוכתא, מה היום מיומים? וואס האט זיך דער פעדער דערמאנט און זיך ערוואכט אין מיינע פינגער?
אט הערט!
נאכן עטוואס איינדרימלען, האט מען באשלאסן זיך צו גיין געהעריג לייגן.
אבער פארן זיך לייגן גיבט מען נאך איין שנעלער בליק אויב עס איז פארהאן עפעס פרישע חידושים לכבוד מוצאי שבת.
זעה מיר אז פארברענגען איז מען היבש צוריק געשטאנען נאכן האבן אן עטוואס מער ווי געווענליך פארנומענעם וואך.
זעץ מיר זיך אריין, און נאכן ליינען אייזיקס פארניכטעטע חצוצרות, זאכן וואס איך וויל וויסן, און באמערקונגען צו ניקס, האמיר אריינשפאצירט אינעם באקאנטן איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז אשכול. געווען איז רעלאטיוו שפעט אויפן זייגער, אבער פינף בלאט הינטערשטעליג איז אויך נישט קיין קלייניגקייט. נעמט מען זיך ליינען.
אבער נאך צוויי בלאט, 'הא! דו האסט נישט קיין רעכט! וכו'!'...
שוין, וואס קעמען טאן? זעט אויס די קינדערלעך האבן ווידעראמאל זיך נישט געקענט איינהאלטן, און אנגעוויזויהייסטעסט נאך אן אשכול. גם זו לטובה, וועט מען מוזן זיך באגענוגן מיט אנדערע פארברענגען אשכולות וואס זענען נאך יא אפען פאר די פאבליקום.
דרוק איך אויבן אויף 'היימישע פארברענגען', קומט ארויף ש'מער'יש ווייניגער, 'עס עקזיסטירט נישט אזא פארום.'! הערסט? נאומאר פארברענגען! גייעך אויפן הויפט בלאט, זעה איך אז פארברענגען איז אראפ געפלויגן אונטן, דרוקט מען שנעל ווילאנג סלעבט נאך, און, והנה! אהאנגזא לעבט געהעריג! האמיר אנגעהויבן ארומקוקן אביסל, זע מיר אז זאכן כאפן אן ערנסטן שפאציר.
היכל הנגינה האט אריין שפאצירט אין אנקעטעס, דאן איז געווארן אלטע פארומ'ס מיט נייע פארומ'ס.
נאך שפעטער האט זיך דערזען א גאנצע נייע קאטעגאריע, און זאכן האבן אנגעהויבן אריבערשפאצירן אהין...
עכ"פ, פון די ערשטע זאך וואס איך האב אינאכט גענומען ביז איך האב געזען זאכן מער ווייניגער מסודר, האט גענומען איבער 3 שעה!
איז שטעלט איר זיך אוודאי פאר אז א באט האט ארומגעארבעט אביסל איבערנאכט? געס וואט, וויכי האט געארבעט שעות אויף שעות דורכאויס די נאכט, צו פארזיכערן אז אלעס קומט אן צוריק אויפן ריכטיגן פלאץ.
נאכאמאל, @וויכטיג מאכער האט געארבעט שעות! פאר אונזער באקוועמליכקייט. שלא על מנת לקבל פרס.
טענקיו וויכי! איך האב מיטגעהאלטן אביסל פון די בעק דיין ארבעט, און זאלסט וויסן, איטס גרעיטלי אפרישיעטעד!
וְכָל מִי שֶׁעוסְקִים בְּצָרְכֵי צִבּוּר בֶּאֱמוּנָה. הַקָּדושׁ בָּרוּךְ הוּא יְשַׁלֵּם שכָרָם וְיָסִיר מֵהֶם כָּל מַחֲלָה וְיִרְפָּא לְכָל גּוּפָם וְיִסְלַח לְכָל עֲונָם. וְיִשְׁלַח בְּרָכָה וְהַצְלָחָה בְּכָל מַעֲשה יְדֵיהֶם עִם כָּל יִשרָאֵל אֲחֵיהֶם. וְנאמַר אָמֵן:
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)