פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער 2020 למספרם וואלן - בלויז נייעס
נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע פראצעס אקעגן טראמפ איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
ספעשל קאונסעל דזשעק סמיט האט געלאזט וויסן פאר טראמפ אז ער איז א ציהל אין זיין אויספארשונג איבער די קעפיטאל איבערפאל
דאס איז א באזונדערע אויספארשונג פון די דאקומענטן קעיס און די קעיס ווערט באהאנדלט ביי א באזונדערע גרענד דזשורי אין וואשינגטאן די סי
דאס איז א באזונדערע אויספארשונג פון די דאקומענטן קעיס און די קעיס ווערט באהאנדלט ביי א באזונדערע גרענד דזשורי אין וואשינגטאן די סי
Re: פעדעראלע פראצעס אקעגן טראמפ איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
מען דארף עפענען א עקסטער פארום וואס נעמט צאם אלע הונדערטער טראמפ פראצעס אשכולות פין אלע זיינע אנגייענדע אויספארשונגען....
Re: פעדעראלע פראצעס אקעגן טראמפ איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע פראצעס אקעגן טראמפ איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
סמיט אויספארשער האבן קאנפיסקירט די טעלעפאנען פון טראמפ לעגאלע ראטגעבער באריס עפשטיין און פון מייק ראמאן וועלכע איז געווען די דירעקטאר פאר עלעקשאן דעי אפעראציעס פאר די טראמפ 2020 למספרם קאמפיין
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע פראצעס אקעגן טראמפ איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
טראמפ אדוואקאטן ארבעטן שווערן צו דערגיין אויב/ווער נאך עס האט באקומען ענליכע בריוון
זיי ווילן וויסן אויב טראמפ וועט זיין דער איינציגסטער אדער וועלן אנדערע ווערן אנגעקלאגט צוזאמען מיטן אים
דערווייל האבן זיי נישט צוריקגעהערט פון קיינעם אז זיי זאלן האבן באקומען אזאנס
דזשאן איסטמאן'ס אדוואקאט זאגט אז זיין קליענט האט גארנישט באקומען
זיי ווילן וויסן אויב טראמפ וועט זיין דער איינציגסטער אדער וועלן אנדערע ווערן אנגעקלאגט צוזאמען מיטן אים
דערווייל האבן זיי נישט צוריקגעהערט פון קיינעם אז זיי זאלן האבן באקומען אזאנס
דזשאן איסטמאן'ס אדוואקאט זאגט אז זיין קליענט האט גארנישט באקומען
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע פראצעס אקעגן טראמפ איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
געוועזענע אריזאנא קאנדידאט דאג דוסי האט לעצטנס געזאגט אז ער איז אים אינטערסאנט אז סמיט האט זיך נישט פארבונדן מיט אים צו הערן זיין עדות'שאפט
אצינד הערט מען אז מען האט זיך פארבונדן מיט אים און ער זאגט אז ער איז גרייט צו קאאפערירן און טוהן וואס איז ריכטיג
אצינד הערט מען אז מען האט זיך פארבונדן מיט אים און ער זאגט אז ער איז גרייט צו קאאפערירן און טוהן וואס איז ריכטיג
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע פראצעס אקעגן טראמפ איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
א געוועזענע טראמפ ווייסע הויז איינגעשטעלטע גייט דאנערשטאג אויפטרעטן פארנט פון די גרענד דזשורי
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע פראצעס אקעגן טראמפ איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
דזשוליאני האט אויך נישט באקומען אזא נאטיץ דערוויילהכל הבל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 18, 2023 2:11 pmטראמפ אדוואקאטן ארבעטן שווערן צו דערגיין אויב/ווער נא עס האט באקומען ענליכע בריוון
זיי ווילן וויסן אויב טראמפ וועט זיין דער איינציגסטער אדער וועלן אנדערע ווערן אנגעקלאגט צוזאמען מיטן אים
דערווייל האבן זיי נישט צוריקגעהערט פון קיינעם אז זיי זאלן האבן באקומען אזאנס
דזשאן איסטמאן'ס אדוואקאט זאגט אז זיין קליענט האט גארנישט באקומען
- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
באריכט אין די ראולינג סטאון מאגאזין זאגט אז די בריוו רעכענט אויס 3 סטאטוען אונטער וואס טראמפ וועט מעגליך אנגעקלאגט ווערן.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20230718_221152.jpg (220.72 KiB) געזען 8880 מאל
- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
ען בי סי ניוז באשטעטיגט אז דער געוועזענער רעפאבליקאנער גאווערנאר פון אריזאנע דאוג דאוסי קאאפערירט מיט די ספעשל קאונסיל'ס אויספארשונג איבער טראמפ'ס פריוון איבערצודרייען די רעזולטאטן פון די 2020 וואל אויסגאנג.
(טראמפ האט אנגערופן דעם גאווערנאר אויפן טעלעפאן נאכדעם וואס ער האט סערטיפייד די וואל רעזולטאטן אין זיין סטעיט).
(טראמפ האט אנגערופן דעם גאווערנאר אויפן טעלעפאן נאכדעם וואס ער האט סערטיפייד די וואל רעזולטאטן אין זיין סטעיט).
- אטעטשמענטס
-
- 1280px-DougDucey.jpg (373.96 KiB) געזען 8634 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
סענאטאר קענעדי טרייבט שפייס פון דאס וואס די מידיא איז נעכטן געווען פארנומען אפצולערנען די באדייט פון דזשעק סמיט'ס קויפן א סענדוויטש ביי א סאבוועי סטאנציע קלייט
געוויסע האבן עס אויסגעטייטש ווי א מעסעדזש אז ער טוט דאס זייניגע הונטער די קוליסן און איז זיכער מיט זיין סטראטעגיע אין די צייט וואס אנדערע האבן געזעהן א צייכן פון א הונגעריגער מאן וואס איז גרייט צו פארצוקן
קענעדי זאגט אז ווען סמיט זאל ווען זיצן און עסן אינאיינעם מיט זיין הונטל טשיריאס פון דער ערד וואלט עס אנגעצונדן ביי אים א רויט לעמפל אבער דאס קויפן א סענדוויטש אליינס איז נאכנישט גענוג אים צו מאכן איבריג נייגעריג און די סומאטוכע ארום דעם איז ענדערש אן אנדייטונג פון א שוואכע נייעס טאג
געוויסע האבן עס אויסגעטייטש ווי א מעסעדזש אז ער טוט דאס זייניגע הונטער די קוליסן און איז זיכער מיט זיין סטראטעגיע אין די צייט וואס אנדערע האבן געזעהן א צייכן פון א הונגעריגער מאן וואס איז גרייט צו פארצוקן
קענעדי זאגט אז ווען סמיט זאל ווען זיצן און עסן אינאיינעם מיט זיין הונטל טשיריאס פון דער ערד וואלט עס אנגעצונדן ביי אים א רויט לעמפל אבער דאס קויפן א סענדוויטש אליינס איז נאכנישט גענוג אים צו מאכן איבריג נייגעריג און די סומאטוכע ארום דעם איז ענדערש אן אנדייטונג פון א שוואכע נייעס טאג
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
טראמפ פלאנט נישט אראפצוגיין צו א פרייוויליגע פארהער פארנט פון די גרענד דזשורי אין וואשינגטאן די סי
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע פראצעס אקעגן טראמפ איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
אדוואקאט סטאן וואדווארד (וועלכע פארטרעט אויך וואלט נאוטא) האט איצט געשפעטיגט צו ערשיינען צו א סענטענסינג פארהער איבער איינע פון די קעפיטאל איבערפאלער
ער זאגט אז ער איז געווען פארנומען ביי די היינטיגע גרענד דזשורי אויספארונג אויף זיין אנדערע קליענט וויליאם ראסעל וויבאלד ער האט געדארט אינטעווענירן ווען ספעשל קאונסעל דזשעק סמיט האט אנגעהויבן שטעלן פראגן וועלכע פאלן דארפן זיין באשוצט צוליב עקזעקוטיווע פריווילעגיע
- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
טראמפ'ס נייע אדוואקאט, דזשאן לאורא, זאגט אז די ערשטע זאך וואס ער וועט בעטן איז "קאמערע'ס אין געריכט זאל". "און איך האף אז דער יוסטיץ דעפארטמענט וועט זיך איינשליסן אין דעם פארלאנג, כדי מיר זאלן קענען אראפנעמען דעם פארהאנג און אלע אמעריקאנער זאלן קענען זען וואס עס פאסירט."
- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
געוועזענער ניו יארק פאליציי קאמישאנער בערני קעריק איז אין געשפרעכן צו ווערן אויסגעפרעגט דורך די ספעשל קאונסיל.
קעריק האט געארבעט צוזאמען מיט רודי דזשולאני אין אן אומגעלונגענע פריוו צו טרעפן ברייט פארצווייגטע וואל פעלשערייען אין די 2020 פרעזידענטליכע וואלן.
- סי בי עס

- Screenshot_20230721_154816.jpg (268.02 KiB) געזען 7197 מאל
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
CBS באריכטעט אז ביידנ'ס יוסטיץ דעפארטמענט קען שוין אנקלאגן זייער הויפט פאליטישער קעגנער אזוי פרי ווי מארגן איבערן איבערפאל אויפן קעפיטאל יאנואר זעקס 2021.
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
באריכטן אין די מידיע ווייסן צו דערציילן אז דער זעלבסשטענדיגער פרארקארור דזשעק סמיט קען שוין אזוי ווי פרי ווי מארגן ברענגען אנקלאגעס אקעגן טראמפ אין זיין ראלע אין די ראיאטן יאנאור 6.
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
דערווייל ווארט מען אויס די קלאגעס און היינט איז די גרענד דזשורי געזיצן אבער לויט א קוואל האבן זיי דערווייל נישט באשטעטיגט קיינע אנקלאגעס
הויפט די סי דיסטריקט ריכטער באוסבערג וועלכע האט איבערזיכט איבער אלע גרענד דזשוריס אין יענע יוריסדיקציע איז אפוועזנד די וואך (באוסבערג איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
ריכטער רענדאלף מאס (אויך נאמינירט דורך אבאמא אבער באשטעטיגט אויף א פיל מער פארטייאישע ליניעס) איז די עקטינג הויפט ביז באוסבערג קומט צוריק
טראמפ אדוואקאטן האבן זיך געטראפן מיט פראקורארן
הויפט די סי דיסטריקט ריכטער באוסבערג וועלכע האט איבערזיכט איבער אלע גרענד דזשוריס אין יענע יוריסדיקציע איז אפוועזנד די וואך (באוסבערג איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
ריכטער רענדאלף מאס (אויך נאמינירט דורך אבאמא אבער באשטעטיגט אויף א פיל מער פארטייאישע ליניעס) איז די עקטינג הויפט ביז באוסבערג קומט צוריק
טראמפ אדוואקאטן האבן זיך געטראפן מיט פראקורארן
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
גרענד דזשורי איצט ערשינען צו די ארבעט
- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
סי ען ען באריכטעט אז נאכן זיצן פאר פיר שעה האבן זיי געענדיגט זייער ארבעט פאר היינט און זענען זיך צוגאנגן. א וויכטיגע נקודה זאגן זיי אז דער Foreperson (ער שרייבט אונטער די אינדייטמענט פארנט פונעם ריכטער) איז פארבליבן דארט, וואס איז א מעגליכע אנדייטונג אז אן אינדייטמענט קען קומען בקרוב.
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
5:00
- אטעטשמענטס
-
- -5066982110224558917_121.jpg (117.05 KiB) געזען 3606 מאל
Trump is backed by the guys who launch rockets into space. Kamala is backed by the guys who launch rockets into other countries.
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
די גרענד דזשורי יושב ראש איז איצט אינאיינעם מיט די מאגיסטראט ריכטער פאר וועם מען דארף איבערגעבן די קלאגעס
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46601
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער קעפיטאל איבערפאל - בלויז נייעס
טראמפ אנגעקלאגט