וויאזוי שרייבט מען די נאמען פון די שטאט 'אנטווערפען' אין א גט?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

וויאזוי שרייבט מען די נאמען פון די שטאט 'אנטווערפען' אין א גט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

היות אז אין די אנטווערפענער אשכול האט זיך פארצויגען א שמוע'ס איבער וויאזוי מען דארף צו שרייבען די נאמען פון די שטאט אנטווערפען, [אנגעהויבען מיט @המברך יתברך ], וואס בעצם איז די שאלה נוגע צו עניני גיטין, און ס'איז א הלכה'דיגע שאלה. [אזוי ווי @שמחת עולם האט שוין מעיר געווען דארט]
וועל איך גיין פתיחה דא אין ידיעות התורה, און שרייבען די ראשי פרקים און די מראי מקומות אויף די סוגיא.
היות אז איך האב נישט געלערנט הלכות גיטין, און לכאורה גייט זיין וואס מוסיף צו זיין און מעיר זיין אויף וואס איך שרייב, זאל די עולם נעמען די פעדערען אין די הענט, און מגיב זיין כיד ה' הטובה עליהם, ומיני ומינייכו יתקלס עילאה!

וויאזוי שרייבט מען אנטווערפען אין גיטין, 'אנטווערפן' אדער 'אנטווערפען'?[מיט א 'ע' אדער אן די 'ע'].

די ערשטע וואס דערמאנט די נושא איז די דיין הרה"ג ר' שלום יצחק שטערענבערג אין זיין ספר ברכת שלום, [א גרויס חלק פון די ספר איז אויף די שטאט אנטווערפען, לגבי די עירוב און עניני גיטין וכו'], ער ברענגט דארט (עמ' נז) אז היות ער איז שוין א תושב אנטווערפען שוין עטליכע יאר, און אזוי ווי די נוב"י שרייבט אז אין א נייער שטאט זאל מען נישט מסדר זיין א גט [צוליב חששות בנוסח כתיבת הגטפ, האט מען טאקע קיינמאל נאכנישט געשריבען א גט אין אנטווערפען.

אבער היות אז ס'האט'זעך געמאכט א חשש עיגון [א מעשה מיט א מאן וואס איז אוועקגעפארען קיין ארגנטיניא] איז בלית ברירה האט מען זיך פארלאזט אויף א תשובה פון חתם סופר וואס פסק'נט אז בכה"ג זאל מען אנפרעגען ביי די גדולי הדור און זיי זאלען אפמאכען וויאזוי צו שרייבען די נאמען פון די שטאט.

האט ער אנגעפרעגט ביי הגאוה"ג ר' מאיר אריק (דעמאלטס געווען רב אין יאזלאביץ) אין מען האט אנגענומען אז מען וועט שרייבען "אנטווערפען דמתקריא אנווערס דיתבא על נהר שעלדע".

קיין הלכות גיטין האב איך נישט געלערנט, אבער איך וועל דא ברענגען די נקודות וואס ער איז דן בקיצור נמרץ:

  • א. לגבי וויאזוי צו שרייבען אנטווערפען (מיט א ע' אדער אן א ע') קוקט נישט אויס אין די תשובה אז ס'איז געווען א נידון, און ער נעמט אן כדבר פשוט צו שרייבן מיט א ע'.
  • ב. היות אז אין אנטווערפען [און אין גאנץ בעלגיע] איז דא א גרויסע טייל פון די גויים וואס רעדען די פראנצויז'ישע שפראך, און אין זייערע שפראך זאגט מען נישט 'אנטווערפען' נאר 'אנווערס' (anvers) , איז א שאלה צו מען דארף עס שרייבען אין די גט. [וועלעכער פון זיי, צו גאר ביידע?]
  • ג. אויב דארף מען שרייבען 'אנווערס', צו דארף מען שרייבען מיט א ס' (אנווערס) אדער מיט א ש' (אנווערש)?
  • ד. א אריכות איבער די 'שעלדע' (ס'ח'עלדע... בקיצור איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו שרייבען... schelde אין פלעמיש) וויאזוי ווערט דאס געשריבען אין די גט (קוים וואס איך געב מיך אן עצה דא...) אין בפרט אז די פראנצויזען האבען דא אויך באשלאסען צו זיין קלוגער... און עס רופען מיט א אנדערע נאמען.
    [ווי נאר די פראנצויזע קענען, שרייבען איין ווארט, און זאגען גאנץ עפעס אנדערש. זיי שרייבען עס 'עסקאט' מיט א t' צום סוף, און ווען זיי זאגען עס, לאזען זיי אויס די t' און מען זאגט 'עסקא'... דארף מען יא שרייבען די t' אדער נישט?]
  • ה. נאך א נידון וואס ער איז דן, [עה"צ אז מען דארף שרייבען די נאמען פון די טייך אויף ביידע שפראכען] צו מען זאל שרייבען 'דמתקריא' עסקא לשון נקבה, אדער 'מתקרי' עסקא לשון זכר?
    [דער נוב"י זאגט אז מען שרייבט לשון זכר וועגען ס'גייט אויף די טייך, וואס איז א לשון זכר, אפי' בכה"ג וואס די נאמען פון די טייך איז א לשון נקבה (זיין נידון איז אויף די דונאי טייך). אזוי דא אויך ביי די שעלדע וואס איז לשון נקבה איז דא די זעלבע שאלה (די שאלה איז נאך טיפער ואכ"מ) . ר' מאיר אריק ברענגט א גאונות'דיגע ראי' פון א רש"י עה"ת פר' נשא אין פר' סוטה , ואכהמל"ב כעת, ובל"נ עוד חזון].
למעשה ווי געשריבען האט ר' מאיר אריק געפסק'נט צו שרייבען "אנטווערפען דמתקריא אנווערס דיתבא על נהר שעלדע".
די תשובה איז געדרוקט אין ברכת שלום עמ' סה, און אין מנחת פתים פון ר' מאיר אריק אויף אהע"ז סימן קכ"ח ס"ד (שיירי מנחה).
מנחפ.png
מנחפ.png (31.66 KiB) געזען 522 מאל


ווי איך זעה אין שו"ת והרים הכהן (ח"ב סי' מ"ו) ער איז דן דארט אויף א טעות וואס איז געטראפען געווארען אין א אנטווערפענע גט [ס'איז געשטאנען 'אנוועס' אן די ר'], און ער איז מעתיק די נוסח, שטייט אז מען שרייבט דארט טאקע "אנטווערפען דמתקריא אנווערס דיתבא על נהר שעלדע דמתקריא עסקא".
הכהן.png
הכהן.png (30.29 KiB) געזען 522 מאל


אויף מסיים צו זיין וועל איך ברענגען וואס איך האב געזען אין ספר הנפלא בית פשעווארסק (ר' יהודה אליעזר שטראסמאן) חלק א' עמ' 35 הערה ג'. בנוגע די מנהג פון רבוה"ק לבית פשעווארסק זיע"א. [מיט א אינטרעסאנטע הוספה/השערה פארוואס שרייבט מען טאקע אנטווערפען מיט א ע']

(בית פשעווארסק ח״א עמ׳ 36-35 הערה ג)
פעם עמדתי בסמוך לרבי יענקעלע זי״ע בשעה שיהודי מלונדון דיבר עמו על ידי הטעלעפאן והזכיר את עצמו לפניו. ורבי יענקעלע זי״ע כתב מיד קוויטל עבורו, כנהוג, וראיתי שאת שם העיר לונדון הוא כותב עם ו׳ ולא עם א׳ (יש אנשים שכאשר הם כותבים ביודיש הם כותבים "לאנדאן" עם א׳, ועל פי דקדוק של לשון יודיש אכן מגיע לכתוב עם א׳). ולמדתי מרבי יענקעלע זי״ע שאת שם העיר לונדון יש לכתוב עם ו׳ דייקא, וכך נוהג ר׳ איציקל, לכתוב עם ו׳.
את הטעם לכך, שמעתי פעם שהיות והיהודים הראשונים שהתיישבו בלונדון היו מאחינו הספרדים, והם הרי כותבים ומדברים בלשון הקודש, ולכן הם כתבו את שם העיר לונדון עם ו׳, וכיון שהם הנהיגו לכתוב את שם העיר לונדון עם ו', נקבע כך שמה לדורות, ואין לשנות בזה, כיון שזה נוגע להלכה לגבי כתיבת גט או כתובה.

וכיוצא בזה גם שם העיר "אנטווערפען" נוהגים לכתוב בה פעמיים את האות ע', כיון שהיהודים הראשונים שהתיישבו באנטווערפען באו מקראקא, ובהתאם לשפת דיבורם הם כתבו את האות ע׳ פעמיים, "אנטווערפען", וכך נשאר לדורות. גם מנהגי אנטווערפען הם מנהגי קראקא.
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: וויאזוי שרייבט מען די נאמען פון די שטאט 'אנטווערפען' אין א גט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

הערליך שיין צונומען, געוואלדיגע ארבעט! א דאנק!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: וויאזוי שרייבט מען די נאמען פון די שטאט 'אנטווערפען' אין א גט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

איבער ברוקלין איז געווען א שאלה לגבי די איסט ריווער, אויב מ'דארף שרייבן "על נהר איסט ריווער" אדער "על נהר איסט" ווייל נהר און ריווער איז די זעלבע זאך...


אין די עמי מאגאזין איז ממש לעצטנס געווען א שמועס איבער שמות גיטין פון אמעריקאנער שטעט אין די בראשית יארן (היוסטאן טעקסאס, איסט ריווער הנ"ל, ועוד) דורך הרב משה טויב
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי שרייבט מען די נאמען פון די שטאט 'אנטווערפען' אין א גט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”