משפט מענענדעז - בלויז נייעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6496
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: משפט מענענדעז - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 9:33 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:31 am
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 6:23 pm
טרייעל דאטום באשטימט אויף מאי 6.
מענענדעז פארלאנגט פון ריכטערין סידני שטיין (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) עס אפשוטופן אויף ביז יולי למספרם
ריכטערין ווארפט אפ פארלאנג פון מענענדעז
מרס. מענענדעז פארלאנגט אז איר טרייעל זאל ווערן אפגעלייגט צוליב א פרישע 'ערנסטע געזונטהייט צושטאנד'.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41929
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מענענדעז - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

האשה אשר נתת עמדי הוא נתנה לי

די פראצעס פאר פרוי מענענדעז אי געווארן אפגעלייגט אבער דער סענאטאר וועט יא אויסשטיין זיין פראצעס אינעם באשטימטן דאטום

אין פריש אויפגעדעקטע דאקומענטן זעהט מען אז ער גרייט זיך מעגליך צו ווארפן די שולד אויף זיין פרוי און איר באשולדיגן אין פארהוילן אינפארמאציע פון אים אין א פארזוך זיך ריינצואוואשן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41929
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מענענדעז - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פראצעס פון סענאטאר מענענדעז הויבט זיך אן היינט מאנטאג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41929
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מענענדעז - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דער סענאטאר ערשיינט צום געריכט
אטעטשמענטס
JYRJTEJ.jpg
JYRJTEJ.jpg (98.45 KiB) געזען 825 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41929
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מענענדעז - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אינעם ערשטן טאג פונעם פראצעס האט מען נישט באוויזן צו זעצן קיין איין דזשוראר אבער נעכטן האט מען געזעצט א פולע דזשורי
אטעטשמענטס
KYRUJE.jpg
KYRUJE.jpg (69.11 KiB) געזען 513 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41929
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מענענדעז - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »


היינט הויבט זיך אן די עפענונג קאמענטארן
אטעטשמענטס
JRTRSH.jpg
JRTRSH.jpg (91.88 KiB) געזען 506 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41929
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מענענדעז - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער ווארפט אפ פארלאנג פון מענענדעז צו קענען אראפברענגן א פסיכיאטאר עקספערט וואס זאל ערלקערן אז דער סענאטאר מוטשעט זיך מיט קאשמארן פון זיין יוגנט וועלכע האבן אים געטריבן צו וועלן אוועקלייגן זיינע גאלדענע אוצרות
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41929
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מענענדעז - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין א קלאפ פאר פראקורארן האט די ריכטער פרייטראג געאורטיילט אז די קטיגור רעגירונג וועט נישט קענען פרעזענטירן באווייזן וואס זיי האבן געהאט באצייכנט אלס קריטיש פאר זייער קעיס

די רעדע איז איבער 2019 למספרם טעקסט מעסעדזשעס און טעלעפאן רעקארדס וואס טוט אנגעבליך צייגן אז די סענאטאר האט געזוכט צו באקומען כאבאר אין אויסטויש פון אריבערלאזן מיליטערישע הילף פאר עגיפטן און א מעסעדזשש אין וועלכע פרוי מענענדעז שרייבט אין 2022 למספרם אז איר מאן איז דער וועלכע דארף גיבן די גרינע ליגט פאר די מיליטערישע וואפן פארקויף און פראקורארן האבן געזאגט אז איז געווען א סיגנאל פאר די מצרי'שע אנצוהאלטן די שוחד פלוס

ריכטער סידני שטיין האט אבער געשריבן אז די ספיעטש אדער דעבאטע פראוויזיע פון די קאנסטיטוציע ערלויבט באשוצט פאליטיקאנטן פון קענען ווערן געקלאגט איבער זייער אפיציעלע אויפגאבע און ארבעט אין קאנגרעס

פראקורארן וועלן וויטער קענען בויען זייער קעיס איבער אנדערע פארשפרעכונגען וואס מענענדעז האט אנגעבליך געמאכט צו די עגיפטער אבער נישט נוצן די וואפן קאנטראקט אויפהאלטונג אדער באשטעטיגונג
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3430
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: משפט מענענדעז - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

די פריימערי'ס אין ניו דזשערזי קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג, מענענדעז האט באשלויסן נישט צו לויפן אין די דעמאקראטישע פריימערי, אנשטאט לויפט ער ארום שאפן אינטערשריפטן צו קענען ערשיינען אויף די נאוועמבער בעלאט אלץ אינדעפענדענט. כדי צו ערשיינען אויף די בעלאט מיז ער נאכקומען די רעקווייערמענט'ס ביז קומענדיגע וואך דינסטאג.

זיין סטראטעגיע פון לויפן אלץ אינדעפענדענט איז ווארשיינדלעך אפצושטיפן זיין פארלוסט (וואס ער וואלט אויסגעשטאנען אין די דעמאקראטישע פריימערי) מיט נאך 6 חדשים, אבער זיין סטראטעגיע וועט לכאורה דזשעפרעדייזן די דעמאקראטן'ס שאנסן צו אנהאלטן קאנטראל פון די סענאט, דעליווערענדיג זיין יעצטיגע דעמאקראטישע זיץ פאר די רעפובליקאנער, זינט די דעמאקראטישע שטומען וועלן זיין צוטיילט אין צוויי.

קאנגרעסמאן ראב מענענדעז פון ניו דזשערזי (א זין פון באב מענענדעז), ליידט זיך נעבעך אויך צאם פון זיינע עלטערן'ס מעשים טובים און שטייט אויס א ערענסטע פריימערי פארמעסט קומענדיגע וואך דינסטאג.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”