ר' איד, אייערע רביס האבן אנדערש געהאלטן!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יוד
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ר' איד, אייערע רביס האבן אנדערש געהאלטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

יוד האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:06 pm
בית רבי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:42 am
יוד האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:34 am
בית רבי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 10:51 am
.
זייער א שיינע שטיקל על הגאולה וואו די רבי זאגט אז ס'קומט בכלל נישט אריין די דברי פוסקים ווען מ'האט אן אנדערע וועג צו מונע זיין מלחמה אין די סכנה

ווייטער אבער נישט אונזער רעדע. אונז זענען בכלל נישט דא דאן צו די מדינה דארף גיין אין מלחמה, און אוודאי זאגן אונז נישט אז ס'איז א מלחמת מצוה, אויף וואס מ'האט דעמאלץ
געזאגט, און די רבי האט געזאגט אז די גאנצע שמועס קומט נישט אריין, ווייל מ'קען מיט אנדערע אופנים אפשטעלן די סכנה, מילא אויסוועלן מלחמה איז אריין לייגן זיך, און גאנץ כלל ישראל אין א שרעקליכע סכנה איז די גרעסטע איסור!

אונז רעדן פון א פאקטישע באלדיגע סכנה מיט גוים באוואפנט ,און דו קענסט נישט אנטלויפן, דאן האסטו א חיוב אוועקצונעמען די סכנה אפילו מיט חילל שבת
זיך באצויגן צו
@בריות גופא
אהא אנטשילדיג איך האב נישט געכאפט.

גראדע צו זיין נושא איז די שטיקל על הגאולה נישט געניג,ווייל @בריות גופא'ס טענה (אויב איך פארשטיי גוט) איז אז היינט "איז נישטא נאך א וועג" און זיי זענען זיכער א סכנה ווייל די אנדערע פעולות האט נישט געהאלפן. די סאטמאר רב רעדט "ווען ס'איז דא נאך דרכים" איז נישט קיין שאלה בכלל אז מ'טאר נישט גיין אין מלחמה.

אבער דאס איז קלאר און זיכער אז אונז ווייסן נישט, אז ס'איז באמת נישט דא קיין אנדערע דרכים, ארדבא מסתבר איז אז ס'איז יא דא, מילא ווען מ'וויל פסק'נען דיני נפשות צו מ'מעג גיין אין מלחמה, דארף מען די סנהדרין, און פארשטייט זיך נישט די ציונים קענען דאס פסק'ענען.

איך האב עכט נישט געוואלד אריין גיין אין די שמועס, דאס איז דברים פשוטים עד למאוד, פאר ווער ס'האט נאר אביסל די סאטמאר רב'ס ספרים געלערנט!

איך האלט אז א רעדע צו די מדינה מעג אויף די אייגענע הענט אפמאכן, ווען מ'דארף מפקיר זיין נפשות ישראל דורך גיין אין מלחמה, סיי פון מדינת ישראל מיליטער און סיי פון גאנץ כלל ישראל, איז א זאך וואס באלאנגט צו מזרחי'סטן און נישט אויף אייוועלט

קלארשטעלונג איך האב נישט געמיינט בהנ"ל בריות גופא, איך געדענק נישט ער זאל רעדן פון א מלחמה אין אלגעמיין, נאר פון אויס'הרג'נען נאר רוצחים, ( וואס יעדער איז מודה אז די מדינה טוט נישט נאר דאס נאר אסאך מער... איך גיי מיך אנהאלטן בלי נדר און נישט מרחיב זיין איבער דעם ענין. אין דעם אשכול קומט עס זיכער נישט אריין)
יעצט זעה איך אין דברי יציב חלק א' סימן קמ"ח, אז ער האלט מיט א פשטות, אז די הלכה פון גוים שצרו, גייט אן געהעריג אין ארץ ישראל היינטיגע צייטן אויך.

( ער גייט נישט אריין צו מ'מעג גיין אין מלחמה ווי אויבן גערעדט נישט דאס איז בכלל אונזער רעדע)

מ'פרעט אים אן, אויב חיילים, מעגן גיין מיט געווער שבת, ווייל די געזעץ פארלאנגט, ער זאגט אויב ס'איז א שאלה פון סכנה, איז בכלל נישט קיין שאלה אז זיכער יא, מכוח די הלכה אין שכ"ט. נאר אויב ס'איז נישט א קיין סכנה, איז דא א שאלה פון מוקצה און הוצאה...
וואס אויף ביידע, איז ער קודם מקיל וועגן סבות, אבער צום סוף זאגט ער, אז ער איז אויך מסכים צו די רבנים וואס זענען חייש, אז ס'איז נאנט צום היינט, און עס איז זייער נאנט מ'זאל עס שלא לצורך האלטן, מילא איז ער נישט מתיר...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”