אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פייער אפפער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2008 7:04 pm

אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער אפפער »

גיימיר זיך אביסל נעמען צום וועלטל:
כוועל פרובירן צו שטעלן איינמאל א וואך מינומים.



דינסטאג בלק תשס"ד, בעלגיע.

שטיי איך אזוי פארנאכטס אינמיטן דעם רוישיגן באן סטאנציע אין בריסל מיט דאס גאנצע געזינדל, איך שלעפ זיך מיט צוויי אנגעשטאפטע רענצלעך איבערגעפולט צו די ברעגעס אזש עס האט פארלוירן דעם רעקטענגלארן פארעם, די לאסט האט זיי טראנספארמירט צו א נייע פארעם צווישן א פענטאגאן און א שטערן, און אזוי האבן די רעדלעך אנגעהויבן קאמיוניקירן אז אִם הַשְּׂמֹאל וְאֵימִנָה וְאִם הַיָּמִין וְאַשְׂמְאִילָה, און אזוי שלעפ איך און איך טראסקע די רענצעל פון אונטער מיך ווען איין רעדל נאכן צווייטן שיידן זיך און לאזן איבער מער און מער לאסט אויף מיינע איבערגעשטרענגטע ארעמעס, מיין געזינדל אינגווארג שלעפן זיך נאך אונטער מיר מידערהייט, דער קליינער פינעף יעריגער אפרים'ל רעדט זיך אפ אז זיינע פיס דינען אים שוין נישט אבער א קאלירפולע צוקערל מאכט אים פארגעסן פון אלע שוועריגקייטן.

א בליק אויפן גרויסן וועלט וואנט זייגער אינעם באן טערמינעל דערמאנט מיך אז איך דארף מיך צואיילן אויב איך וויל כאפן מיין באן וועלכע קומט אהן אין עטליכע מינוטן צוויי שטאק ארויף און איבער צוואנציג שינעס אוועק.

איך דריי זיך אויס זעהן וועלכע פון מיינע קינדער דארף מען עטוואס אונטעראיילן, ווען מיין הארץ האט זיך ספאנטאן אפגעשטעלט, מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, איך בין פארגליווערט געווארן פון שרעק, כהאב נישט געקענט עפענען דאס מויל וואו א פארטייבטער, דארטן ווייט אוועק אינעם טערמינאל האב איך באמערקט ווי א גרופע טונקעלע מענער האלטן גיגאנטישע שטאנגן פון וועלעכע עס פלאטערן פענער אנגעפירקלט מיט איסלאמישע בוכשטאבן וואו פון א אייסיס ווידיאו ארויס, און זיי יאגן זיך אין מיין ריכטונג מיט טייטלענדע דראענדע פינגער, איטבאח אל יאהודי! דונערן זיי מיט זייערע גיפטיגע פארהארטעוועטע שטימעס וועלכע מישט זיך אויס מיטן קלאפעריי גערויש פון באנען וועלכע גאלאפירן איבער די שינעס,, וואו א שער מאשין אפגעבריטער האב איך זיך גענומען היסטעריש יאגן און שרייען באפעלן: קומטס שנעלער! לויפטס!
מיינע דערשראקענע אומשולדיגע עופה'לעך זענען מיך וויינעדיגערהייט נאכגעלאפן, אויף די לינקע זייט האב איך דערזעהן א שטראל פון האפענונג, א עלעוועיטאר טיר האט זיך אויפגעמאכט, וואו א נערוועזע פאסטוך האב איך אריינגעציילט מיינע שעפעלעך אינעם עלעוועיטאר, די גרופע מוסלעמענער מענער זענען שוין געווען גאר נאנט צו אונז ווען די טיר האט זיך פארמאכט אין זייער געזיכט, איך האב אפגעאטעמט פאר א האלבע מינוט, א מיליאן פונטיגער שטיין איז אראפ פון מיין הארץ, אבער גלייך האב איך באמערקט דורכן פענסטער אז די אינגן קומען ארויף צו לויפן די שטיגן, כ'האב רעאליזירט אז אונז זעמיר זיצענדע קאטשקעס ווען די טיר פונעם עלעוועיטאר מאכט זיך אויף, איך האב א דרוק געטון דעם עמערזשענסי קנעפל און דער עלעוועיטער האט זיך אפגעשטעלט אינדערמיט פונעם שטאק.


* * *

אינעם צימער האט געהערשט א דערדריקענדן געמוט, די גרינע טאנצענדע ציפערן האבן מיטגעשטרייכט מיט די בערגיגע ליניעס וועלכע זענען זיך נאכגעלויפן איינע דעם אנדערן וואו די אלפען בערג, פארצייכענענדיג אויפן שווארצן סקרין דעם שיקזאל פונעם באוואוסטלאזן קערפער וועלכע איז געלעגן דערונטער, פארווארפן אונמאכט אינעם סאפיסטיקירטן שפיטאל געלעגער וועלכע האט אים דערהאלטן ביים לעבן.

געלערנטע דאקטורים און פראפעסיאנאלע נוירסעס מיט בלויע הענטשקעס און פארמאסקירטע געזיכטער האבן זיך שטילערהייט געיאגט וואו שאטנס פון איין צימער צום צווייטן אין א געיעג מיטן מלאך המות, פרובירנדיג מיט זייער וויסנשאפט און ערפארונג צו ראטעווען און דערהאלטן ביים לעבן די קריטישע פאציענטן פון זייער אינטענסיוו קעיר יוניט.

איך - אין בעט 99 - האב נארוואס פארענדיגט א אינטערעסאנטן אומבאוואוסטן חלום וואס איז געבליבן פארהוילן פון מיר ביזן היינטיגן טאג, עפעס האט געפיפן, נישט מיין וועקער זייגער, איך האב מיך פרובירט אויפצו-וואכן אזויווי יעדן טאג, א שלעפ טאן די נעגל וואסער ווילד און עס נאכדעם אויפווישן, אבער קיין איין פונקציע און מיין קערפער האט נישט רעאגירט צו מיינע שוואכע באפעלן, די הייטל האט זיך מיט שוועריגקייט עטוואס ארויפגעוויקלט פון מיינע מידע אויגן און א לעכטיגקייט האט אריינגעשטראלט וואו פון א כינעזע לעכל גלייך אין מיין שווארץ אפל, כהאב גארנישט געקענט זעהן בלויז ליכט, איך האב געשפירט לייכטער וואו א בלעטל וואס שוועבט אראפ פון בוים, די פלאסטישע רערן און דינע דראטן וועלכע האבן זיך געשלענגלט איבער מיר האבן זיך געפילט וואו אייזערנע קייטן.

וואו בין איך?! האב איך זיך זעלבסט געפרעגט מיט וואונדער, וועלכע טאג איז היינט?

א שארפע ווייטאג האט מיך אדורכגעשניטן וואו א שווארצע לאך פון איין אויער צו צווייטן, אומהערבארע קריטשענען האבן געגריצלט אין מיין מח, טראכטן טוט וויי האב איך זיך זעלבסט געווארנט, און איך האב זיך גלייך אונטערגעגעבן צום שלאף וועלכע האט מיך פארפלייצט וואו ווייכע וואטע.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4462
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

שרייבסט גוט!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

דו שרייבסט אייזן גוט! ריזזזזזזזזיג! כ׳בין פארגליווערט.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

יונגערמאן, האסט א שפראך איינס אין די וועלט, מ'קען צעדרייט ווערן פון דיין שרייבעריי!

גיי ווייטער!
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

שוידערליך גוט געשריבן
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5184
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אינגעמאן ווער האט דיר געלערנט שרייבן??? ביסט בעסער ווי גוט!!
האסט מיר דערמאנט פון די אלטע נאוועל שרייבער׳ס, סיי די פארום פון די מעשה, און סיי די לשונות, קיפ איט אפ!
פייער אפפער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 5:19 pm
רעקטענגלארן
נייע ווארט אלערט…
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

וואף!! שרייבסט אייזן! און דיינע לשונות איז צו אויפעסן
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
אוועטאר
פייער אפפער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2008 7:04 pm

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער אפפער »

די מיליטער וועלכע איז פארארדענט געווארן דורכן פרעמיער מיניסטער צו באשיצן די ריכטער, אלע יורידישע געהילפן און די אנגעקלאגטע אין דעם אויסערגעווענליכן קעיס, האבן סטראטעגיש אויסגעשטעלט א פאראמיטער וועלכע איז געלאפן עטליכע גאסן ראדיוס ארום דעם פעדעראלן קאמפלעקס, דער גאנצער ארום איז געווארן אויסשטאפירט און אויסגעפאנצערט פון אינעווייניג און פונדערויסן מיט גיגאנטישע צעמענטענע בלאקאדעס, קאמפסגרייטע מיליטערישע אויטאס מיט לאנגע אנטעננע'ס, באגלייט מיט שווערע מחנות פון העכסט טרענירטע קרעפטן אנגעוואפנט ביז די ציין, פארמירנדיג א מויער אפצושלאגן אומאויטאריזירטע אריינדרינגער.

די סאפיסטיקירטע קאמערעס פון די אלוועלטליכע מידיא נעצן זענען געווען אויסגעשטרעקט מיט נייגער צו די הויכע רוימען און האבן זיך לייכטערהייט געוויגט צוזאמען מיט די ביימער פונעם פאנאראמע, שטארקע ליכט שטראלן זענען געבליצט געווארן איבערן געריכטסהויז צו זיין בייהילפיג פאר די פאטא אפאראטן וועלכע האבן געטרינקן בילדער וואו דורשטיגע ציגן, אבער די פרואוון אפצוכאפן א געזיכט דורך די גראטעס פונעם פארפאנצערטן פארגראטעוועטן שטייג-באס איז געווען אומערפאלגרייך, די בילדער האבן בלויז געוויזן אומקלארע צעווישטע שאטנס פונעם גרויסן בלעטל באוואקסענעם צוים ארום דעם געריכטזאל.

די נייעס קוואלן וועלן זיך מוזן פארלאזן אויף בילדער פון זייערע קארטאן צייכענער קאלעגעס, וועלכע וועלן באריכטן פון זאל וואו בילדער און ווידיאוס זענען נישט ערלויבט.

מיין מח איז אפילו נישט געווען גרייט צו טראכטן פארוואס מיינע הענט און פיס זענען געבינדן אין קייטן וואו א מאסן מערדער, איך האב זיך ניטאמאל געקענט ציפן צו זעהן אויב סאיז א בלויז א בייזער חלום.

מיט גרויס אנשטרענגונג האב איך קוים געקענט ארויסקוקן פון די לעכער נאר צו קענען זעהן נאך עטליכע שיכטן פון גראטעס מיט נאך פיצינקע לעכער, אבער נאכן באאבאכטן די באוועגונגן פאר א קורע וויילע האב איך אויפגעכאפט נאך צוויי געשטאלטן אויסער דעם דרייווער, אויפן אוטובוס האבן זיך געפינען דער דרייווער און נאך צוויי באוואפנטע וועכטער וועלכע האבן נישט אראפגענומען פאר א סעקונדע זייערע אויסגעלאשענע אויגן פון מיין ריכטונג.

פארנדיג פונעם טורמע געבינדן צום מעטאלענעם באנק האט זיך דער גאנצער אוטובוס געווארפן און געוואקלט, אזש סאיז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב געשפירט אז מיין געדערים וועלכע איז פיל מיט שרעק איז ליידיג פון עסן.

" ווער אר יו טעקינג מי ?" האב איך געפרעגט די פארשוינען, סאיז געווען די ערשטע מאל אין וואכן וואס איך האב געעפנט מיינע פארטרוקענטע ליפן און גערעדט א גאנצע זאץ.

זיי האבן זיך שטומערהייט איבערגעבליקט איינע דעם צווייטן וואו קאניבאלן פאר א מאלצייט, וואט אר יו עסקינג האט איינער פון זיי איבערגעפרעגט.
איי.. איי.. האב איך געשטאלפערט.
אבער נאך פאר כהאב געקענט פארענדיגן א ווארט האב איך געהערט וואו ביידע האבן אויסגעבראכן אין א שטורמישע הילכיגע געלעכטער, איך האב אבער נישט געקענט זעהן פון אונטער די גראטעס אויב זיי האבן אנטפלעקט א רייע זילבערנע און געלע ציין.
לעצט פארראכטן דורך פייער אפפער אום זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

יעעעעעעעעעעעי! גיימער ליינען…
אוועטאר
never
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

א סעמפעל פין א "איידעלע" פינגער-שריפט!
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6625
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

וואף!! מעכטיג! איך ווארט אויף ווייטער, לאז מיר נישט צו לאנג נייגעריג..

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

פארריקט די שריפט..

כ'האב נישט קיין ווערטער צו באצייכענען מיין באגייסטערונג צו דעם אבנארמאלן שרייבער דא.

ביטע ביטע, גיי ווייטער, זיי אונז ווייטער מהנה פון דיין מאסיוון פעדער.
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

סובסקרייבט!

וועלכע טאג וועט קומען די וועכנטליכע פארזעצונג?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
מילי
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 3:04 pm

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילי »

נו!!! נא!!! ארויס פון סכיסא אהער מיט נאך א חלק
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4970
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אנטלאפן אהן א ציהל, א שפאנענדע געשיכטע אין פארזעצונגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אן פיינעם פען
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”