נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

"העלאוי זיידי, ס'איז משה'לע".
"יא מיין באליבט אייניקל, וואס מאכט מען ? ווי אזוי איז די הכנות צו די בר מצוה ?".
"זיידי ווייסט ? כ'בין שוין כמעט פארטיג מיט מיין פשעטיל ?" איז ער געווען אזוי פריילעך צי מעלדן.
און יא, גאנץ משפחת מילעכמאן איז איבערגעדרייט, זאנווי מאכט בר מצוה זיין בכור.
פארשטייט זיך אז די הכנות איז געווען ריזיג, מ'האט געלאזט שחט'ן ספעציעלע קיען פאר די האר פונעם תפילין בייטעל, און פארשטייט זיך אז ווי מ'האט נאר געקענט ניצן דאס ווארט "קאָסטעם", האט מען עס געניצט, פון די היט ביזן שיך.
משה'לע גרייט זיך מיט א פשעטיל איינס אין די וועלט. די זיידע האט אים אפי' ציגעזאגט "אויב גייסטו זאגן די גאנצע פשעטיל ביזן סוף, גיי איך אריינקריצן דיין נאמען אין די בעכער וואס כ׳האב דיר געקויפט".
מ'האלט שוין א נאכט פאר די גרויסע בר מצוה, די בר מצוה בחור איז אנגעצויגן, ער קען קוים איינשלאפן, "גיי איך קענען זאגן מארגן מיין גאנצע פשעטיל ?" איז זיין איינציגע דעגה. און מיט דעם שלאפט ער איין.
ויהי ממחרת, די גרויסע טאג איז אנגעקומען.
די פעטער פון מאנטריאל פארט שוין כמעט ארויס, און משה'לע איז שוין אויפן וועג אהיים פון חדר. א גאנצע וועג איז ער ביזי חזר'ן די פשעטיל אויף אויסערווייניג, ער קען עס שוין מער ווייניגער גוט, ער האלט שוין נאכן אריינלייגן אסאך כח אין צייט.
ער קומט אן אהיים, מ'ענדיגט די לעצטע הכנות, מ'טוט זיך איבער, און מ'פארט צום זאַל.
במשך די גאנצע צייט וואס מ'האט געכאפט פיקטשערס, איז משה'לעס קאפ געליגן אינעם פשעטיל, ער דארף נאך גוט קענען נאך די לעצטע אויספיר פונעם שעגת ארי'.
די זיידעס קומען שוין אן צי די זאַל, ווען פליצלונג שלעפט זיך די זיידע מילעכמאן אריין מיט א ריזן שטענדער, "וואס איז דאס ?" פרעגט אים זיין זאנווי.
"אה, דאס איז פאר די פשעטיל" האט די זיידע געענפערט.
למעשה אלעס קלאפט, כמעט יעדער איז שוין דא, אפי׳ די בר מצוה בחור'ס חבירים זענען שוין אנגעקומען. די עולם ברענגט מתנות און געלט. אלעס פארט א מחיה.
ממש פאר די פשעטיל איז די טאטע ר' זאנווי ארומגעגאנגען צי זיינע ברודער שוואגער און פעטער, בעטן אז מ'זאָל נישט אריינזינגען אינעם פשעטיל. "מיין משה'לע האט אריינגעלייגט גאר אסאך ארבעט אין דעם פשעטיל, און ס'האט מיר געקאסט אסאך געלט אויך, לאטס מיר שעפן מיין נחת".
די מאמע מיט די באבעס זענען שוין ביי די מחוצה, די זיידעס און עלטער פעטערס קוקן שוין אריין אינעם צעטיל, מ'האט שוין געשישקעט, געטעסט די מייק, און ויבא, דער בחור איז שוין ביים שטענדער הנ"ל.
"די גמרה זאגט אין מסכת שבת דף י"ט ע"ב, אמר.... איז שווער א קשיא...."
די גאנצע זאל איז שטיל, בשעת ווען ביי די מחוצה רינט א טרער.
און פליצלונג הערט זיך פון די זייט פונעם זאַל "אַהאַ האַ, איי איי איי, וראי בנים, בנים לפנך...."
די געשמאקע פעטער ר' נחום (וואס איז אנגעקומען א צוויי מיניט ציריק, און אן א מתנה) האט געמיזט אריינזינגען!
און די בר מצוה בחור איז געווארן און גאנצן פארלוירן ווי ער האלט, און געגעבן א ענדיג צי "די אייבערשטער זאל העלפן.... בב"א"
און נחום האט נאך נאך דעם די חוצפה צי שרייען, אמן! שכח!

טייערע שוואגער ר' נחום, קענסטו מיר מסביר זיין פשט ? וואס דארפסטו אייביג זיין די cute פעטער ?
שטייט דא א בחור'ל וואס האט אריינגעלייגט שעות ארבעט, א טאטע וואס האט אריינגעלייגט געלט, א מאמע וואס האט אריינגעלייגט כח, זיידעס און באבעס וואס לעכצן נאך יעדע טראפ נחת, און די קומסט און זינגסט אריין ?
שוואגער טייערע כ'וויל מיר נישט קריגן מיט דיר, אבער האסט גע'הרג'עט מיין שמחה.

אז מ'קומט דיר בעטן זינג נישט אריין, זיי נישט געשמאק און זינג יא.
ווען דיין ברודער/שוואגער/נעפיאָ בעט דיר א טובה, איז ער נישטא דיר צי דרייען א קאפ אדער מאכן א דזאויק, ער מיינט עס אמת'דיג.

זיי נישט שלעכט מיטן תירץ ביסט זיס.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7798
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

האסט נישט געזעהן די בעטענדיגע אויגן פון די חתן דנן צו נוחם זאל שוין אנפאנגען זינגען.....
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

רעים האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 2:02 am
האסט נישט געזעהן די בעטענדיגע אויגן פון די חתן דנן צו נוחם זאל שוין אנפאנגען זינגען.....
ניין.
כ׳האב נאר געזעהן ווי ער ווערט פארלוירן, און ווי שטארק ס׳באדערט אים אז מ׳זינגט אריין.
ראשעשיווע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

@יקל פעדער דו האסט א גוטן פעדער, דאס איז עס! קיעפ איט אפ!
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

קרית יואל פלייש האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 5:18 pm
ראשעשיווע האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 2:41 am
@יקל פעדער דו האסט א גוטן פעדער, דאס איז עס! קיעפ איט אפ!
שכח!
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

עס איז דא אופנים וואס יעדער זעט אז מ'דארף אריינזינגען, אבער די פוינט פון דער קיוט געשמאקע פעטער איז ריזיג
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:07 am
עס איז דא אופנים וואס יעדער זעט אז מ'דארף אריינזינגען, אבער די פוינט פון דער קיוט געשמאקע פעטער איז ריזיג
יעדע כלל האט א יוצא.
אבער באופן כללי, ווען מ'בעט דיר זינג נישטאריין.
זיי נישט שלעכט.
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

אנדערע ווארטן נישט אז יעדער זאל זעהן אז מען דארף, נאר זינגען תיכף אריין

דער אמת איז אז היינט איז שוין מילא דער מנהג אז דער בר מצוה בחור'ל זאגט פון אינעווייניג, איז עס שוין נישט אזוי וויכטיג, איך מיין אבער אז באופן כללי וואלטן רוב בר מצוה בחורים פארגעצויגן מען זאל אריינזינגען און פטור אן עסק.

געווענליך די וואס זארגן זיך אזוי פאר די 'כוחות וואס דער בר מצוה בחור'ל האט אריינגעלייגט' זענען די טאטע / מאמע (זיידע / באבע) וועלכע שעפן סאם האו נחת פונעם פאקט אז דער בחור'ל שטעלט זיך אויף איבערזאגן די פאר בלעטער וואס מען חזר'ט אים שוין איין פאר חדשים כדי ער זאל עס קענען אראפ זאגן און די עלטערן זאלן קענען שטאלצירן ווי גוט ער זאגט עס. דער בחור אליין איז מהיכי תיתי. (עס איז מסתמא דא אזאלכע וואס חלש'ן יא צו זאגן, געווענליך די וואס וועלן עווענטועל אויסוואקסן מויל מאכער / קופקע פירער / רעדנער / מגיד שיעור / דרשנים, אבער א געווענליכע בחור איז גערן מוחל דעם גאנצן עסק. מעגליך טאקע אז נאכדעם וואס מען מאכט אזא גאנצער עסק פון די הכנות און ער האט זיך אוועק געגעבן שעות פון זיין פרייע צייט וויל ער אפשר יא רעדן פאר איין מינוט און נישט מען זאל באלד אריין זינגען, אבער נאכדעם איז ער שוין אויך גרייט. דער פראבלעם איז אבער אז די טאטע און מאמע ווילן נאך זייער הערן דעם יישר כח ביים ענדע פונעם פשעטל וואס מען האט אים איינגע'חזר'ט צו זאגן. ווער ווייסט אפשר אויב מען זאגט דאס פון אנהויב וועלן זיי אויך פארגעסן פון די שווערע כוחות וואס דער בחור'ל האט אריינגעלייגט און עס וועט זיי נישט באדערן אז מען זינגט אריין... נקודה למחשבה).
אוועטאר
SimpleSimon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 11, 2018 10:02 am

תגובה דורך SimpleSimon »

איך האב געהאט א שוואגער וואס האט געבעטן נישט אריינצוזינגן, סאיז געווארן טויט שטיל און דער בחור האט זיך און דערמיט פארלוירן און געהאט בזיונות. זיי נישט קליגער, פאר א סיבה איז עס איינגעפירט.
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

@יקל פעדער איך האף ביסט נישט בייז איך גיי נוצן די ערשטע האלב פון דיין ארטיקל מיט א טראפ א אנדערע אויספיר!

״העלאוי זיידי, ס'איז משה'לע".
"יא מיין באליבט אייניקל, וואס מאכט מען ? ווי אזוי איז די הכנות צו די בר מצוה ?".
"זיידי ווייסט ? כ'בין שוין כמעט פארטיג מיט מיין פשעטיל ?" איז ער געווען אזוי פריילעך צי מעלדן.
און יא, גאנץ משפחת מילעכמאן איז איבערגעדרייט, זאנווי מאכט בר מצוה זיין בכור.
פארשטייט זיך אז די הכנות איז געווען ריזיג, מ'האט געלאזט שחט'ן ספעציעלע קיען פאר די האר פונעם תפילין בייטעל, און פארשטייט זיך אז ווי מ'האט נאר געקענט ניצן דאס ווארט "קאָסטעם", האט מען עס געניצט, פון די היט ביזן שיך.
משה'לע גרייט זיך מיט א פשעטיל איינס אין די וועלט. די זיידע האט אים אפי' ציגעזאגט "אויב גייסטו זאגן די גאנצע פשעטיל ביזן סוף, גיי איך אריינקריצן דיין נאמען אין די בעכער וואס כ׳האב דיר געקויפט".
מ'האלט שוין א נאכט פאר די גרויסע בר מצוה, די בר מצוה בחור איז אנגעצויגן, ער קען קוים איינשלאפן, "גיי איך קענען זאגן מארגן מיין גאנצע פשעטיל ?" איז זיין איינציגע דעגה. און מיט דעם שלאפט ער איין.
ויהי ממחרת, די גרויסע טאג איז אנגעקומען.
די פעטער פון מאנטריאל פארט שוין כמעט ארויס, און משה'לע איז שוין אויפן וועג אהיים פון חדר. א גאנצע וועג איז ער ביזי חזר'ן די פשעטיל אויף אויסערווייניג, ער קען עס שוין מער ווייניגער גוט, ער האלט שוין נאכן אריינלייגן אסאך כח אין צייט.
ער קומט אן אהיים, מ'ענדיגט די לעצטע הכנות, מ'טוט זיך איבער, און מ'פארט צום זאַל.
במשך די גאנצע צייט וואס מ'האט געכאפט פיקטשערס, איז משה'לעס קאפ געליגן אינעם פשעטיל, ער דארף נאך גוט קענען נאך די לעצטע אויספיר פונעם שעגת ארי'.
די זיידעס קומען שוין אן צי די זאַל, ווען פליצלונג שלעפט זיך די זיידע מילעכמאן אריין מיט א ריזן שטענדער, "וואס איז דאס ?" פרעגט אים זיין זאנווי.
"אה, דאס איז פאר די פשעטיל" האט די זיידע געענפערט.
למעשה אלעס קלאפט, כמעט יעדער איז שוין דא, אפי׳ די בר מצוה בחור'ס חבירים זענען שוין אנגעקומען. די עולם ברענגט מתנות און געלט. אלעס פארט א מחיה.
ממש פאר די פשעטיל איז די טאטע ר' זאנווי ארומגעגאנגען צי זיינע ברודער שוואגער און פעטער, בעטן אז מ'זאָל נישט אריינזינגען אינעם פשעטיל. "מיין משה'לע האט אריינגעלייגט גאר אסאך ארבעט אין דעם פשעטיל, און ס'האט מיר געקאסט אסאך געלט אויך, לאטס מיר שעפן מיין נחת".
די מאמע מיט די באבעס זענען שוין ביי די מחוצה, די זיידעס און עלטער פעטערס קוקן שוין אריין אינעם צעטיל, מ'האט שוין געשישקעט, געטעסט די מייק, און ויבא, דער בחור איז שוין ביים שטענדער הנ"ל.
"די גמרה זאגט אין מסכת שבת דף י"ט ע"ב, אמר.... איז שווער א קשיא...."
די גאנצע זאל איז שטיל, בשעת ווען ביי די מחוצה רינט א טרער.
און פליצלונג הערט זיך פון די זייט פונעם זאַל "אַהאַ האַ, איי איי איי, וראי בנים, בנים לפנך...."

שטעלט זיך די פראגע ווער אין די וועלט דארף דעם פשעטל? דער בחור שוויצט און ציטערט, פארעט און מיהט זיך, פארוואס? ער גייט אין גאס אין די טעג פאר זיין בר מצוה און ער טראכט פון וואס? פונעם פשעטל!! ער גייט אהיים פון חדר און ער חזרט… די פשעטל! קען נישט שלאפן די נאכט פאר זיין בר מצוה ווייל ער האט סטרעס פון… די פשעטל!!

דער פעטער נחום לעבט און ער איז דא ביי יעדע בר מצוה אזוי ווי אליהו הנביא ביים ברית.. און ער איז היער טו סטעי.. גייט נישט אין ערגעץ!

איז אפשר איז שוין געקומען די צייט צו אויפהערן לערנען מיט 2024 בחורים שאגת אריה׳ס מיט רמב"ם׳ס פאר וואכן און חדשים אין בעפארברייטונג צו זייער בר מצוה. איך ווייס נישט פון ווי עס שטאמט אבער אויב פארן מנהג ישראל זאל ער זאגן א שיין ווארט אויף די פרשה פון מקח טוב... איז דען אפי׳ דא 1 פראצענט בר מצוה אינגלעך וואס פארשטייען באמת און האבן א געשמאק אין א ריטבא, א רשבא, א ר׳ עקיבא איגר? אדער נוצסטו אים סתם פאר דיין "זאנווי מאכט בר מצוה זיין בכור" מאטיוו און דו קוועטשט אים אויס פאר לאנגע וואכן על לא דבר זיך צו דערלערנען א ראגאטשאווער פשעטל.. לייג אריין די ענערדזשי אין הלכות תפילין, אין אויסלערנען די בעיסיק חיובים וואס ער באקומט ביי די 13 יאר, אין אהבת השם, מידות טובות…

וויאזוי מאכט די גאנצע עסק סענס??
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

רינגל האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:03 am

SimpleSimon האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:54 am
איך האב געהאט א שוואגער וואס האט געבעטן נישט אריינצוזינגן, סאיז געווארן טויט שטיל און דער בחור האט זיך און דערמיט פארלוירן און געהאט בזיונות. זיי נישט קליגער, פאר א סיבה איז עס איינגעפירט.
אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:29 am
אנדערע ווארטן נישט אז יעדער זאל זעהן אז מען דארף, נאר זינגען תיכף אריין

דער אמת איז אז היינט איז שוין מילא דער מנהג אז דער בר מצוה בחור'ל זאגט פון אינעווייניג, איז עס שוין נישט אזוי וויכטיג, איך מיין אבער אז באופן כללי וואלטן רוב בר מצוה בחורים פארגעצויגן מען זאל אריינזינגען און פטור אן עסק.

געווענליך די וואס זארגן זיך אזוי פאר די 'כוחות וואס דער בר מצוה בחור'ל האט אריינגעלייגט' זענען די טאטע / מאמע (זיידע / באבע) וועלכע שעפן סאם האו נחת פונעם פאקט אז דער בחור'ל שטעלט זיך אויף איבערזאגן די פאר בלעטער וואס מען חזר'ט אים שוין איין פאר חדשים כדי ער זאל עס קענען אראפ זאגן און די עלטערן זאלן קענען שטאלצירן ווי גוט ער זאגט עס. דער בחור אליין איז מהיכי תיתי. (עס איז מסתמא דא אזאלכע וואס חלש'ן יא צו זאגן, געווענליך די וואס וועלן עווענטועל אויסוואקסן מויל מאכער / קופקע פירער / רעדנער / מגיד שיעור / דרשנים, אבער א געווענליכע בחור איז גערן מוחל דעם גאנצן עסק. מעגליך טאקע אז נאכדעם וואס מען מאכט אזא גאנצער עסק פון די הכנות און ער האט זיך אוועק געגעבן שעות פון זיין פרייע צייט וויל ער אפשר יא רעדן פאר איין מינוט און נישט מען זאל באלד אריין זינגען, אבער נאכדעם איז ער שוין אויך גרייט. דער פראבלעם איז אבער אז די טאטע און מאמע ווילן נאך זייער הערן דעם יישר כח ביים ענדע פונעם פשעטל וואס מען האט אים איינגע'חזר'ט צו זאגן. ווער ווייסט אפשר אויב מען זאגט דאס פון אנהויב וועלן זיי אויך פארגעסן פון די שווערע כוחות וואס דער בחור'ל האט אריינגעלייגט און עס וועט זיי נישט באדערן אז מען זינגט אריין... נקודה למחשבה).
נישט געלייגט דעם אשכול אין דעת הקהל פאר א סיבה, וויל כ׳האב נישט געוואלט אריינקריכן אינעם נושא צי ס׳האט א מקור א.א.וו.
אבער ס׳איז זיכער דא אופנים וואס די בחור קען און וויל זאגן די גאנצע. און די עלטערן קוקן שטארק ארויס דעראויף, און ווען מ׳בעט דיר נישט ארייניציזינגען איז עס אן אמת׳דיגע בקשה.
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

דער פשעטל איז יסודתו מהררי קודש, איך געדענק נאך עלטערע אידן וואס פלעגן זיך זייער בייזערן אויב מ'פלעגט אריינזינגען, אבער עס זענען דא בר מצוה'ס ווי עס איז א מצוה גדולה צו אריינזינגען, אסאך בר מצוה בחור'לעך קוקן ארויס בכליון עינים מ'זאל אריינזינגען..
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

קעדילעק האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:35 am
דער פשעטל איז יסודתו מהררי קודש, איך געדענק נאך עלטערע אידן וואס פלעגן זיך זייער בייזערן אויב מ'פלעגט אריינזינגען, אבער עס זענען דא בר מצוה'ס ווי עס איז א מצוה גדולה צו אריינזינגען, אסאך בר מצוה בחור'לעך קוקן ארויס בכליון עינים מ'זאל אריינזינגען..
אבער אז די טאטע בעט דיר נישט אריינציזינגען איז עס זיין באשלוס
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

לאו דוקא. עס איז דעם בחור'ס באשלוס
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:46 am
לאו דוקא. עס איז דעם בחור'ס באשלוס
סארי באט יו מיס דע פוינט, ער מיינט נישט דווקא ביי פשעטל וכו', ער מיינט בכל אופן ווען איינער בעט דיר עפעס זיי נישט געשמאק און אן אורח..
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:46 am
לאו דוקא. עס איז דעם בחור'ס באשלוס
אפשר ווען וועלט וואלט געווען וועלט.
חוץ מזה געווענדליך זאגט די טאטע פארן קינד פארדעם אז ער וויל ער זאל זאגן די גאנצע.
ס׳איז אפגעשמיעסט פון פאראויס, נישט אז דער בחור ווערט יעצט געוואָר אז ער דארף זאגן די גאנצע.
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:48 am
אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:46 am
לאו דוקא. עס איז דעם בחור'ס באשלוס
סארי באט יו מיס דע פוינט, ער מיינט נישט דווקא ביי פשעטל וכו', ער מיינט בכל אופן ווען איינער בעט דיר עפעס זיי נישט געשמאק און אן אורח..
בלייבט סטאָק ביים משל.
אוועטאר
SimpleSimon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 11, 2018 10:02 am

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimpleSimon »

יקל פעדער האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:27 am
רינגל האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:03 am
@יקל פעדער איך האף ביסט נישט בייז איך גיי נוצן די ערשטע האלב פון דיין ארטיקל מיט א טראפ א אנדערע אויספיר!

שטעלט זיך די פראגע ווער אין די וועלט דארף דעם פשעטל? דער בחור שוויצט און ציטערט, פארעט און מיהט זיך, פארוואס? ער גייט אין גאס אין די טעג פאר זיין בר מצוה און ער טראכט פון וואס? פונעם פשעטל!! ער גייט אהיים פון חדר און ער חזרט… די פשעטל! קען נישט שלאפן די נאכט פאר זיין בר מצוה ווייל ער האט סטרעס פון… די פשעטל!!

דער פעטער נחום לעבט און ער איז דא ביי יעדע בר מצוה אזוי ווי אליהו הנביא ביים ברית.. און ער איז היער טו סטעי.. גייט נישט אין ערגעץ!

עס וועט זיי נישט באדערן אז מען זינגט אריין... נקודה למחשבה).

נישט געלייגט דעם אשכול אין דעת הקהל פאר א סיבה, וויל כ׳האב נישט געוואלט אריינקריכן אינעם נושא צי ס׳האט א מקור א.א.וו.
אבער ס׳איז זיכער דא אופנים וואס די בחור קען און וויל זאגן די גאנצע. און די עלטערן קוקן שטארק ארויס דעראויף, און ווען מ׳בעט דיר נישט ארייניציזינגען איז עס אן אמת׳דיגע בקשה.

האמיר געהערט אייער מיינוג, וכבודו במקומו מונח אבער מיר (ע"פ המסורת וע"פ מעשה שהיה) קריגן זיך מיט אייך.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!

לעהזענדיג דיינע שורות קוקט אויס ווי דער זיידע וויל אז דער אינגעלע זאל זאגן דעם פשעטל וואס ער קען שוין כמעט גוט, ווייל ס’פאסט אים אזוי.
דער טאטע וויל דער אינגעלע זאל זאגן ס’גאנצע ווייל ער האט ’געספענדט’ א באנטש געלט, סאו ער וויל עפעס איינקעשן.

דער בחור וואלט ליבערשט געלערנט הלכות תפילה ותפילין, אבער ער איז דאך משועבד צו זיינע קריעטער’ס...
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am

דער בחור וואלט ליבערשט געלערנט הלכות תפילה ותפילין, אבער ער איז דאך משועבד צו זיינע קריעטער’ס...
דער ליובאוויטשער רבי האט געשריבן אז אנשטאט אריינלייגען כוחות אז דער בר מצוה בחור זאל ליינען זיין בר מצוה פרשה זאל מען בעסער אריינלייגען כוחות אז ער זאל זעין גרייט ברוחניות צו זיין בר מצוה

זע דא
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=131
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום זונטאג מארטש 31, 2024 10:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17389
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שיינע געשרייבעכץ.. אבער צדיקים האבן זייער מחשיב געווען די וואס האבן זיך געשטעלט אויף מנהגי ישראל אפילו ווען אנדערע האבן עס געוואלט מבטל זיין.. פונקט ווי ס'איז דא א מנהג צו זאגן א פשעטל איז דא א מנהג אריין צו זינגען.

אולי וואלט געווען א מקום אז דער בחור'ל זאל זאגן צוויי מאל.. איינמאל מיט אריינגעזינגעכץ וכנוהג.. און דאס צווייטע מאל למען הטאטע והזיידע.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:21 am

אולי וואלט געווען א מקום אז דער בחור'ל זאל זאגן צוויי מאל.. איינמאל מיט אריינגעזינגעכץ וכנוהג.. און דאס צווייטע מאל למען הטאטע והזיידע.
אזוי האט דער ליובאוויטשער רבי געהייסן טאהן

געשען איז עס נאך דער חתונה פון רבינס מזכיר הרב בנימין קליין האט דער רבי געפרעגט צי מען האט אגעהאקט דער חתן ביים זאגן דער מאמר
און דער רבי האט געזאגט אז דער חתן (אזוי אויך בר מצוה) זאל זאגן דער מאמר במילואו און נאך אמאל אהאקן צוליב דער מנהג

זע דא ווי געבראכט אין כפר חב"ד אין יא תנש"א
אטעטשמענטס
lg.jpg
lg.jpg (56.94 KiB) געזען 646 מאל
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום זונטאג מארטש 31, 2024 10:32 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יוסי בן-ציון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 10, 2023 10:45 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי בן-ציון »

ווען איך האב בר מצוה געהאט, האבעך גראדע יא געזאגט די גאנצע פשעטיל, אבער איך געדענק אז היבש אפאר םון מיינע חברים האבן זיך נאר אנגעגרייט די ערשטע 2 שורות, על דעת מ"גייט אריינזונגען, איך פרוביר צו טראכטן וואס ס"וואלט געשעהן אויב פעטער נחום וואלט נישט געווען ביי די בר מצוה... און דאס איצ געווען פאר בערך 11-12 יאר צוריק....
די סעקאנד אממענדמענט איז דא צו היטן אויף די איבריגע אממענדמענטס. Alexander Hamilton
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נחום, פארוואס האסטו עס געטוהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

יוסי בן-ציון האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 10:37 am
אבער איך געדענק אז היבש אפאר םון מיינע חברים האבן זיך נאר אנגעגרייט די ערשטע 2 שורות, על דעת מ"גייט אריינזונגען, איך פרוביר צו טראכטן וואס ס"וואלט געשעהן אויב פעטער נחום וואלט נישט געווען ביי די בר מצוה... און דאס איצ געווען פאר בערך 11-12 יאר צוריק....
זייער טאטע האט נישט געבעטן מ׳זאל זיין שטיל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”