האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

עס איז געווען א קילער דריי אזייגער פארטאגס אין לאס אנזשעלעס, קאליפארניע, ווען מייקל העיסטינגס, א יונגער, ענערגישער און געוואגטער זשורנאליסט אינערהאלב דער ראולינג סטאון מאגאזין, האט געטריבן זיין שפאגל נייע מערצעידעס צווישן די טויטע שטראזן פונעם האנקאק פארק געגנט.

פלוצלונג, האט ער געשפירט ווי עפעס איז זייער נישט בסדר.

קודם האט ער געמיינט אז עס דאכט זיך אים נאר, אבער פון סעקונדע צו סעקונדע האט ער געשפירט מער און מער ווי ער פארלירט די שליטה איבער די קאנטראל'ס פונעם קאר. ער האט פראבירט נייגן דאס רעדל עטוואס רעכטס, לינקס, אבער ווי גארנישט. דער קאר האט אים פשוט נישט געפאלגט, שמייסנדיג ווייטער אין א גראדע ליניע, ווי גלייך עפעס א כוח וואלט אפגעטיילט דאס רעדל פון די רעדער.

אין אנגסט האט ער געדרוקט די ברעיקס אפצושטעלן דעם קאר, אבער עס האט איינפאך נישט געווירקט. דער קאר איז געפלויגן פאראויס ארויס פון יעדן קאנטראל, ווי געטריבן דורך א בייזער גייסט.

דאס איז עס, האט מייקל געקלערט צו זיך. די חברה האבן מיר געפאקט.

נישט לאנג בעפאר, האט ער געהאט געהערט אז די נייערע סארט מאדערנע קאר'ס קענען ווערן געהעקט, פונקט ווי א קאמפיוטער, און געפירט ווערן פונדערווייטנס דורך'ן העקער. א זאך וועלכע איז שוין זינט דאן אויפגעוויזן געווארן מער ווי איינמאל.

מייקל האט נישט געהאט קיין השגה וועלכע אגענטור עס איז אצינד אויף זיינע שפורן, דער NSA, CIA אדער FBI, אבער עס איז אים געווען קלאר איין זאך: ער מוז זיך ארויסזען פונעם קאר פאר יעדן פרייז.

די טירן זענען געווען פארשלאסן, פארשטייט זיך. דער אנאנימער העקער האט זיכער געמאכט אז זיין קרבן זאל נישט קענען גלאט אזוי ארויסשפרינגען.

נאך איידער מייקל האט געקענט זוכן א צווייטער וועג ארויס, האט דער קאר זיך גענומען שמייסן אויפ'ן העכסטן טעמפא, פליענדיג שנעלער און שנעלער, ביז'ן מאכן א שארפע דריי אראפ פונעם שטראז, און אריינגעקראכט אין א טייטלבוים וועלכע איז געשטאנען ביי דער זייט פונעם שטראז.

מייקל'ס קאר האט תיכף עקספלאדירט אין א העלישע פייער. ווידיא

***

ביז אהער איז די קאנספיראציע טעאריע...

קאנספיראציע? נישט ממש. כ'מיין, ס'ווענדט זיך וועמען איר פרעגט.

אויב איר וועט פרעגן דער לאס אנזשעלעס פאליציי דעפארטמענט, אדער דער עף בי איי, וועלן זיי פה אחד זאגן אז דאס איז א פאלנע קאנספיראציע טעאריע. געהעקט געווארן? קיינמאל נישט! איי, וואס דען האט צוגעברענגט מייקל העיסטינגס' פאטאלע עקסידענט אינמיטן נאכט? דא צוטיילן זיך שוין די דעות.
דער קאראנער האט היבש קלאר געזאגט אז קיין שום דראג'ס וואס וואלטן אפשר געקענט זיין פאראנטווארטליך פאר זיין פארלוירענעם קאנטראל זענען נישט געפינען געווארן אין מייקל'ס קערפער, חוץ פון צוויי סארט מילדע סובסטאנצן וועלכע געפינען זיך איינפאך אין ריטעלין, א מעדיצין וואס מייקל פלעגט רעגלמעסיג נעמען, אבער די טיפישע צייטונגען, וועלכע זוכן זיך נישט קיין קאנטראווערסיעס האבן אלע געשריגן מיט ריזיגע העדליין'ס אז עס איז געפינען געווארן דראג'ס אינעם קערפער פונעם פארשטארבענעם זשורנאליסט. משה זוך מיך. האבן זיי דען געשריבן ליגנט? ניין! איז וואס פייניגסטו, דו קאנספיראציע טעאריקער...

אבער אויב וועט איר פרעגן מייקל'ס פריינט אינערהאלב ראולינג סטאון, זאלט איר בעסער אכטונג געבן וויאזוי איר רעדט. זיי וועלן אייך שוין איינמאל איבערצייגן, מיט הויפנס פון באווייז, אז מייקל העיסטינגס איז בארבאריש אומגעברענגט געווארן אין א אויסגעפלאנטער אקציע דורך די רעגירונג, אין א בייזווייליגן שריט צו פארמאכן איינמאל פאר אלעמאל דאס מויל פון אט דעם חוצפה'דיגן רעפארטער וועלכער האט זיך גענומען א ציל אויפצודעקן די אמת'ע שלייערן פון אמעריקאנע רעגירונגס איינגעשטעלטע.

דער ערשטער שריט פון די פאליציי וואס האט אויפגעוועקט חששות איז געווען ווען זיי האבן זיך אנטזאגט ארויסצוגעבן דעם קערפער פאר מייקל'ס פאמיליע, טראץ נאכאנאנדע געבעטן. און נאך עטליכע טעג ווען דער קערפער איז ענדליך יא צוריקגעקערט געווארן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער קערפער איז גענצליך פארברענט געווארן אין א קרעמעטאריום, טראץ דעם וואס די פאמיליע האט קאטאגאריש פארלאנגט אז זיי זאלן עס נישט טוהן.

דאס איז געווען ממש פארדעכטיגט, ווי איינער זאל ווען זוכן אויסצומעקן עפעס באווייז.

דערנאך איז געווען גאר מאדנע דאס וואס אנשטאט וואס דער פאליציי אדער עף בי איי זאל עפענען אן אויספארשונג איבער דעם גאר מיסטעריעזן עקסידענט, האבן זיי באלד אין אנהייב געזאגט אז עס איז נישט פארהאן קיין סיבה אויסצופארשן ווען אלעס איז אזוי קלאר... א פשוט'ער עקסידענט, זיך אנטזאגנדיג פון אריינגיין טיפער אין סיי וועלכע פראגע. זיי האבן אפילו נישט געוואלט אריינלאזן קיין נייעס רעפארטער אין זייער סטאנציע צו דעקן דעם געשיכטע.

פארוואס האבן זיי זיך אזוי געיאגט צו ציען מסקנות אינעם ריכטונג פון אן עקסידענט?

א צווייטער גאר פארדעכטיגטער געשעעניש איז געווען ווען מייקל'ס פרוי, וועלכע האט פון אנהייב, באלד נאכ'ן עקסידענט, פארפירט אז זי וועט נישט רוען ביז זי וועט ארויפגיין אויף די שפורן פון דעם יעניגן וועלכע האט אומגעברענגט איר מאן, האט פלוצלונג, פון איין טאג צום צווייטן, געטוישט איר טאן, און געענטפערט פאר יעדן איינעם אז עס איז געווען א פשוט'ער עקסידענט, אזויווי דער פאליציי האט געזאגט. עס האט קלאר אויסגעזען ווי איינער האט איר געסטראשעט און געצוואונגען אזוי צו זאגן.

און נאך א שאקירנדע קרישקעלע, אויב וויקיליעקס איז עפעס באגלייבט פאר אייך, האבן זיי, געציילטע שעה נאכ'ן עקסידענט, געשריבן אז מייקל העיסטינגס האט זיך געהאט פארבינדן מיט זיי עטליכע שעה בעפאר דעם עקסידענט און געזאגט אז דער עף בי איי האט געעפנט אן אויספארשונג אויף אים.

אבער דער גרעסטער קשיא פון אלעס, איז ווארשיינליך געווען: וויאזוי האט דער עקסידענט פאסירט?

צושויער האבן געזאגט אז זיי האבן געזען דעם קאר קומען צופליען גאר שנעל, מאכן עטליכע קליינע שפרינגען, אריינקראכן אינעם בוים, און אויפרייסן אין אן עקספלאזאציע.
אבער פארוואס זאל מייקל פליען אזוי שנעל? איז ער אנטלאפן פון איינעם? עס האט נישט אזוי אויסגעקוקט.
און זינט ווען טוט א קאר עקספלאדירן אזוי שנעל פון א בלויזן עקסידענט? ”פון היינט און ווייטער,” האט איינס פון די רעפארטער'ס אין ראולינג סטאון זיך געאייסערט, ”וועט קיינער מער נישט קויפן קיין מערצעידעס אויטא! חוץ אויב דער פאליציי וועט מודה זיין אז דאס איז נישט געווען קיין פשוט'ער עקסידענט!”...

און פון דער צווייטער זייט, איז געווען גענוג און נאך סיבות צוליב וואס דער רעגירונג זאל אים וועלן זען טויט אין א טראגישער קאר עקסידענט.

מייקל העיסטינגס איז געווען פון די מערסט אגרעסיווער זשורנאליסטן וועלכע האבן כסדר געצימבלט פרעזידענט אבאמא פאר זיין אזויגערופענעם ”מלחמה קעגן זשורנאליזם”.
אין יענע יארן זענען ווייסע הויז זשורנאליסטן מער און מער געצוימט געווארן, ווען דער אבאמא אדמיניסטראציע האט געזוכט זיי ענג צו מאכן אויף טריט און שריט, פארבאטנדיג פאר זייערע קוועלער צו רעדן צו די רעפארטער'ס אזוי פריי ווי זיי פלעגן רעדן ביז היינט.
טייל קוועלער האבן אינגאנצן אויפגעהערט קאמוניקירן מיט די זשורנאליסטן, א זאך וואס האט פארשטייט זיך געברענגט א פלייץ פון טענות מצד דעמאקראטיע גענויגטע רעפארטער'ס וועלכע האבן פארפירט אויף זייערע פלאטפארמע'ס, פארגלייכנדיג דעם צושטאנד אינעם ווייסן הויז צו לענדער ווי צפון קארעא און רוסלאנד, וואו דער פרעסע מעג בלויז שרייבן וואס עס שמעקט פאר די רעגירונג.
מייקל העיסטינגס איז אפילו געגאנגען א שטאפל ווייטער, ווען ער געסטראשעט די אבאמא אדמיניסטראציע אז אויב דער סיטואציע וועט ווייטער אנגיין, וועלן די רעפארטער'ס דערקלערן קריג קעגן דעם רעגירונג...

אבער נישט דאס איז געווען וואס האט געמאכט מייקל העיסטינגס פאר אזא דארן אין אויג פון די רעגירונגס אגענטורן.

וואס יא?

נישט לאנג בעפאר, האט אן ארטיקל אין ראולינג סטאון, געשריבן דורך מייקל העיסטינגס, פאראורזאכט א מאסיווע, נאציאנאלע סענזאציע נאך וועלכע איינס פון די גרעסטע אמעריקאנער גענעראלן, סטענלי מעקריסטאל, דער ארמיי קאמאנדיר וועמען פרעזידענט אבאמא האט געשיקט פירן דעם קריג אין אפגאניסטאן, איז געווען געצוואונגען צו רעזיגנירן פון אמט.

דאס איז געקומען נאך עטליכע חדשים וואס מייקל העיסטינגס האט געוויילט אויף די פראנט ליניעס אין אפגאניסטאן און געווארן נאנט באפריינדעט מיט'ן גענעראל און זיין סוויטע. גענוג נאנט אז זיי זאלן נישט היטן זייער צונג אין זייער געגנווארט, נישט אין אכט נעמענדיג אז מייקל פארשרייבט אלעס אין זיין ביכעלע.
לכתחילה האט מייקל בלויז געדארפט באריכטן דארט פאר א קורצע צייט און באלד צוריקפליען קיין אמעריקע, אבער דאן האט דער אייסלאנד וואולקאן אויפגעריסן, ווי די עלטערע ליינער געדענקען נאך, פארקריפלענדיג דעם גאנצן פלי סיסטעם, און מייקל איז געבליבן שטעקן אין אפגאניסטאן.

אין זיין ארטיקל, האט מייקל העיסטינג, צווישן אנדערע זשורנאליסטישע אבזערוואציעס איבער דעם מלחמה אין אלגעמיין, ציטירט עטליכע קאמענטארן וואס דער גענעראל האט געלאזט פאלן, וואו ער מאכט אוועק דעם מיליטערישן סטראטעגיע פון אמעריקע אין אפגאניסטאן, אפ'חוזק'נדיג פונעם פרעזידענט'ס גאנצע אויסערן פאליסי און בכלל פון דער אבאמא אדמיניסטראציע, אריינגערעכנט עטליכע ביליגע וויצן אויף וויצע פרעזידענט ביידען'ס חשבון.

דער ארטיקל האט אויפגעוואכט א שטורעם, שטעלנדיג אונטער פראגע צייכן דעם גאנצן צוקונפט פונעם סטראטעגיע אינעם קריג אין אפגאניסטאן, און פרעזידענט אבאמא האט אריבערגערופן דעם גענעראל צום ווייסן הויז, וואו יענער האט איבערגעגעבן זיין רעזיגנאציע.

מאנכע האבן אפלאדירט דעם געוואגטן זשורנאליסט פאר זיין אויפריכטיגקייט אין באריכטן אויטענטישע, אומצענזורירטע נייעס, א שליסל אין א דעמאקראטישער געזעלשאפט, בעת די מערהייט פון זשורנאליסטן, רעגירונגס איינגעשטעלטע און סתם עמך גוים האבן געהאלטן אז מייקל העיסטינגס האט איבערגעצויגן דעם שטריקל.
מייקל זעלבסט האט נישט געהאט גע'חלומ'ט וואס זיין ארטיקל וועט אנמאכן, אבער אצינד איז שוין געווען צו שפעט.

מיט א צייט שפעטער, איז ער ארויף אויף א פרישן, ענליכן געשיכטע מיט איינס פון די סי איי עי הויפטן, און ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון אריינגיין טיפער דערין, כאטש וואס ער האט געוואוסט אז ער שפילט זיך מיט פייער.

בלויז איין טאג איידער דעם עקסידענט, האט ער געשריבן צו זיינע ידידים אין ראולינג סטאון מאגאזין אז היות ער איז ארויף אויף עפעס ריזיג, וועט ער מוזן ארבעטן אונטער דער ראדאר פאר די קומענדיגע שטיק צייט.
דער נעקסטער זאך וואס זיי האבן געהערט איז געווען אז מייקל איז גע'הרג'עט געווארן אין א טראגישן קאר עקסידענט.

נו, זענען זיי טאטאל צודרייט פאר'ן טראכטן אינעם ריכטונג פון א געפלאנטער מארד?

***

אבער ווי ביי יעדן קאנספיראציע טעאריע, איז קודם כל וויכטיג צו צוטיילן צווישן פאקטן און ווארשיינליכקייטן.

דער פאקט אז א קאר קען געהעקט ווערן, איז אויפגעוויזן געווארן אויסער יעדן צווייפל, בעת אלע אנדערע הסברים בנוגע דעם עקסידענט לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל.

דער פאקט אז אומצאליגע רעגירונגס איינגעשטעלטע האבן געציטערט פון מייקל העיסטינגס און זיין לאנגן נאז, איז אויך אויפגעוויזן געווארן.

דער שאלה איז נאר, צי די דאזיגע רעגירונגס איינגעשטעלטע האב טאקע געהעקט מייקל'ס קאר, און פון דא און ווייטער איז שוין אלעס ווארשיינליכקייטן, כאטש וואס אויף ביידע וועגן זענען פארהאן מער פראגעס ווי ענטפער'ס.



אלענפאלס, וואס לערנען מיר זיך פון דעם געשיכטע?

אז מען הויבט זיך נישט אן מיט די חברה!
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

ווהאט ען ארטיקל....
דו האסט מאסיווע היסטארישע ארטיקלען, געשריבן הערליך קלאר

גיי ווייטער. איך גלייך היסטאריע. (און נאכמער דיין פעדער..)
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

דו ווייסט וויפיל מענטשן וואלטן געדארפט ווען זיין אריינגעמישט אין אזא קאנספיראציע?
עטליכע עף בי איי, (אינטערשטעלן)
עטליכע אין די פאליציי, (נישט לאזן מאכן די אינוועסטיגעישן)
עטליכע אין די קארנערס אפיס, (צו פארברענען די קערפער)
עטליכע אין די יוסטיץ דיפארטמענט, (צו פייטן אין געריכט)
עטליכע ריפארטערס, (צו שרייבן פאלש וועגן די דראגס)

אלעס כדי שטיל צו מאכן א ריפארטער.
די אגענטור האט אלעס געקענט באווייזן, נאר נישט אריינצושמאגלן דראגס אין זיין קערפער פארדעם אדער נאכדעם?

נ.ב. איר האט א גאלדענעם פעדער
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

זייער שיין
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך
👍👍👍👍
מאיבי תחכמני
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

וואף! א הערליכע זשורנאליסטישע ארבעט! א דאנק אייך
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:14 pm
דו ווייסט וויפיל מענטשן וואלטן געדארפט ווען זיין אריינגעמישט אין אזא קאנספיראציע?
עטליכע עף בי איי, (אינטערשטעלן)
עטליכע אין די פאליציי, (נישט לאזן מאכן די אינוועסטיגעישן)
עטליכע אין די קארנערס אפיס, (צו פארברענען די קערפער)
עטליכע אין די יוסטיץ דיפארטמענט, (צו פייטן אין געריכט)
עטליכע ריפארטערס, (צו שרייבן פאלש וועגן די דראגס)

אלעס כדי שטיל צו מאכן א ריפארטער.
די אגענטור האט אלעס געקענט באווייזן, נאר נישט אריינצושמאגלן דראגס אין זיין קערפער פארדעם אדער נאכדעם?

נ.ב. איר האט א גאלדענעם פעדער
דו זאגסט עטליכע גוטע נקודות, אבער עס קוקט אויס ווי דו פארשטייסט בכלל נישט וויפיל שאדן העיסטינגס האט שוין געמאכט, און וויפיל ער האט נאך געהאט אין פלאן צו מאכן, סאו "אלעס כדי שטיל צו מאכן א רעפארטער" איז נישט אזא אקטועלע פירכא.
והשנית, האבן די רעפארטער'ס וואס האבן געשריבן וועגן די דראג'ס לאו דווקא געווען אונטערגעשטעלט. פארהאן גענוג רעפארטער'ס וואס שמעקן וואס די אויטאריטעטן ווילן הערן, און שרייבן בלויז דאס, על אפם ועל חמתם פון אויפריכטיגע רעפארטער'ס ווי מייקל העיסטינגס און זיינס גלייכן.
והשלישית, שוין געווען עטליכע באשטעטיגטע מעשיות וואו "עטליכע אין די עף בי איי/פאליציי/קאראנער'ס אפיס/יוסטיץ דעפארטמענט" זענען געווען פיין פארמישט.

עוד חזון למועד.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

הערליכע ארטיקל, זאפטיג געשריבן, תודה!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

מאסיווע ארטיקל!

אויב די רעגירונג קען טוהן אזעלכע זאכן, איז אוודאי געווען שוין נאך אזעלכע אסעסינאציעס.
איז דא נאך פעלער וואס די קאנספיראציע טעאריקער האבן צאמגעשטעלט צו האבן א שייכות?
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

איז במציאות שייך צו הערן א קאר, אז די סטאפ ברעיק זאל אויפהערן ארבעטן?
איז עס נישט מעניולי?
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

אויב ער האט עס נישט איבערגעלעבט, פון וואנעט ווייסט מען אז ער האט נישט געקענט ברעיקן און אז ער האט נישט געקענט דרייען די רעדל ועוד...?
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

מען "ווייסט" גארנישט. מען איז בלויז משער לויט די אומשטענדן, און צו אבנר, יא! עס איז געהעריג שייך צו העקן א קאר.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

אין אנדערע נייעס האט גוגל באריכטעט אז אלגעמיינע גוגל סירטשעס ארום ''מייקל העסטינגס'' איז געשפרונגען מיט 50% אין די לעצטע 5 שעה...

ש'כח @בן דרוסאי


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

בן דרוסאי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
מען "ווייסט" גארנישט. מען איז בלויז משער לויט די אומשטענדן, און צו אבנר, יא! עס איז געהעריג שייך צו העקן א קאר.
אבנר פרעגט איז במציות שייך צי העקן די חלק אז די ברעיק זאל נישט ארבעטן
איז די ברעיק נישט קיין מעניון שטעקן וואס ווען די דריקסט דערויף כאפט עפעס אן די רעדל אז ס'זאל זיך אויף הערן דרייען

א גאר שיינעם ארטיקל
אוועטאר
אינקוויזיציע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 6:08 pm

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינקוויזיציע »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:25 pm
איז במציאות שייך צו הערן א קאר, אז די סטאפ ברעיק זאל אויפהערן ארבעטן?
איז עס נישט מעניולי?
ס'איז שייך צו העקן א קאר. און ס'איז אפי' שייך צו העקן א פשוטע פרינטער...

געזען אמאל א ווידיא ווי א רוסישע העקער העקט אריין אין א פרינטער און מאכט אז ס'זאל ווערן איבערגעהיצט, עקספלאדירען, און שפריצען טינט איבער די גאנצע צימער.

----

צום ארטיקעל.מעסטערפיס!

לויט די שאדן וואס ער האט אנגעמאכט, און די פחד וואס עס איז געווען פון איהם אין די רעגירונגס קארידארן כמעט ברור אז ער איז געהארגעט געווארן דורך די גאווערמענט.

די אינטערסאנטע חלק איז אבער אז ער האט געארבעט פאר 'ראולינג סטאון' וואס איז א שטארק לינקע צייטונג... געווענליך וועלן רעכטע מויל מאכער און מענטשען וואס שטערן די לינקע, זיין די וואס ווערן פארשטילט, פארשוואינדען, און באגיין מיסטעריעזע זעלבסטמארדן...
גלייב נישט אלעס וואס די טראכסט.
אויפן וועג
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:52 pm
לאקאציע:הנני בידך לבך

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן וועג »



א ריכטיגע @בן דרוסאי געקעכטס!!!
הנני בידך לבד כחומר ביד היוצר
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

אוועטאר
שמן ששון
שר האלף
תגובות: 1665
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »


אורות דער ארטיקל! וואף סארא לבלר דו האסט אין די האנט! מעגא!
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

העקן א קאר?!?!

שרעקעדיג....
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

וואט א באשרייבונג!

לענין, די וואס גלייבן דעס גלייבן אלע קאנספראציעס , און די וואס גלייבן נישט אנדערע גלייבן דעס אויך נישט.

ווי זוי גייט נאר די ווערטל.. פון ווי האסטו געוויסט איך בין א וועדזשאַטעריען?!
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ווייניג מאל האבן קארס פארלוירן ברעיקס און אריינגעשמעטערט אין אביעקטן?

איינער געדענקט נאך די קאר קראך נעבן די קאנאדישע גרעניץ, יא און טאקע מיט די גרויסע עקספלאוזן.. ( אגב, דארט האט מען אויך פארווישט די מעשה..)

אויך פארשטיי איך נישט פארוואס מ'דארף לויפן צו א מסקנא פון א קאר העקעריי, מ'קען דען נישט פיזיש שעדיגן די קאר, ווי למשל לויז מאכן די ברעיקס אדער עפעס אנדערש
וואס זאל גורם זיין אז ער זאל פארלירן קאנטראל.
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »


שטארק הנאה געהאט פון אזא מעסטער ארטיקל!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1783
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: האט די רעגירונג געהעקט מייקל העיסטינג'ס קאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

וואף א פיינעם ארטיקל אווי געווענליך !
שכח!!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”