איך ארבעט אויך פאר געלט און עכט וואלט איך אויך ווען נישט געוואלט ארבעטן אבער מיינע פריוואטע זאכן ווי למשל וויאזוי איך זאל גיין איז נישט ניגאטיעבל און האט מיט יענעם גארנישט
איך האב נישט איין מינוט געהאלטן אז די האלטס אז די ווילסט אזוי גיין אפילו עס איז נישט מענטשליך, נאך מער איך האלט נישט די וואלסט אזוי געגאנגן ווען די האלטס עס איז נישט מענטשליך אפילו די ביסט ביי איינעם אויף פעיראלל
ממילא קומט אויס אונז האלט מיר די זעלבע זאך נאר אונז האמיר מיינונגס פארשידענהייטן צו עס איז מענטשליך אזוי צו גיין צו נישט
פינקט לעצטנס אריינגעטראכט אז פאר אפאר יאר צוריק איז געוועהן סאך א גרעסערער עולם וואס פלעגט נישט מאכן די פיאות פארן מקוה היינט זעיט מען עס שוין נישט אזוי סאך ס'ווערט ווייניגער מיט די יארן
געדענק איך אז די ערשטע פאר יאר אלס בחור פלעג איך עס נישט מאכן פארדעם אבער היינט איז עס א חלק פון די אויסשטיין פראסעס, איך קען פשוט נישט ארויסוואקן אן קיין געמאכטע פיאות
הממ
מעגליך אז די לעצטע פאר יאר האסטו אנגעהויבן צו קומען שפעטער אין שול. ווי מען האט שוין אנגעוויזן, אז מען קומט נאך גענוג פרי אז מען שעמט זיך נישט יעדער זאל זעהן אז מען קומט פון בעט ארויס, דאן מאכט מען נישט די פיאות. אז מען קומט שפעטער איז שוין בושות צו קומען מיטן קישן אויפן פנים
אויך אזוי געטראכט אבער איך האב עס נאכגעקוקט סאיז טאקע מער אבער פארט נישט אזויווי אמאל סאיז אסאך ווייניגער
אפשר מאך נישט צו דיין שיך בענדל ווייל די גייסט דאך עס מילא דארפען טוהן נאכאמאל, אפשר טראג דיין רעקל און דיין הענט א שאד עס סתם צו דארפען אויסטוהן אן אנטוהן נאכאמל.
א חוץ פון די פאקט אז געווענליך די וואס קומען מיט פארשלאפענע פיאות זענען געווענילך די וואס האבן א פראבלעם מיט די אידן וואס קומען צו שחרית אן א היט, זאג נאר מ'דארף קומען אין שוהל מיט א היט ווייל ס'איז דעם באשעפערס הויז, זיי אזוי גוט און פעינט דיך איבער פאר די קומסט און שוהל.
געגאנגעןהאט געשריבן:↑זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 11:42 am
גארנישט..
זאל יעדער זעהן אויף וועלעכע זייט איך בין אויפגעשטאנען...
ווען דו טרעפסט עמיצער קען אפי' זיין דיין חבר, און ער איז צו ארעם צו קויפן א ציין בערשטל (מילד גערעדט...) פארשטייסטו אים? ניין! ער האט דאך נישט קיין געלט פאר א בערשטל, על אחת כמה וכמה נישט מאכענדיג די פיאות פאר די מקוה.
#זיי מענטשליך
השתמש במילים יפות אמור "תודה" "ובבקשה". ס'ווייזט נאר ווי א שטארקע דו ביסט